געשיכטע, ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַב קאַהאַן (רעכטס) און שלום אַש אויף אַ באַנקעט פֿונעם "ייִדישן וועלט־קאָנגרעס", 1940ער יאָרן
אַב קאַהאַן (רעכטס) און שלום אַש אויף אַ באַנקעט פֿונעם "ייִדישן וועלט־קאָנגרעס", 1940ער יאָרן
Forward Association

מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, האָט מען אין ניו-יאָרק געמאַכט אַ טריִומפֿאַלן קבלת-פּנים פֿאַר שלום אַשן. מיר איז ניט באַקאַנט די פּינקטלעכע דאַטע פֿון אַשס אָנקומען קיין אַמעריקע. אייניקע קוואַלן ווײַזן אָן דאָס יאָר 1909, אַנדערע — 1910. מיר דאַכט זיך, אַז ער איז אָנגעקומען סוף 1909. (איך בין זיכער, אַז ערנסטע קענער פֿון אַשן האָבן אַזאַ אינפֿאָרמאַציע.) סוף יאַנואַר 1910 איז ער שוין געווען אויף דער פּרעמיערע פֿון זײַן פּיעסע אין דעם ניו-יאָרקער דײַטשישן טעאַטער. וועגן דעם האָט דער "פֿאָרווערטס" מיטגעטיילט דעם 27סטן יאַנואַר, אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער צײַטונג: "דער 'ייִחוס’ פֿון שלום אַש אין היגן דײַטשן טעאַטער".

בינו-לבינו, איז דער דרײַסיק-יאָריקער שרײַבער זייער וואַרעם אויפֿגענומען געוואָרן דורך דעם ייִדישן טעאַטראַלן און ליטעראַרישן עולם. אַן אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס" — "דער גרויסער דערפֿאָלג פֿונעם שלום אַש-אָוונט" — פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 6טן פֿעברואַר 1910, האָט דערציילט וועגן דער גרויסאַרטיקער אונטערנעמונג אין דעם "גרענד-טעאַטער". מיט זיבן יאָר פֿריִער האָט זיך געעפֿנט דער דאָזיקער ערשטער ספּעציעל אויפֿגעבויטער בנין פֿאַר אַ ייִדישן טעאַטער אין ניו-יאָרק. אין פֿעברואַר 1910 האָט מען דאָרטן אויפֿגענומען דעם "פֿעיִקסטן און זשעניאַלסטן פֿאָרשטייער" פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור.

אַ סך זאַכן זײַנען געזאָגט געוואָרן בשעת דעם אָוונט. בפֿרט האָבן די רעדנער אונטערגעשטראָכן, אַז טויזנטער סאָציאַליסטיש-באַזיניקטע מענער און פֿרויען זײַנען געקומען אָפּגעבן כּבֿוד שלום אַשן, "ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס ער איז ניט קיין פּאַרטיי-מאַן און איז ניט אָפֿיציעל פֿאַרבונדן מיט אירגענד וועלכער ריכטונג פֿון דער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג, נאָר צוליב דעם, וואָס ער איז אַ זשעני, אַ קינסטלער". דערמאָנט האָט מען עס, ווײַל דער "פֿאָרווערטס", אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג, און איר מאַרקסיסטישער רעדאַקטאָר, אַב. קאַהאַן, זײַנען געווען זייער ענטוזיאַסטיש וועגן דעם ניט-פּאַרטיייִשן פּראָזאַיִקער און דראַמאַטורג.

די העכסטע באַגײַסטערונג האָט אויסגעבראָכן אין טעאַטער, ווען אַב. קאַהאַן האָט פֿאָרגעשטעלט דעם גאַסט פֿון אָוונט, שלום אַש. פֿילע מינוטן האָט אָנגעהאַלטן דער אַפּלאָז. מען האָט אָנגעהויבן פֿון פֿאַרשיידענע טיילן פֿון טעאַטער וואַרפֿן קראַנצן בלומען. ווען די אָוואַציע האָט זיך עטוואָס געשטילט, האָט דער גאַסט געהאַלטן אַ רעדע. ער האָט גערעדט לאַנגזאַם, זייער דײַטלעך און קלאָר. דאַנקנדיק דעם פּובליקום פֿאַר דער אויפֿנאַמע, האָט ער געגעבן אַ קורצן איבערבליק איבער דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון שמ״רן ביז זײַן אייגן "שטעטל". און דאָס פּובליקום האָט דערקענט, אַז שלום אַש איז ניט בלויז אַ געניאַלער שרײַבער, נאָר אַז ער איז אויך אַ באַדײַטנדער רעדנער.

