ייִדיש־וועלט, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אליהו הנבֿיאס כּוס פֿון אַרטור שיק
אליהו הנבֿיאס כּוס פֿון אַרטור שיק

אַמאָל איז אין אַ שטעטל געווען אַ גרויסער מכניס־אורח. ער פֿלעגט נישט גיין עסן, אַז ער האָט נישט געהאַט קיין אורח צום טיש, און טאָמער האָט ער נישט געהאַט קיין אורח, פֿלעגט ער אַרויסשיקן דעם שמשׂ אויסזוכן אַן אורח.

איין מאָל, ווען ער איז אין דער היים נישט געווען, קומט אַרײַן אַן אָרעמאַן און בעט אַ נדבֿה. גיט אים דאָס ווײַב אַ קאָפּיקע, וויל ער נישט נעמען. גיט זי אים צוויי קאָפּיקעס, וויל ער אויך נישט נעמען. הכּלל, בקיצור, זי איז אַרויפֿגעקומען ביז אַ האַלב קערבל, און ער וויל אַלץ נישט נעמען, האָט זי געזאָגט: "מער איז נישט אין מײַן רשות צו געבן. איך וועל גיין אין בית־המדרש אַרײַן נאָך מײַן מאַן".

ווי דער מאַן איז געקומען, איז דאַמאָלסט פּונקט געווען בין־השמשות, האָט ער דעם אָרעמאַן געגעבן שלום, דערווײַל האָט ער זיך אײַנגערעכט די האַנט, ווײַל דער אָרעמאַן איז געווען אַזוי קרעציק, אַז פֿון די הענט און פֿון פּנים, און פֿון גאַנצן גוף איז אים גערונען מאַטעריע. פֿרעגט ער דעם אָרעמאַן: "וויפֿל פֿאַרלאַנגט איר?" זאָגט ער: "אַ נדבֿה". פֿרעגט ער אים נאָך אַ מאָל: "וויפֿל?" זאָגט ער ווײַטער: "אַ נדבֿה". נעמט ער אַרויס פֿינף רובל און גיט אים, וויל ער נישט נעמען. זאָגט ער: "אַז איר ווילט נישט נעמען, גייט אײַך געזונטערהייט".

הייבט זיך דער אָרעמאַן אויף און גייט אַוועק. ווי דער מכניס־אורח זעט, אַז ער גייט אַוועק, — איז דאָך עפּעס נישט פּשוט, רופֿט ער אים צוריק און פֿרעגט אים: "וויפֿל ווילט איר?" זאָגט ער: "פֿופֿצן רובל". "מילא", זאָגט ער, "אַבי כ׳ווייס נאָר וויפֿל, כ׳וועל מיר באָדײַ באָרגן, און כ׳וועל אײַך געבן. כ׳וועל אײַך נישט אַוועקלאָזן אָן אײַער פֿאַרלאַנג".

ווי דער אָרעמאַן האָט שוין געקריגן די פֿופֿצן רובל, פֿרעגט ער זיך, צי ער וועט קריגן וועטשערע צו עסן. זאָגט דער מכניס־אורח: "פֿאַרוואָס נישט? פֿופֿצן רובל האָב איך אײַך געגעבן, און אַ וועטשערע זאָל איך אײַך נישט געבן?!"

מ׳האָט זיך געוואַשן, און דער אָרעמאַן האָט זיך אויך געוואַשן. ווי ס׳איז געקומען אין מיטן עסן, נעמט דער אָרעמאַן און טוישט זיך מיטן באַלעבאָס׳ גאָפּל, און דערנאָך טוישט ער זיך מיט דער באַלעבאָסטעס. כאָטש ס׳האָט זיי זייער געוווּנדערט, און זיי האָבן שיִער די גאַל אויסגעבראָכן פֿאַר מיאוסקייט, פֿון דעסטוועגן האָבן זיי געמוזט אויסשטיין דעם נסיון.

נאָך דער וועטשערע נעמט מען זיך לייגן שלאָפֿן. זאָגט דער אָרעמאַן, מ׳זאָל אים אָפּגעבן אַ באַזונדער שטיבל צום שלאָפֿן. האָבן זיי אים אָפּגעגעבן זייער אייגן שטיבל, און זיי האָבן זיך געלייגט ערגעץ אַנדערש.

