- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיר האָבן שוין געשריבן וועגן דעם, אַז "נאָך 30 יאָר פֿון לערנען די ייִדישע שפּראַך אין אוניווערסיטעט פֿון מערילאַנד גייט מען איצט אָפּשטעלן די ייִדיש־קורסן. במשך פֿון דער צײַט זײַנען די דאָזיקע קלאַסן געווען די איינציקע אוניווערסיטעט־קלאַסן פֿון ייִדיש אינעם גאַנצן שטאַט מערילאַנד". לעצטנס האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז אויך דער בראַנדײַס אוניווערסיטעט, כּדי אויסצוגלײַכן זײַן פֿינאַנציעלן מצבֿ, האָט בדעה, צווישן די קירצונגען פֿון אַנדערע פּראָגראַמען, זיך צולייגן אויך צו די ייִדיש־קלאַסן. שאָפּען איז בלי־שום־ספֿק איינער פֿון די ריזן אין דער מוזיק־געשיכטע. דער־אָ גאָון שלא כּל אָדם זוכה — דער־אָ וווּנדער פֿון אַ וווּנדערקינד — ער האָט באַשאַפֿן אַ לשון פֿון מוזיק וואָס פֿליסט אַרויס פֿון זײַן האַרץ און באַהערשט דאָס האַרץ פֿון צוהערער. דער פּוילישער פּאָעט און וויזיאָנער פֿון ימי־הראָמאַנטיזם נאָרוויד האָט געזאָגט: "שאָפּען איז מיטן האַרץ אַ פּאָליאַק — מיט זײַן טאַלאַנט איז ער אַ וועלט־בירגער". הײַנריך הײַנע ווידער, האַלט, אַז "שאָפּען אין דער מוזיק, איז דאָס וואָס ראַפֿאַעל, נאָך דעם ווי אונדזער מיטאַרבעטער גענאַדי עסטרײַך האָט אָפּגעדרוקט זײַן רעצענזיע אויף פּראָפֿ’ יאַנקל דזשייקאָבס נײַ בוך, "בונדישע קאָנטער־קולטור" [דעצ׳ 4, 2009, זײַט 11] זענען אָנגעקומען אין דער רעדאַקציע פּראָטעס־בריוו אויף דעם אַרטקיל. האָבן מיר באַשלאָסן, אַז די דיסקוסיע אַרום דעם "בונד" פֿאַראינטערעסירט אויך די גאַנצע לייענערשאַפֿט פֿונעם "פֿאָרווערטס". צוליב דעם האָבן מיר פֿאַרבעטן די פּראָפֿעסאָרן יאַנקל דזשייקאָבס, דניאל סויער, גענאַדי עסטרײַך, און דעם בונדישן אַקטיוויסט, עליע פּאַלעווסקי, זיך צו באַטייליקן אין אַ "רונדן טיש". מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, עפֿנדיק דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס", האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַזאַ פֿראַזע׃ "דער אָבי־וואַן קענאָבי פֿון דער ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, דער ליטוויש־געבוירענער פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף עמנואל לעווינאַס..." ווער איז געווען לעווינאַס, ווייס איך (הגם, איך וואָלט אים אָנגערופֿן אַ "ייִדישער פֿילאָסאָף", און געבוירן איז ער טאַקע אין דער רוסישער אימפּעריע, נאָר דאָס זײַנען קלייניקייטן) — אָבער ווער איז אָט דער חכם אָבי־וואַן קענאָבי, וואָס איז אַ סבֿרה בעסער באַקאַנט דעם לייענער פֿונעם Forward, איידער לעווינאַס? דאָס זאַמלען פֿאָלקלאָר און עטנאָגראַפֿיע זענען געווען וויכטיקע