- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר האָבן זיך באַוויזן געניטע זאַמלערס פֿון פֿאָלקסלידער, איבערגעגעבן דעם ציל צו "ראַטעווען די אוצרות איידער זיי פֿאַרשווינדן". אין די ערשטע יאָרן האָבן די זאַמלערס נאָר פֿאַרשריבן די ווערטער פֿון די לידער, ווײַל זעלטן ווען, האָט איינער געקענט שרײַבן נאָטן. י. ל. כּהן, למשל, האָט נישט געקענט שרײַבן מוזיק, אָבער ער האָט געפֿונען אַ מוזיקער, מיר דאַכט, ה. רוסאָטאָ, און כּהן האָט פֿאַר אים פֿירגעזונגען די לידער, און רוסאָטאָ האָט זיי פֿאַרשריבן.
איך האָב געפּאַטשט בראַוואָ און געלאַכט צוזאַמען מיטן געפּאַקטן עולם אין זאַל, מיטגעזונגען און מיטגעריסן געוואָרן. הײַנט שטעלט די "פֿאָלקסבינע" די מוזיקאַלישע קאָמעדיע "הערשעלע אָסטראָפּאָליער", מיטן העכסט באַגאַבטן טאַלאַנט וואָס באַשײַנט אונדזער ייִדישן טעאַטער ווי נאָר ער באַווײַזט זיך אויף דער בינע, און דאָס איז נישט קיין אַנדערער ווי מײַק בורשטיין, צוזאַמען מיט אַ וווּנדערלעכן אָפּקלײַב פֿון נײַן אַקטיאָרן און אַקטריסעס, וואָס ייִדיש גליטשט זיך פֿון זייערע ליפּן פֿליסיק און מיט אינטאָנאַציע, זינגען זיי מיט פּרעכטיקע שטימען און טאַנצן ווי בײַ דער מיזינקע אויף דער חתונה. ממש אַ קוועלונג פֿאַר די אויגן.
Anthony Julius. Trials of the Diaspora: דער לאָנדאָנער אַדוואָקאַט ענטאָני דזשוליוס האָט זיך קונה-שם געווען אַ דאַנק צוויי באַרימטע פּראָצעסן. זײַן ערשטער גרויסער עפֿנטלעכער דערפֿאָלג איז געווען אין 1996, ווען ער האָט פֿאַרטיידיקט די פּרינצעסין דיאַנאַ אין איר צעשיידונג־פּראָצעס קעגן דער גאַנצער קעניגלעכער משפּחה. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער האָט דזשוליוס רעפּרעזענטירט די אַמעריקאַנער היסטאָריקערין דבֿורה ליפּשטאַדט קעגן דעם ענגלישן חורבן־אָפּלייקענער דייוויד אירווינג,
בײַ אַ זײַט פֿון דער בינע, וווּ זשעניע פֿײַערמאַן האָט געהאַלטן בײַם אויפֿטרעטן אין איר פֿײַערלעכן אָוונט, האָט מען אַוועקגעשטעלט אַ פֿאָטעל, אַזאַ שטול וואָס מ׳קאָן אויף דעם זיך אַוועקזעצן באַקוועם און אַפֿילו אָנשפּאַרן די הענט. אויף אָט דעם ספּעציעל־באַשטימטן אָרט פֿאַר איר איז געזעסן די בעלת־השׂימחה און האָט אויפֿגענומען אַלע אירע געסט, די אָנטייל־נעמער אין דער קינסטלערישער פּראָגראַם לכּבֿוד דער חשובֿער זינגערין.
אין אויגוסט וועט דער פּיאַניסט אוירווינג פֿילדס ווערן 95 יאָר. במשך פֿונעם לעצטן יאָרצענדליק איז ער אויפֿגעטראָטן עטלעכע מאָל בײַם יערלעכן באַנקעט פֿון די ייִדישע אַקטיאָרן אין ניו־יאָרק, און אַלע האָבן באַוווּנדערט ווי אַ ייִד אין אַזאַ עלטער קען נאָך שפּילן אַזוי פֿלינק און צונויפֿשטעלן אַזוי שאַפֿעריש אַ "פּאָפּורי" פֿון פּאָפּולערע טעאַטער־לידער. דעם אמת געזאָגט, האָב איך בײַ זיך געטראַכט, אַז ער שפּילט בעסער פֿון די הײַנטיקע יונגע קלעזמער־פּיאַניסטן, וואָס ווערן געלויבט אומעטום. בײַם עלטערן דור האָט מען אים געדענקט פֿון די 1950ער יאָרן, ווען ער האָט לאַנצירט דעם זשאַנער פֿון שפּילן ייִדישע מעלאָדיעס מיט "טראָפּישע" ריטמען. אין יענע יאָרן האָבן די "מאַמבאָ"־ און "רומבאַ"־טענץ געהערשט אויף שׂימחות, און זײַנע קאָמפּאָזיציעס און אַראַנזשירונגען זענען גאָר פּאָפּולער געוואָרן אויף ייִדישע חתונות און קערמעשלעך.
