בײַם "רונדן־טיש", די פּראָפֿעסאָרן (פֿון רעכטס), יאַנקל דזשייקאָבס, גענאַדי עסטרײַך, דניאל סויער |
נאָך דעם ווי אונדזער מיטאַרבעטער גענאַדי עסטרײַך האָט אָפּגעדרוקט זײַן רעצענזיע אויף פּראָפֿ’ יאַנקל דזשייקאָבס נײַ בוך, "בונדישע קאָנטער־קולטור" [דעצ׳ 4, 2009, זײַט 11] זענען אָנגעקומען אין דער רעדאַקציע פּראָטעס־בריוו אויף דעם אַרטקיל. האָבן מיר באַשלאָסן, אַז די דיסקוסיע אַרום דעם "בונד" פֿאַראינטערעסירט אויך די גאַנצע לייענערשאַפֿט פֿונעם "פֿאָרווערטס". צוליב דעם האָבן מיר פֿאַרבעטן די פּראָפֿעסאָרן יאַנקל דזשייקאָבס, דניאל סויער, גענאַדי עסטרײַך, און דעם בונדישן אַקטיוויסט, עליע פּאַלעווסקי, זיך צו באַטייליקן אין אַ "רונדן טיש". אירענע קלעפּפֿיש האָט געזאָלט זיך באַטייליקן, אָבער נישט געקענט קומען אין דער לעצטער מינוט. דער "רונדער טיש" איז פֿאַרגעקומען דעם 4טן פֿעברואַר, 2010.
דער פֿאָרזיצער איז געווען איציק גאָטעסמאַן.
גאָטעסמאַן: אין גענאַדי עסטרײַכס אַרטיקל שטעלט ער תּוכיקע פֿראַגעס וועגן דעם "בונד", ווי למשל, ווי קען מע זײַן סײַ נאַציאָנאַליסטן, סײַ אינטערנאַציאָנאַליסטן אין דער זעלבער צײַט, ווי דער "בונד" האָט זיך פֿאָרגעשטעלט. ער האָלט, אַז צוליב דער "אומלאָגישקייט", זענען אַוועק אַ סך מיטגלידער פֿונעם "בונד" צו די קאָמוניסטן, וואָס איז געווען מער "לאָגיש".
עסטרײַך: די רעצענזיע איז געווען קורץ און באַגרענעצט. לאָמיך מאַכן מײַנע באַמערקונגען מער פּינקטלעך. מײַן אײַנדרוק איז, אַז פֿאַר דער רוסישער רעוואָלוציע איז דער "בונד" געווען מער לאָגיש, ווי אַן אונטערערדישע אָרגאַניזאַציע וואָס האָט אַ סך אויפֿגעטאָן. די אָרגאַניזאַציע איז אַפֿילו געווען אַ מוסטער פֿאַר די באָלשעוויקעס, סײַ טעאָרעטיש, אָבער באַזונדערס פּראַקטיש. נאָך דער רעוואָלוציע און אין אַנדערע סבֿיבֿות, ווי למשל, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, איז געווען אַ גרעסערע פּראָבלעם ווי אַזוי צונויפֿצופּאָרן זאַכן, וואָס האָבן זיך נישט געפּאָרט שטענדיק. דערפֿאַר זענען אַזוי פֿיל בונדיסטן אַוועק אין דער "לאָגישקייט" פֿון קאָמוניזם.
דניאל סויער: די גאַנצע סאָציאַליסטישע באַוועגונג איבער דער וועלט האָט זיך צעשפּאָלטן נאָך דער רעוואָלוציע. איך ווייס נישט, צי אַ גרעסערער טייל פֿון די בונדיסטן איז אַוועק, ווי בײַ אַנדערע סאָציאַליסטישע פּאַרטייען, צי אין אַמעריקע, צי אין אייראָפּע.
עליע פּאַלעווסקי: איך וויל זיך אָבער אָפּרופֿן אויף גענאַדי עסטרײַכס אַנאַליז אויף אַן אַנדער אופֿן. די "אומלאָגישקייט" פֿון "בונד", לויט זײַן באַנעמונג, איז אין דער אמתן אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דער אַנדערשקייט פֿונעם באַגריף פֿון ייִדן ווי אַ פֿאָלק. דער "בונד" האָט זיך אַנטוויקלט אידעיִש, נישט ווײַל די מאַסן האָבן זיך צוגעפּאַסט צו די אידעאָלאָגן, נאָר ווײַל די אידעאָלאָגן האָבן זיך צוגעפּאַסט צו די מאַסן. לכתּחילה, איז דער "בונד" ארויס פֿון אַ מאַרקסיסטישער, אינטערנאַציאָנאַליסטישער הנחה און ווען די ווירקלעכקייט האָט אַרויסגעוויזן, אַז די ייִדישע פֿאָלקס־אידענטיטעט איז אַזוי שטאַרק אײַנגעוואָרצלט אין דער פֿאָלקס־נשמה, האָט דער "בונד" געמוזט אויפֿנעמען די פֿראַגע פֿון פֿאָלקס־אידענטיטעט ווי אַ יש, און זי פֿאַרטיידיקן, אַפֿילו ווען זי האָט זיך אויסגעדריקט פֿרום. דער גילגול דערפֿון איז וואָס מיר רופֿן אָן הײַנט "cultural pluralism", קולטור־פּלוראַליזם. די סתּירה שטעקט אין דעם, וואָס דאָס ייִדישע פֿאָלק איז אין תּוך אַ טראַנס־נאַציאָנאַל פֿאָלק, וואָס דערפֿירט צו אַ מין אינטערנאַציאָנאַליזם, און וואָס דערפֿירט אויך צום באַגריף פֿון קולטור־פּלוראַליזם, אויב