די פֿראַגע פֿון ביראָבידזשאַן איז, דאַכט זיך, אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן פֿון דעם הײַנטיקן סדר-היום פֿון ייִדישן לעבן, לכל-הפּחות פֿון זײַן הויפּטשטראָם. די ווײַט-מיזרחדיקע, נאָך אַלץ כּלומרשט ייִדישע געגנט אינטערעסירט, דער עיקר, היסטאָריקער פֿון ייִדישע נסיונות אין 20סטן יאָרהונדערט. ס׳רובֿ יונגע לײַט אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער האָבן בכלל קיין מאָל ניט געהערט וועגן אַזאַ זאַך. אָבער לאָזט זיך אויס, אַז ביראָבידזשאַן האָט געפֿונען הייסע חסידים צווישן גאָר ווילדע פּאָליטישע אַקטיוויסטן, בפֿרט צווישן די וואָס טענהן, אַז די געשיכטע פֿונעם חורבן איז "איבערגעטריבן געוואָרן". ווי אַן עכאָ פֿון דער ליניע פֿונעם איראַנער פּרעזידענט, שרײַען די דאָזיקע אַקטיוויסטן, אַז דורכן שאַפֿן די ייִדישע מדינה האָט מען דווקא די אַראַבער געמאַכט שולדיק פֿאַר געשעענישן אין אייראָפּע.
צו אַזעלכע אָפּלייקענערס געהערט אויך אַ פֿרוי, וואָס מע האָט בשעתּו, ווען זי איז געווען ייִנגער, געהאַלטן פֿאַר אַ יפֿת-תּואר. הײַנט איז זי באַקאַנט ווי מישעל רענוף (Michele Renouf), צי אַפֿילו "ליידע" רענוף, אָבער פֿריִער האָט זי געטראָגן אַנדערע נעמען. אַ געבוירענע אין אויסטראַליע, האָט רענוף שפּעטער זיך באַזעצט אין ענגלאַנד. איך ווייס שוין ניט ווי אַזוי, איז זי געקומען אין דעם קרײַז פֿון חורבן-אָפּלייקענערס און הייסע קעגנער פֿון מדינת-ישׂראל. אין 2003 האָט זי פֿאָרגעלייגט צו עפֿענען די קבֿרים פֿון ייִדישע קרבנות פֿונעם חורבן און דורכפֿירן אַן אַנאַליז, צי זיי זײַנען טאַקע אומגעקומען פֿון גאַז און ניט פֿון טיפֿוס.
די קווייט פֿון אָט דער אַנטיסעמיטישער סבֿיבֿה, איז מישעל רענוף פֿאַרבונדן מיט אַקטיוויסטן פֿון אַן ענלעכן אידעאָלאָגישן שניט אין פֿאַרשיידענע לענדער. צווישן זיי איז, אַ שטייגער, דער פֿירער פֿון רוסישע "יעווראַזיסטן" אַלעקסאַנדר דוגין, וואָס איז גלײַך ווי אַראָפּ פֿון די בילדער פֿון אַמאָליקע שוואַרץ-מאהניקעס. אויף רענופֿס טיפֿע מחשבֿות לגבי ביראָבידזשאַן האָב איך זיך צופֿעליק אָנגעשטויסן אין דעם וועבזײַטל פֿונעם טרויעריק באַקאַנטן אַמעריקאַנער אַנטיסעמיט דייוויד דיוק, וואָס איז פֿריִער געווען דער "גרויסער מכשף" פֿון קו-קלוקס-קלען. ער איז אויך געווען אַ רעפּרעזענטאַנט אין שטאַט לויִזיאַנע און זיך באַלאָטירט אין סענאַט, ווי אויך אין ווײַסן הויז.
רענוף איז אַ טייל פֿון דער כּנופֿיא, וואָס לייגט פֿאָר אַ "ביראָבידזשאַנער ברירה" ווי אַ לייזונג פֿאַר דער פּאַלעסטינער פּראָבלעם. אַ סבֿרא, אַז דער דאָזיקער עולם האָט געלייענט וועגן דער געשיכטע פֿון ביראָבידזשאַן. פּינקטלעכער — האָבן זיי עפּעס אַרויסגעכאַפּט פֿון דער געשיכטע. זיי ווייסן, אַז די גאַנצע מעשׂה האָט זיך אָנגעהויבן אין יאָר 1928 און אַז ייִדיש ("פּידזשין דײַן", ווי זיי דערקלערן) האָט באַקומען דאָרטן אַן אָפֿיציעלן סטאַטוס. מע פֿאַרגעסט ניט וועגן דער אינטערנאַציאָנאַלער שטיצע, וואָס די "וויג פֿון ייִדישער מלוכהשאַפֿט" האָט געהאַט באַקומען, בפֿרט מצד דער אַמעריקאַנער אָרגאַניזאַציע "אַמבידזשאַן". הקיצור, זיי לייגן פֿאָר אויפֿצולעבן די גאַנצע זאַך דורך אַריבערפֿירן אהין די גאַנצע ישׂראלדיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג און דערמיט פֿאַרמאַכן דאָס זײַטל אין דער מאָדערנער געשיכטע.