זונטיק, דעם 16טן מײַ, האָבן די קרובֿים און פֿילצאָליקע פֿאַרערער פֿון שעפֿערישן עזבֿון פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער, שלום-עליכם, אָפּגעמערקט זײַן 94סטן יאָרצײַט אינעם בנין פֿון דער "ברודערשאַפֿט"-סינאַגאָגע אין מאַנהעטן. די הײַיאָריקע פֿאַרזאַמלונג פֿונעם "עלטסטן לעבעדיקן עולם אין ניו-יאָרק" (ווי עמעצער האָט אָנגערופֿן אַמאָל די אָנטיילנעמער-סבֿיבֿה פֿון שלום-עליכמס יאָרצײַטן), האָט געעפֿנט איינער פֿון זײַנע אוראייניקלעך, קענעט קאַופֿמאַן. די פֿראַגמענטן פֿונעם שרײַבערס צוואה, אויף ייִדיש און ענגליש, האָבן פֿאָרגעלייענט דער באַקאַנטער אַקטיאָר, בינע-רעזשיסאָר און מוזיקאַנט, זלמן מלאָטעק, און שלום-עליכמס אייניקל, שערווין קאַופֿמאַן (מיט עטלעכע וואָכן צוריק, איז ער געוואָרן 90 יאָר אַלט).
אַ וויכטיקע דראַמאַטישע ירושה האָט איבערגעלאָזט דער ייִדיש־אַמעריקאַנער דראַמאַטורג אַרטור מילער (1915—2005). צווישן זײַן ווערטפֿולער שאַפֿונג געפֿינען זיך צוויי טראַגעדיעס, מעגלעך די וואָגיקסטע מוסטערן פֿון זײַנע ווערק: "דער טויט פֿון אַ האַנדל־רײַזנדער" און "די פּאַנאָראַמע וואָס מ’זעט פֿון בריק". אפֿשר מער פֿון יעדן אַנדערן דראַמאַטורג אין 20סטן יאָרהונדערט האָט מילער געפּרוּווט זיך צו פֿאַרמעסטן מיטן זשאַנער פֿון דער קלאַסישער טראַגעדיע: אין "דער טויט פֿון אַ האַנדל־רײַזנדער", זײַן וויכטיקסטע טעאַטער־שאַפֿונג, האָט ער דערפֿונדן פֿון דאָס נײַ דעם טראַגישן העלד, נישט אָבער ווי אַ דערהויבענער פֿון פֿאָלק, אַ קעניג צי אַן אַנדער מעכטיקער פֿירער, ווי ס’פֿירט זיך אין דער קלאַסישער טראַגעדיע, ("עדיפּוס" פֿון סאָפֿאָקלעס, צום בײַשפּיל), נאָר ווי אַ קליינער נעבעכדיקער מענטש, וועלכער פֿאַרמעסט זיך אָן דערפֿאָלג מיטן קאַפּיטאַליסטישן אַמעריקאַנער חלום; די דאָזיקע פּיעסע, וואָס אויך הײַנט ווערט זי פֿאָרגעשטעלט אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן מיט גרויס דערפֿאָלג, איז אין די 80ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט געשפּילט געוואָרן איבער דער גאַנצער וועלט.
1 אונטער די קאַלטע שטיינערנע געוועלבן פֿון קלויז ישן זיצן זקנים בײַ דעמבענע שטענדערס. די שפּיצן פֿון זייערע בערד, געוועבט פֿון זײַדענע פֿעדעם, באַרירן, גלעטן און צערטלען פֿאַרגעלטע ספֿרים־בלעטער. פֿון די גערונצלטע פּאַרמעטענע פּנימער, פֿול מיט נעצן־קנייטשעלעך, שמייכלען אַרויס גוטמוטיקע אויגן און זשמורען זיך קעגן דער זון. אירע שטראַלן פֿלײַסן זיך בחינם צו צעשמעלצן דעם שניי פֿון די ווײַסע בערד און פּאות. קיצלען זונשטראַלן די בינטלעך האָר אין די פֿאַרוואַקסענע נאָזלעכער און אין די אויערן פֿון די זיידעס, אַקוראַט ווי די זיידעס האָבן ליב צו קיצלען די אייניקלעך.