פֿון דעסטוועגן האָבן זיי מורא געהאַט, טאָמער איז ער אַ גנבֿ, האָט דער באַלעבאָס פֿאַרשלאָסן טיר־און־לאָדן, כּדי ער זאָל בײַ נאַכט נישט קענען אַנטלויפֿן.

אין דער פֿרי, ווען דער באַלעבאָס איז אויפֿגעשטאַנען, גייט ער אַרײַן אין שטיבל אַרײַן. זעט ער, אַז דער אָרעמאַן איז נישטאָ. זוכט ער אין בעט, געפֿינט ער די פֿופֿצן רובל אונטערן קישן. האָט ער זיך זייער דערשראָקן. ער האָט אים געזוכט, געזוכט אין אַלע בתּי־מדרשים און האָט אים נישט געפֿונען.

מיט אַ מאָל גייט דער מכניס־אורח אין דאָרף אַרײַן, גייט אים אַנטקעגן אַן אַלטער ייִד, מיט גרויסער ווײַסער באָרד, מיט אַ זײַדענער קאַפּאָטע, מיט אַ לולקע־ציביק אין מויל און גיט אים אָפּ אַ ברייטן שלום־עליכם און זאָגט: "איר דערקענט מיך נישט? כ׳האָב אַמאָל בײַ אײַך געגעסן אַ וועטשערע". זאָגט דער מכניס־אורח: "כ׳געדענק נישט. איין ייִד עסט בײַ מיר? נישט אויסגערעדט זאָל עס זײַן, בײַ מיר עסן קיין עין־הרע אַ סך ייִדן". זאָגט דער אַלטער ייִד: "איך וועל אײַך געבן פֿאַר אײַער ווײַבס וועגן אַ מתּנה, נאָר אַזוי ווי איר ווילט נישט נהנה זײַן פֿון יענעם אומזיסט, פֿאַרלאַנג איך זעקס גראָשן".

ער האָט אים געגעבן זעקס גראָשן, האָט ער אים געגעבן צוויי שטיינדלעך און האָט אים געזאָגט: "ווי באַלד דו וועסט זיי וועלן פֿאַרקויפֿן, פֿאָר קיין וואַרשע". ער האָט צוגענומען די שטיינדלעך און האָט זיך געזעגנט מיט דעם אַלטן און איז אַוועק.

ווי ר׳איז אַהיימגעקומען, האָט ער דעם ווײַב געגעבן די צוויי שטיינדלעך און האָט איר דערציילט פֿון דעם אַלטן ייִד. דאָס ווײַב האָט גענומען די שטיינדלעך און איז געגאַנגען צו די שכנים פֿרעגן די ווערט. יעדער איינער פֿון די שכנים האָט זיי מער געשאַצט. האָט זי געזען, אַז זיי האָבן פֿיל די ווערט. איז דער מאַן געפֿאָרן קיין וואַרשע און האָט פֿאַר זיי געקראָגן פֿערציק טויזנט רובל.

דערנאָך האָבן זיי פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז געווען אליהו הנבֿיא. פֿריִער האָט ער זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ קרעציקן, כּדי אים צו פּרוּוון, צי ער איז אַ ריכטיקער מכניס־אורח, דערנאָך האָט ער זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ שיינעם ייִד און האָט אים געגעבן אַ שיינע נדבֿה.

(בעריש שוואַרצבערג, גילטרײַ, לובל. וו., 1909)

אַ זומפּ, וואָס איז געווען 
אין אַ דאָרף

ס׳איז אַמאָל געווען אַ דאָרף, איז אין דעם דאָרף געווען אַ זומפּ, און דער זומפּ האָט קיין מאָל נישט געקענט ווערן אויסגעטריקנט, און ער האָט ייִדן אָנגעטאָן זייער פֿיל צרות, ווײַל מ׳האָט נישט געקענט אַדורכפֿאָרן, און טאָמער האָט מען געמאַכט אַ בריק, האָט זי נישט מער אויסגעהאַלטן ווי עטלעכע טעג.

