ייִדיש־וועלט, טעאַטער
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Aaron Zeitlin. Poems of the Holocaust and Poems of Faith.
Edited and Translated by Morris M. Faierstein.

New York: Universe, 2007.

אַהרן צייטלין פֿאַרנעמט אַ באַזונדער אָרט אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע. איינער פֿון די סאַמע פֿילזײַטיקע און פּראָדוקטיווע דיכטער, איז ער אַזוי ווי אַרויסגעפֿאַלן פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן קאַנאָן און בלײַבט כּמעט ניט באַקאַנט, מחוץ די ד׳ אַמות פֿון די מומחים און ליבהאָבער פֿון פּויליש־ייִדישער ליטעראַטור.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קעווין האַרט, קאַטערין פּילאַפֿאַס און עמי דיין

ליבע פֿרײַנד, הײַנט וועל איך אײַך אָפּשילדערן אַ פֿאָרשטעלונג וואָס הייסט "איבערצײַגונג," אויף ענגליש — Conviction — וואָס שפּילט אין וויקטאָרי גאַרדענס טעאַטער אויף דער 59סטער גאַס, צווישן דער פֿיפֿטער און מעדיסאָן עוועניוס. געשריבן האָט די פּיעסע אורן נימאַן. ער האָט עס, זעט אויס, באַאַרבעט פֿון אַ נאָוועלע מיטן נאָמען "איבערצײַגונג," וועלכע איז פֿאַרפֿאַסט געוואָרן פֿון איינעם וואָס הייסט יונתן בן־נחום און אַדאַפּטירט געוואָרן פֿאַר דער בינע פֿון עמי דיין. ביז אַהער פֿאַרמאָגט די פֿאָרשטעלונג אַ קײַמא־לן פֿון דרײַ טאַטעס.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די שלושים צום זכר פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן דעם פֿאָריקן פֿרײַטיק אין "צוותּא"־זאַל, תּל־אָבֿיבֿ, קאָן אין אַ געוויסער מאָס באַטראַכט ווערן ווי אַ תּיקון צו זײַן לוויה. דווקא פֿאַרקערט ווי אויף דער לוויה, וווּ ס׳איז נישט געווען קיין סימן אַפֿילו פֿון אַ היגער מלוכישער פֿאָרשטייערשאַפֿט, וואָס זאָל אָפּגעבן כּבֿוד דעם אָנדענק פֿון גרויסן פּאָעט — אויסער פֿון פֿרעמדע רעגירונגס־פֿאָרשטייער — האָבן זײַנע איבערגעגעבענע פֿאַרערעס און משפּחה־מיטגלידער, מיט אַ חודש צוריק באַגלייט דעם דיכטער אין זײַן לעצטן וועג.

ליטעראַטור
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די איינציקע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון שאָפּען. דאָס בילד האָט מען גענומען אינעם יאָר פֿון זײַן טויט, 1849

שאָפּען איז בלי־שום־ספֿק איינער פֿון די ריזן אין דער מוזיק־געשיכטע. דער־אָ גאָון שלא כּל אָדם זוכה — דער־אָ וווּנדער פֿון אַ וווּנדערקינד — ער האָט באַשאַפֿן אַ לשון פֿון מוזיק וואָס פֿליסט אַרויס פֿון זײַן האַרץ און באַהערשט דאָס האַרץ פֿון צוהערער. דער פּוילישער פּאָעט און וויזיאָנער פֿון ימי־הראָמאַנטיזם נאָרוויד האָט געזאָגט: "שאָפּען איז מיטן האַרץ אַ פּאָליאַק — מיט זײַן טאַלאַנט איז ער אַ וועלט־בירגער". הײַנריך הײַנע ווידער, האַלט, אַז "שאָפּען אין דער מוזיק, איז דאָס וואָס ראַפֿאַעל,

קולטור, ייִדיש־וועלט, געשיכטע
בײַם "רונדן־טיש", די פּראָפֿעסאָרן (פֿון רעכטס), יאַנקל דזשייקאָבס, גענאַדי עסטרײַך, דניאל סויער