זיי באַשרײַבן ביראָבידזשאַן ווי אַ אמתן גן-עדן. מע דערמאָנט אַ ייִדישן טעאַטער געשאַפֿן אין די 1970ער יאָרן (אמת, מע זאָגט ניט, אַז דער דאָזיקער טעאַטער, בראָש מיט יורי שערלינג, איז פֿאַקטיש געווען אין מאָסקווע). מע דערציילט וועגן דער דאַוונשול, געעפֿנט אין 2004. מע האָט ניט פֿאַרגעסן וועגן דער ייִדישער זומער-פּראָגראַם, אָרגאַניזירט מיט אַ פּאָר יאָר צוריק דורך דעם ישׂראלדיקן אוניווערסיטעט-לעקטאָר באָריס קאָטלערמאַן.
געלט פֿאַר אַזאַ מאַסן-איבערוואַנדערונג, פֿון ישׂראל קיין ביראָבידזשאַן, האָט מען גלײַך געפֿונען: זאָלן די אַמעריקאַנער און דײַטשן פֿאַרקערעווען אין דער ווײַט-מיזרחדיקער ריכטונג דעם געלטשטראָם, וואָס גייט הײַנט קיין ישׂראל.
* * *
צום פֿאַרדראָס פֿון אַזעלכע ווי מישעל רענוף, זעט מען דערווײַל ניט קיין שטראָם ייִדישע עמיגראַנטן פֿון ישׂראל קיין ביראָבידזשאַן. אָבער אַ קליינע צאָל מענטשן קלײַבן טאַקע אויס ביראָבידזשאַן, כאָטש מיט די אויבן דערמאָנטע "פּאָליטישע אידעען" האָט עס גאָרנישט צו טאָן. די רייד גייט פּשוט וועגן אייניקע געוועזענע רוסישע ייִדן, וועלכע האָבן עולה געווען אין די פֿריִערדיקע יאָרן, אָבער דערנאָך האָט זיי, צוליב פֿאַרשיידענע סיבות, אַ צי געטאָן אַהיים. אין דער רוסישער פּרעסע ציטירט מען סטאַטיסטישע דאַטן, וואָס ווײַזן אַז אין משך פֿון די לעצטע פֿינף יאָר האָבן קיין ביראָבידזשאַן זיך אומגעקערט מער מענטשן איידער מען איז פֿון דאָרטן אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל. למשל, אין יאָר 2008 זײַנען פֿון ישׂראל געקומען 77 נפֿשות, בעת קיין ישׂראל זײַנען אַוועקגעפֿאָרן אין גאַנצן 40 נפֿשות. די רוסישע צײַטונגען דערמאָנען דעם לייענער, אַז אין די 1930ער יאָרן פֿלעגן קיין ביראָבידזשאַן אויך קומען ייִדן פֿון ארץ-ישׂראל.
אין די 1990ער יאָרן זײַנען פֿון ביראָבידזשאַן קיין ישׂראל אַרויסגעפֿאָרן אַרום 15 טויזנט ייִדן. כאַראַקרטעריש, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז — אויב צו גלייבן דער אָפֿעציעלער סטאַטיסטיק — געווען דעמאָלט אַרום 9 טויזנט נפֿשות. מע קען זאָגן, אַז דעמאָלט זײַנען כּמעט אַלע אַוועקגעפֿאָרן. די לעצטע ציילונג האָט געוויזן אַ נישטיקן חלק ייִדן אין דער גאַנצער באַפֿעלקערונג — 2.5 פּראָצענט. צענדליקער אַהין צי צענדליקער אַהער, אַ ביסל מער אַהין צי אַ ביסל מער אַהען — דאָס אַלץ איז, אין תּוך אַרײַן, אַ "ווײַסער ליאַרעם" אין דער סטאַטיסטיק.
די לאָגיק פֿון פֿאָרן אַהין צי אַהער איז אַ פֿאַרשיידענע. איינער פֿון די וואָס זײַנען לעצטנס אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל האָט דערקלערט: "יאָ, ביראָבידזשאַן איז די וויג פֿון ייִדישער מלוכהשאַפֿט. אָבער מע קען דאָך ניט די גאַנצע צײַט לעבן אין אַ וויג." פֿון ישׂראל קומען מענטשן, וואָס האָבן צוליב דער שפּראַך, דעם פֿאַך צי קלימאַט ניט געפֿונען זיך דאָרטן אַ היים. אייניקע זאָגן, אַז אין ביראָבידזשאַן איז גרינגער צו אַרבעטן און פֿאַרדינען אויפֿן לעבן. אַזוי — און ניט לויט די פּלענער פֿון מישעל רענוף און איר כּנופֿיא — וועט עס גיין ווײַטער.