איין מאָל מאַכט זיך אין אַ זומער, ס׳איז געווען אַ שרעקלעכע היץ. איז געקומען אַן אַלטיטשקער ייִד, און ער האָט באַדאָרפֿן אַריבערצוגיין איבער דעם זומפּ. — דאָס איז געווען אליהו הנבֿיא.

אויף דער צווייטער זײַט זענען געשטאַנען מענטשן און האָבן געזען, ווי דער אַלטער וויל אַריבערגיין איבער דער בריק, האָבן זיי געשריגן: "איר, ייִד, גייט נישט, גייט נישט, וואָרן איר וועט נאָך אַרײַנפֿאַלן". ווײַל ס׳איז שוין געווען דער דריטער טאָג, האָבן זיי מורא געהאַט, אַז די בריק זאָל נישט אײַנפֿאַלן.

שרײַט דער אַלטיטשקער צו זיי אַריבער: "האָט קיין מורא, איך וועל שוין באַוואָרענען, אַז די בריק זאָל האָבן אַ לאַנגן קיום".

די מענטשן האָבן אָבער ווײַטער געשריגן, אַז ער זאָל נישט גיין, און ער האָט נישט געהאָרכט, און ער האָט אָנגעהויבן אַריבערצוגיין. ווי ער איז אָפּגעגאַנגען אַ האַלבע בריק, איז ער צוריקגעגאַנגען.

די ייִדן זענען געשטאַנען און געקוקט מיט מורא טאָמער, חס־וחלילה, וועט ער אַרײַנפֿאַלן. און דאָ זעען זיי, ווי ער גייט אויף דער ערשטער העלפֿט בריק הין און צוריק אַ פּאָר מאָל.

דערנאָך נעמט ער אַרויס אַ פֿאַטשיילע און שפּרייט זי אויס אויף דער צווייטער האַלבער בריק און גייט אַדורך.

ווי זיי האָבן דאָס דערזען, האָבן זיי שוין פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז נישט פּראָסט, און דאָס מוז אַוודאי זײַן אַ גרויסער ייִד.

האָבן די ייִדן אים נישט אָפּגעלאָזט און געבעטן בײַ אים אַ ישועה. האָט ער געענטפֿערט: "אַ ישועה האָב איך אײַך טאַקע געברענגט, ווײַל אויף דער בריק וועט מען שוין מעגן פֿאָרן און רײַטן, און זי וועט האָבן אַ לאַנגן קיום. און דאָרט, די צוויי שטיבעלעך (ער האָט זיי אַזוי געוויזן מיט דער האַנט) וועלן אויך שטיין לאַנג, אויף זיי וועט קיין עין־הרע נישט שולט זײַן".

ווי די ייִדן האָבן נאָר גענומען קוקן אַהין צו די צוויי שטיבעלעך, איז אליהו הנבֿיא פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.

(יוסף פּולווער, לובלין, 1913)

אליהו הנבֿיא קומט צו אַ גבֿיר פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ שמוציקן בעטלער און וויל מיט אים שלאָפֿן אין איין בעט

ס׳איז געווען אַ גרויסער גבֿיר האָט ער געהאַט פֿעלדער, וועלדער, הײַזער, און ער איז געווען אַ גרויסער מכניס־אורח.

איין מאָל איז אליהו הנבֿיא געקומען צו אים פֿאַרשטעלט פֿאַר אַן אָרעמאַן. ער איז געווען פֿאַרסאַרגעט, באַראָצט, פֿאַרשמירט. האָט מען אים געגעבן צו עסן מיט אַלע אָרעמע־לײַט צו גלײַך.

ווי ס׳איז געקומען צום אַוועקגיין, ווען אַלע אָרעמע־לײַט זענען שוין געהאַט אַוועקגעגאַנגען, האָט אליהו הנבֿיא געזאָגט, אַז ער וויל איבערשלאָפֿן די נאַכט. האָט מען אים אָפּגעגעבן אַ באַזונדערע שטוב. האָט ער דאָרטן נישט געוואָלט שלאָפֿן. ער האָט געזאָגט, ער וויל שלאָפֿן מיטן באַלעבאָס אין בעט.