נאָך דעם ווי אונדזער מיטאַרבעטער גענאַדי עסטרײַך האָט אָפּגעדרוקט זײַן רעצענזיע אויף פּראָפֿ’ יאַנקל דזשייקאָבס נײַ בוך, "בונדישע קאָנטער־קולטור" [דעצ׳ 4, 2009, זײַט 11] זענען אָנגעקומען אין דער רעדאַקציע פּראָטעס־בריוו אויף דעם אַרטקיל. האָבן מיר באַשלאָסן, אַז די דיסקוסיע אַרום דעם "בונד" פֿאַראינטערעסירט אויך די גאַנצע לייענערשאַפֿט פֿונעם "פֿאָרווערטס". צוליב דעם האָבן מיר פֿאַרבעטן די פּראָפֿעסאָרן יאַנקל דזשייקאָבס, דניאל סויער, גענאַדי עסטרײַך, און דעם בונדישן אַקטיוויסט, עליע פּאַלעווסקי, זיך צו באַטייליקן אין אַ "רונדן טיש".

פּובליציסטיק, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דאָס שטעטל, דאָס 21סטע יאָרהונדערט׃ פֿעלד־פֿאָרשונגען. אונטער דער רעדאַקציע פֿון וואַלערי דימשיץ, אַלכּסנדר לוואָוו, אַלאַ סאָקאָלאָוואַ.
סאַנקט־פּעטערבורג,
דער פֿאַרלאַג פֿונעם אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט, 2008.

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, עפֿנדיק דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס", האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַזאַ פֿראַזע׃ "דער אָבי־וואַן קענאָבי פֿון דער ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, דער ליטוויש־געבוירענער פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף עמנואל לעווינאַס..." ווער איז געווען לעווינאַס, ווייס איך (הגם, איך וואָלט אים אָנגערופֿן אַ "ייִדישער פֿילאָסאָף", און געבוירן איז ער טאַקע אין דער רוסישער אימפּעריע, נאָר דאָס זײַנען קלייניקייטן) — אָבער ווער איז אָט דער חכם אָבי־וואַן קענאָבי, וואָס איז אַ סבֿרה בעסער באַקאַנט דעם לייענער פֿונעם Forward, איידער לעווינאַס?

געשיכטע, ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַב קאַהאַן (רעכטס) און שלום אַש אויף אַ באַנקעט פֿונעם "ייִדישן וועלט־קאָנגרעס", 1940ער יאָרן

מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, האָט מען אין ניו-יאָרק געמאַכט אַ טריִומפֿאַלן קבלת-פּנים פֿאַר שלום אַשן. מיר איז ניט באַקאַנט די פּינקטלעכע דאַטע פֿון אַשס אָנקומען קיין אַמעריקע. אייניקע קוואַלן ווײַזן אָן דאָס יאָר 1909, אַנדערע — 1910. מיר דאַכט זיך, אַז ער איז אָנגעקומען סוף 1909. (איך בין זיכער, אַז ערנסטע קענער פֿון אַשן האָבן אַזאַ אינפֿאָרמאַציע.) סוף יאַנואַר 1910 איז ער שוין געווען אויף דער פּרעמיערע פֿון זײַן פּיעסע אין דעם ניו-יאָרקער דײַטשישן טעאַטער. וועגן דעם האָט דער "פֿאָרווערטס" מיטגעטיילט דעם 27סטן יאַנואַר, אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער צײַטונג: "דער 'ייִחוס’ פֿון שלום אַש אין היגן דײַטשן טעאַטער".

קולטור
פֿון איציק בלימאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די כּלי־זמרים פֿון "ווערעצקי־פּעס" שפּילן בײַם קאָנצערט מוצאי־שבת
(פֿאָטאָ׃ דייל פּערלמאַן/"קלעזקאַליפֿאָרניע")

די וואָס זײַנען פֿאַרטיפֿט אין דער וועלט פֿון כּלי־זמר־מוזיק און ייִדיש, מיינען געוויינטלעך, אַז קאַליפֿאָרניע איז גלות־שבגלות. אויב אַ קאַליפֿאָרניער וויל אָנטייל נעמען אין דער אַמעריקאַנער "ייִדיש־קהילה", מוז ער מוותּר זײַן אויף אַלע באַציִונגען מיט דעם מערבֿ־ברעג: פֿאָרן פֿאָרט מען אויף צפֿון־מיזרח אויף אַ פּילגרים־נסיעה, ווי אַ גאַסט בײַ דער "נאַציאָנאַלער ייִדישע ביכער-צענטראַלע", קלעזקעמפּ, "יוגנטרוף", א״אַ. דער "ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל",