אַב. קאַהאַן האָט אין זײַן רעדע קלאָר געמאַכט די שטעלונג פֿון די סאָציאַליסטישע און ראַדיקאַלע אַרבעטער-מאַסן צו דער ייִדישער ליטעראַטור, דער ייִדישער קונסט, און דער קולטור אין אַלגעמיין. עס זײַנען, האָט ער געזאָגט, קיין אַנדערע קלאַסן אין אַמעריקע ניטאָ, וואָס זאָלן אָפּשאַצן אַ שלום אַש און וואָס זאָלן אים געבן אַ ווירדיקן ברוך-הבא.

ספּעציעל צו דעם אָוונט האָט דער דיכטער מאָריס ראָזענפֿעלד אָנגעשריבן דאָס ליד "ייִדיש", וואָס ער האָט פֿאָרגעלייענט פֿאַרן עולם. דעם 8טן פֿעברואַר איז דאָס ליד פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין "פֿאָרווערטס", וווּ ראָזענפֿעלד איז געווען אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער. קיין גרויסע קינסטלערישע ווערט האָט דאָס ליד ניט. אָבער מיר שײַנט, אַז די דאָזיקע, אין תּוך גענומען בדחנישע שירים, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ גוטן מאַטעריאַל פֿאַר אַן אַוואַנסירטן ייִדישן קלאַס. און די רייד גייט ניט נאָר אין פֿאַרשטיין די שפּראַך, אָבער אויך — און דער עיקר — אין פֿאַרטײַטשן די אַלוזיעס. צוריק גערעדט, איז עס אַ גוטער "טעסט" פֿאַר יעדן לייענער.

ייִדיש

איר פֿרעגט אויב ייִדיש איז אַ שפּראַך,
גראַמאַטיש און נגידיש —
איך קען אײַך זאָגן נאָר איין זאַך:
דעם ייִדנס שפּראַך איז ייִדיש.
צו זוכן, ליגט ניט אין מײַן פֿאַך,
פֿון וואַנען ווערטער שטאַמען,
איך ווייס נאָר, אַז איך ליב מײַן שפּראַך,
דעם לשון פֿון מײַן מאַמען.

אָט ווי זי האָט גערעדט צו מיר
אַזוי רעד איך איצונדער,
פֿאַר מיר איז ייִדיש גרויס אָן שיִער
און וווּנדער איבער וווּנדער.

אין ייִדיש טרוימט מײַן אָר, מער ייִד,
וואָס טויג מיר יעדער פּשטיל? —
אין ייִדיש קלינגט "שולמית", ליד,
און ייִדיש רעדט מײַן "שטעטל".

מײַן "מירעלע אפֿרת" רעדט "זשאַרגאָן",
מײַן "באָנטשע" "שווײַגט" אין ייִדיש...
און ביידע שטייען אויבנאָן
און זײַנען שיין, אַ חידוש!

ווי פֿײַן דאָס ייִדיש-קינד זיך שפּילט
מיט זײַנע ווײַסע "ציינדעלעך"!
ווי שיין מײַן "קרומער פֿישקע" שילט:
"אַ ביאָך אין שײַנע ביינדעלעך"!

ווי ליב מײַן מאַמעס ניגון קלינגט
פֿון יענער ווײַסער ציגעלע,
וואָס רעדט אין ייִדיש און וואָס ברענגט
אַ הימל אין דער וויגעלע...

אין ייִדיש קרעכצט מיר די פֿאַבריק,
אין ייִדיש רעשט מײַן קינה,
ווען פֿאַלשע פֿרײַהייט טרײַבט צוריק
מײַן ייִד פֿון איר מדינה...

אין ייִדיש ווער איך אָפֿט אין כּעס
אויף אונדז´רע קהלשע ווערים
און האַלב אין ערנסט, האַלב אין שפּאַס
נעם איך זיי די געדערים...

אין ייִדיש שטראַלן הײַנט בײַ נאַכט
באַגײַסטערטע געזיכטער.
יאָ, ייִדיש האָט אונדז דאָ געבראַכט
צו ערן אַ ייִדישן דיכטער.

עס מעגן געבן אונדז׳רע "פּני"
פֿאַר אונדזער שפּראַך אַ גראָשן.
מיר לאַכן זיך אַלע אויס פֿון זיי
און רעדן מאַמע-לשון!

אויף אַזאַ הויכער נאָטע האָט זיך אָנגעהויבן שלום אַשס אַמעריקאַנער געשיכטע.