אין ניו־יאָרק, דעם ערשטן דאָנערשטיק פֿון יעדן חודש, קומט פֿאָר אַ "טאַנצהויז" אין אָוונט. עס פֿירט דורך דעם אָוונט "דער צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ" מיטן צימבלער פּנחס רושעפֿסקי, בראָש. אויף אַזאַ אָוונט קענט איר זען ווי די "טאַנצמײַסטערס" מיישקע אַלפּערט אָדער זאבֿ פֿעלדמאַן לערנען מיט די אָנטיילנעמער ווי צו טאַנצן אַ שער, אַ פֿריילעכס, אַ האָראַ. אַמאָל קומט צו אַ גאַסט־לערער, ווי אַנדרעאַס שמיטגעס פֿון דײַטשלאַנד, און מיט די באַזוכער פֿונעם "טאַנצהויז" לערנט ער אויס אַ קאָלאָמייקע אָדער קאַדריל.
לעצטנס איז אינעם קאָנפֿערענץ־זאַל בײַ דער געזעלשאַפֿטלעכער ביבליאָטעק אויף נאָסטראַנד־עוועניו פֿאַרגעקומען אַ קינסטלערישע אויסשטעלונג לכּבֿוד דעם 10־יאָריקן יוביליי פֿון דער גילדיע ייִדישע מאָלער. די דאָזיקע אויסשטעלונג איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל אין דער פּראָגראַם, וואָס ווערט איצט דורכגעפֿירט אין ניו־יאָרק "וואָך פֿון אימיגראַנטישער ירושה". איך האָב באַזוכט די אויסשטעלונג און געבעטן ענטפֿערן אויף מײַנע עטלעכע פֿראַגעס דעם מאָלער אָלעג לינער, וואָס איז אויך אַ אָנגעזעענער געשעפֿטסמאַן און פּרעזידענט פֿונעם רוסישן אָפּטייל בײַ "בני־ציון".
דער "אָדעסער חכם" אַחד־העם האָט געחלומט וועגן אַ צײַט, ווען ארץ־ישׂראל וועט ווערן דער "מרכּז רוחני" (דער גײַסטיקער צענטער) פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק. די איראָניע פֿון דער הײַנטיקער קולטור־פּאָליטיק פֿון מדינת־ישׂראל באַשטייט אין דעם, וואָס אַן אוניקאַלע זאַמלונג פֿון מאָדערנער ייִדישער מאָלערײַ פֿון תּל־אָבֿיבֿ איז מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק פֿאַרקויפֿט געוואָרן צו דעם "פֿאָנד פֿון אוקראיִנער אַוואַנגאַרד" כּמעט פֿאַר צוויי מיליאָן דאָלאַר. די זאַמלונג איז כּולל זעקס און אַכציק בילדער פֿון די אָדעסער קינסטלער פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט און האָט פֿריִער געהערט צום באַקאַנטן אָדעסער כּלל־טוער און מעצענאַט יעקבֿ פּערעמען (1881—1960).
עס זענען פֿאַראַן קאַפּעליעס אין דער אַזוי־גערופֿענער "נײַער קלעזמער־באַוועגונג" וואָס האָבן אַנטוויקלט אַ וועג צו שפּילן אינעם אַלטן סטיל פֿון קלעזמער־מוזיק פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, אָבער מיט אַ פֿרישן קוק אויף דער קונסט; דער קלאַנג זאָל דאָך קלינגען הײַנטצײַטיק און אינטערעסאַנט פֿאַרן נײַעם עולם. צוויי קאַפּעליעס וואָס האָבן אַזאַ צוגאַנג זענען "ווערעצקי־פּאַס" און "די מערלין שעפּהערד־קאַפּעליע". די גרופּע "ווערעצקי פּאַס" באַשטייט פֿון דער פֿידלערין קוקי זעגלשטיין, דעם אַקאָרדיאָניסט און צימבלער דזשאַש האָראָוויץ און דעם קאָנטראַ־באַסיסט סטואַרט בראָטמאַן. הײַנט, זענען די דרײַ מוזיקער אָנערקענט, און טרעטן אויף אומעטום; |