פּובליציסטיק, ליטעראַטור
פֿון יעקבֿ לאָנדאָן (אָקספֿאָרד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער בנין פֿונעם טעאַטער "שלום" אין מאָסקווע

ייִדישע טעאַטערס זײַנען פֿאַרבליבן אין אייניקע ווינקלען פֿון מיזרח-אייראָפּע. דאָס זײַנען טעאַטערס-אַטאַוויזמען. די מלוכות האַלטן זיי אויס, ווײַל עס פּאַסט ניט צו פֿאַרמאַכן זיי. לויט דעם זעלבן פּרינציפּ האַלט מען דאָך אויס אין רוסלאַנד אַ גאַנצע ייִדישע געגנט — ביראָבידזשאַן, וואָס איז אויך אַ פּאָליטישער אַטאַוויזם. ווער דאַרף האָבן דאָס דאָזיקע איבערבלײַבס? סײַדן די (אָפֿט מאָל צופֿעליקע) מענטשן, וואָס האָדעווען זיך אַרום דער כּלומרשטער, צופֿעליקער ייִדישקייט.

ייִדיש־וועלט, קולטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פּורים־שפּילער, בילד פֿון אַרטור קאָלניק

"אַ גוטן פּורים און אַ גוטן אָוונט, ייִדישע קינדער!
איך וועל אײַך דערציילן גרויסע וווּנדער
איך האָב בנבֿואה געזען,
אַז עס וועט ייִדן גרויסע נסים געשען".
"דער חסיד מיטן דײַטש", ייִוואָ־זאַמלונג, 1938

געשיכטע, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Jeffrey Veidlinger, 
Jewish Public Culture in the Late Russian Empire, 
Bloomington: Indiana 
University Press, 2009.

די טעטיקייט פֿון ייִדישע עפֿנטלעכע אָרגאַניזאַציעס און געזעלשאַפֿטן, וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אין דער רוסישער אימפּעריע פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה איז לעצטנס געוואָרן אַ טעמע פֿון עטלעכע נײַע היסטאָרישע פֿאָרשונגען. ברײַען האָרוויץ האָט געשריבן וועגן דער גרעסטער און עלטסטער רוסיש־ייִדישער וועלטלעכער אָרגאַניזאַצע, דער "געזעלשאַפֿט פֿאַר פֿאַרשפּרייטן אויפֿקלערונג צווישן ייִדן"; יאַשע נעמצאָוו (פּאָטסדאַם) האָט געווידמעט עטלעכע פֿאָרשונגען דער טעטיקייט פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק;

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון רעכטס: אַבֿרהם און פֿריידקע סוצקעווער, עליע פּילניק און שמערקע קאַטשערגינסקי, ווילנער געטאָ, 20סטן יולי 1943

אין דעם דאָזיקן אַרטיקל, לייג איך פֿאָר צו באַהאַנדלען די וויכטיקע און אָפֿט געשטעלטע פֿראַגע: ווי האָט מען געקענט שרײַבן אונטער דער נאַצישער אָקופּאַציע, אין די געטאָס און לאַגערן? אין דער רעם וועלן מיר זיך פֿאַרנעמען מיט אַבֿרהם סוצקעווערס באַקאַנטן ליד, "אונטער דײַנע ווײַסע שטערן" (1943), געשריבן אין ווילנער געטאָ.

נאָך דער מלחמה, האָט זיך כּמעט קיינער נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז ייִדן האָבן געקענט שרײַבן אין די געטאָס, ווער רעדט נאָך אין די לאַגערן. לויט ווי עס איז אָנגענומען, זענען די ייִדן געווען קודם־כּל קרבנות, אָבער דער פֿאַקט איז, אַז נישט בלויז עטלעכע, נאָר דווקא זייער אַ סך ייִדן האָבן געשריבן בעת דער נאַצישער אָקופּאַציע, דער עיקר לידער, אָבער אויך פּראָזע.