פּונקטן בײַם "ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט", ייִוואָ, פֿון סאַמע אָנהייב אָן. אין די ערשטע באַשרײַבונגען פֿון די צילן פֿון דער אָרגאַניזאַציע, אין 1925, האָט מען תּמיד אַרײַנגערעכנט פֿאָלקלאָר, צו גלײַך מיט פֿילאָלאָגיע און געשיכטע. ווען דער ייִוואָ האָט געבעטן, מע זאָל אַרײַנשיקן פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן, האָבן זיך גאָר גיך פֿאָרמירט פֿאָלקלאָר־קרײַזן אין צענדליקער שטעט און שטעטלעך, דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט משה רבינו צו זאַמלען אַ האַלבן זילבערנעם שקל פֿון יעדן ייִד, כּדי דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל האָבן אַ שײַכות צו עבֿודת־המשכּן; דאָס געזאַמלטע זילבער האָט אויך דערמעגלעכט איבערצוציילן די ייִדן אויף אַן אומדירעקטן אויפֿן. "כּי תשׂא את ראש בני־ישׂראל" — בוכשטעבלעך, האָט דער באַשעפֿער געהייסן "אויפֿצוהייבן דעם קאָפּ פֿון די ייִדן". על־פּי־חסידות, איז אַזאַ אויסדרוק מרמז אויף דעם, אַז דאָס אַחדות פֿונעם פֿאָלק, וואָס האָט זיך באַטייליקט צוזאַמען אין אַ הייליקער עבֿודה, האָט זיי געהאָלפֿן צו דערגרייכן אַ העכערע גײַסטיקע מדרגה. די פֿראַגע פֿון ביראָבידזשאַן איז, דאַכט זיך, אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן פֿון דעם הײַנטיקן סדר-היום פֿון ייִדישן לעבן, לכל-הפּחות פֿון זײַן הויפּטשטראָם. די ווײַט-מיזרחדיקע, נאָך אַלץ כּלומרשט ייִדישע געגנט אינטערעסירט, דער עיקר, היסטאָריקער פֿון ייִדישע נסיונות אין 20סטן יאָרהונדערט. ס׳רובֿ יונגע לײַט אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער האָבן בכלל קיין מאָל ניט געהערט וועגן אַזאַ זאַך. אָבער לאָזט זיך אויס, אַז ביראָבידזשאַן האָט געפֿונען הייסע חסידים צווישן גאָר ווילדע פּאָליטישע אַקטיוויסטן, בפֿרט צווישן די וואָס טענהן, אַז די געשיכטע פֿונעם חורבן איז "איבערגעטריבן געוואָרן". מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, האָט מען אין ניו-יאָרק געמאַכט אַ טריִומפֿאַלן קבלת-פּנים פֿאַר שלום אַשן. מיר איז ניט באַקאַנט די פּינקטלעכע דאַטע פֿון אַשס אָנקומען קיין אַמעריקע. אייניקע קוואַלן ווײַזן אָן דאָס יאָר 1909, אַנדערע — 1910. מיר דאַכט זיך, אַז ער איז אָנגעקומען סוף 1909. (איך בין זיכער, אַז ערנסטע קענער פֿון אַשן האָבן אַזאַ אינפֿאָרמאַציע.) סוף יאַנואַר 1910 איז ער שוין געווען אויף דער פּרעמיערע פֿון זײַן פּיעסע אין דעם ניו-יאָרקער דײַטשישן טעאַטער. וועגן דעם האָט דער "פֿאָרווערטס" מיטגעטיילט דעם 27סטן יאַנואַר, אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער צײַטונג: "דער 'ייִחוס’ פֿון שלום אַש אין היגן דײַטשן