דער באַלעבאָס האָט נישט געוואָלט: ווי אַזוי קען מען עפּעס שלאָפֿן צוזאַמען מיט אַזאַ פֿאַרראָצטן ייִד? ער האָט זיך אָבער פֿון אים נישט געקענט אָפּטשעפּען. האָט ער צו אים געזאָגט: "איך האָב אַ בעט, וואָס איך שלאָף דערינען נאָר פֿון איין פּסח צום אַנדערן, וועסטו דאָרט שלאָפֿן". האָט אליהו הנבֿיא נישט געוואָלט, און דער גבֿיר האָט זיך דעריבער נישט געקענט לייגן, און איז אַרומגעגאַנגען און האָט נישט געוווּסט וואָס צו טאָן.

ווי אליהו הנבֿיא האָט געזען, אַז ער פֿאַרשטערט זיי די נאַכט, און זיי לייגן זיך נישט שלאָפֿן, האָט ער זיך געלייגט אין דעם פּסחדיקן בעט אַרײַן.

אין דער פֿרי, מ׳הייבט זיך אויף, זעט מען, דער אָרעמאַן איז נישטאָ.

פֿון דאַמאָלסט אָן האָט דער גבֿיר אָנגעהויבן אַראָפּצוגיין ביז ער האָט קוים געהאַט בדוחק צו עסן.

ווען ער וואָלט געווען געשלאָפֿן מיט אליהו הנבֿיא, וואָלט ער געוואָרן נאָך רײַכער, און ער וואָלט קיין גיהנום נישט געליטן.

(יודל קאָמאַראָווסקי, וואַרשע, 1912)

וועגן אַ גבֿיר, וואָס אים איז געווען דושנע אין שול

ס׳איז אַמאָל געווען אַ גבֿיר, איז אים געווען דושנע אין שיל צו דאַווענען, האָט ער זיך געפֿלעגט צו שטעלן אונטער דער מערבֿ־וואַנט פֿון שיל און האָט געדאַוונט.

מיט אַ מאָל איז צו אים געקומען אליהו הנבֿיא און האָט צו אים געזאָגט: "וואָס שטייסטו עפּעס אונטער דער שיל בײַ דער מערבֿ־וואַנט? מ׳וועט דאָך מיינען, אַז ס׳זײַנען דאָ צוויי געטער: צו איין גאָט דינסט דו, און די ייִדן אין שיל דינען צו אַן אַנדערן גאָט!" האָט דער גבֿיר געענטפֿערט: "ס׳איז מיר דושנע אין שיל צו דאַווענען". האָט אליהו הנבֿיא געזאָגט: "וועסט שוין זאָגן, אַז אין שיל איז גוט?" און ער איז אַוועקגעגאַנגען און האָט דעם גבֿיר מכבד געווען מיט אַזאַ מין דלות, אַז ער האָט נישט געהאַט דעם טאָג איבערצולעבן.

ווי דער גבֿיר איז געוואָרן אַ יורד, האָט ער שוין געפּילנעוועט, און איז געקומען פֿרי דאַווענען, און ר׳איז צוגעגאַנגען צום אָרון־קודש, און האָט געוויינט, און האָט תּשובֿה געטאָן. דערנאָך האָט ער זיך געלייגט אונטער דער באַנק און האָט געוויינט אויף זײַן ביטער מזל.

איז אליהו הנבֿיא געקומען צו אים צו גיין און האָט אים געפֿרעגט: "וואָס וויינסטו?" האָט ער געענטפֿערט: "ס׳איז מיר שלעכט". האָט אליהו הנבֿיא געזאָגט: "ס׳איז דיר שוין נישט דושנע אין שיל?" "אוי, ניין", זאָגט ער, "די שיל איז זייער גוט, מ׳קען זיך אויסוויינען פֿאַרן רבונו־של־עולם ס׳האַרץ". האָט אליהו הנבֿיא געענטפֿערט: "דערפֿאַר וואָס דו האָסט תּשובֿה געטאָן, וועסטו ווערן צוריק עושר".

און ער איז געוואָרן צוריק רײַך.

(נח קובל, וואַרשע, 1910)