טעאַטער". די היסטאָריקער האָבן פֿאַרצייכנט אַז ס׳איז געווען אַ קאַלטער, רעגנדיקער טאָג (דער 14טער פֿעברואַר, אינעם יאָר 842, ניט לאַנג נאָכן טויט פֿון "קאַרל דעם גרויסן", וואָס אויף ענגליש איז ער באַקאַנט ווי Charlemagne), ווען צוויי פֿון די דרײַ זין זײַנע זענען זיך צונויפֿגעקומען אין דער עלזאַסער שטאָט סטראַסבורג, און האָבן איינער פֿאַרן אַנדערן אָפּגעגעבן שבֿועות, אַרויסגערעדט הויך און קלאָר כּדי זייערע טרופּן זאָלן גוט הערן און פֿאַרשטיין דאָס געזאָגטע. איינער פֿון זיי (לויִ — Louis), האָט גערעדט אויף אַ ראָמאַניש לשון פֿון וועלכן ס׳איז לסוף אויסגעוואַקסן דאָס הײַנטיקע פֿראַנצויזיש. איך זע מײַן ייִדישן שכן אין דער פֿרי און יעדן אויפֿדערנאַכט ווען ער שפּאַצירט מיט זײַן ווײַס, קוטשעראַוון הינטל. ביידע האָבן זיי איין און דעם זעלביקן פּאַמעלעכן, וואַקלענדיקן גאַנג. אין שניי און אין שטורעם, אין שלאַקסרעגן און אין אַ זוניקן טאָג. ביידע גייען זיי שפּאַצירן ווי די וועלט וואָלט זיי מכבד געווען מיט אַ נײַעם פֿרימאָרגן און אַ ניכטערן אָוונט. איך פֿלעג אים זאָגן גוט־מאָרגן. ער ווידער, פֿלעגט זיך נישט וויסנדיק מאַכן, און ווען ער האָט שוין יאָ אָפּגעענטפֿערט אויף מײַן באַגריסונג, איז עס געווען ווען ער האָט נישט געהאַט צו וועמען צו רעדן. ווי נאָר אַ צווייטער שכן האָט זיך באַוויזן אויף דער ליכטיקער שײַן, אַזוי האָט ער זיך אויסגעדרייט מיט דער פּלייצע צו מיר און מיך פֿאַרוואַנדלט אין וואַנטפּאַפּיר. ענדלעך, האָבן זיך די פֿילצאָליקע קלאַנגען באַשטעטיקט: די איצטיקע פֿאָרזיצערין פֿונעם "צענטראַלן ראַט פֿון ייִדן אין דײַטשלאַנד" ("צענטראַלער ראַט"), די 77־יאָריקע שאַרלאָט קנאָבלאָך פֿאַרלאָזט איר אַמט! וועגן דעם האָט זי אַליין מיטגעטיילט אין אַ שמועס מיטן קאָרעספּאָנדענט פֿון דער נײַעס־אַגענץ DPA. איר אַוועקגיין, וואָס דאַרף פֿאָרקומען אין נאָוועמבער, האָט זי דערקלערט, ווי "אַן אייגענעם און פֿרײַוויליקן פֿאַרלאַנג איבערצוגעבן די פֿירערשאַפֿט פֿונעם 'צענטראַלן ראַט’ אין די הענט פֿונעם נײַעם דור". דער רעצעפּט איז פֿאַר אַ ווײַסן פֿיש־פֿילע, אָבער אויב איר ווילט, קענט איר עס אויך מאַכן מיט אַן אָראַנזשענעם פֿיש ווי לאַקס אָדער סטראָנגע (trout). אויב איר האָט נאָך קיין מאָל נישט געקאָכט מיט קרעמיני־ אָדער שיטאַקע־שוועמלעך (אָפֿט מאָל ניצט מען זיי אין כינעזישע מאכלים), זאָרגט זיך נישט — ס׳איז פּונקט אַזוי גרינג ווי קאָכן מיט געוויינטלעכע שוועמלעך, און גיט צו אַ מער פּיקאַנטן טעם. און ניצט פֿרישן טימיאַן — נישט דעם געטריקנטן וואַריאַנט. דער רעצעפּט איז פֿאַר פֿיר מענטשן.
2 פֿונט (900 גראַם) קרעמיני־ אָדער שיטאַקע־שוועמלעך, צעשניטן אויף דער העלפֿט
|