בלויז צו באַרעכטיקן די מעגלעכקייט פֿון אָנפֿירן אַ ייִדיש לעבן אין די ראַמען פֿון אַן אַנדער נאַציע. אַזוי האָט זיך געמוזט אַנטוויקלען די אידעאָלאָגיע. די השפּעה פֿון "בונד", דאַכט זיך מיר אין אַלגעמיין, אויסער די פֿריִערדיקע פּאָליטישע אויפֿטוען, איז וואָס ער האָט גורם געווען, ווי יאַנקל שרײַבט, אַ קולטור־רעוואָלוציע, וועלכע האָט געענדערט שטאַרק די פֿאָלקס־אידענטיטעט, ווי מען האָט דאָס פֿריִער אַליין פֿאַרשטאַנען, און שפּעטער, דורך דער השפּעה פֿון בונדיסטן, וואָס האָבן זיך צעשפּרייט איבער דער וועלט און געאַרבעט אין אַנדערע אָרגאָניזאַציעס און אינסטיטוציעס צו פֿאַרווירקלעכן אַזאַ וויזיע. כאָטש פּאָליטיש האָט דער "בונד" ווייניק וואָס דירעקט אויפֿגעטאָן, אפֿילו צווישן די מלחמות, איז די קולטורעלע השפּעה געווען זייער, זייער אַ ברייטע. דאָס וואָס נאָכן חורבן האָט זיך געשאַפֿן אַ ייִדישע מדינה, און דאָס וואָס מע האָט אומגעבראַכט די מערסטע בונדיסטן, איז נאָך נישט קיין סימן, אַז די בונדישע אידעע איז געווען אַ פֿאַלשע. די אידעאָלאָגיע פֿון סאָלידאַריטעט מיט אַנדערע אַרבעטנדיקע פֿעלקער, די אידעאָלאָגיע פֿון אַ וועלט־פֿאָלק, פֿון "דאָיִקייט" — די אַלע אידעען זענען אין תּוך די גרונט־פּרינציפּן, מיט וועלכע עס פֿורעמען זיך אויס איצט פֿאַרשיידענע פּראָגרעסיווע ייִדישע שיטות, פֿאַרשפּרייט אין אַלע לענדער.
דזשייקאָבס: מיר רעדן דאָ וועגן וועלטן וואָס עקזיסטירן מער נישט. בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז געווען אַ רעגנבויגן פֿון ייִדישע פּאַרטייען, אַרײַנגערעכנט אַ סך פּאַרטייען וואָס זענען געווען סאָציאַליסטיש און נאַציאָנאַליסטיש. צווישן זיי, "סערפּ", "עס־עס", "פּועלי-ציון" און אַנדערע. עס איז קיין מאָל נישט געווען אַן ענין פֿונעם "בונד" אַליין, נאָר דער "בונד" אין אַ ריי אַנדערע פּאַרטייען אין אַ באַפֿעלקערונג, וואָס האָט טאַקע געהאַט אַן אינטערעס צו ביידע געדאַנקען מיט אַ מאָל. אויב מע רעדט וועגן ווער איז אַוועק פֿון "בונד" און ווער איז געווען מצליח, דאַרף מען ווידער אַמאָל באַטאָנען, אַז נאָך דער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד, האָבן "סערפּ" און "עס־ער" אויפֿגעהערט צו עקסיזטירן; "פּועלי־ציון" האָט זיך צעשפּאָלטן, און דער רעכטער "פּועלי־ציון" איז דווקא געווען זייער קליין אין פּוילן. פֿון די אַלע פּאַרטייען וואָס איך האָב דערמאָנט, איז דער "בונד" געווען די איינציקע, וואָס האָט דורכגעלעבט די רעוואָלוציע און האָט געקענט ווידער אויפֿבליִען אין אומאָפּהענגיקן פּוילן.
עסטרײַך: איך בין מסכּים מיט אײַך. אָבער וואָס האָט אויסגעטיילט דעם "בונד" פֿון די אַנדערע פּאַרטייען? די אַנדערע פּאַרטייען האָבן נישט געמאַכט קיין סוד פֿון זייערע נאַציאָנאַלע אָדער נאַציאָנאַליסטישע צילן; בײַ זיי איז מאַרקסיזם געווען מיט אַ נאַציאָנאַליסטישער אידעע. אַ סך ווייניקער איז דאָס געווען בײַם "בונד". דער "בונד" האָט געוואָלט טאַנצן אויף צוויי חתונות, און מיר פֿאַרשטייען אַלע די סיבות פֿאַר וואָס אַזוי.
דנאיל סויער: איך וויל אָנרירן דעם געדאַנק, אַז דער "בונד" און בונדיזם זענען נישט געווען לאָגיש, ווײַל איך בין מסכּים מיט יאַנקלען און עליען, אַז דאָס פֿאָלק האָט געהאַט סײַ אינטערעסן ווי אַ קלאַס, סײַ ווי אַ פֿאָלק, און דער "בונד" האָט דאָס אָנערקענט. אידעאָלאָגיש איז דער "בונד" נישט געווען שטאַרק אַנטוויקלט אין פֿאַרגלײַך, למשל, מיט די ציוניסטן. קיין גרויסע פֿילאָסאָפֿן האָט "דער בונד" נישט געהאַט. מעדעם האָט אָנגעשריבן אַ פּאָר זאַכן, אָבער אין פֿארגלײַך מיט די באָלשעוויקעס און די אַנדערע סאָציאַליסטן, איז דער "בונד" נישט געווען שטאַרק אַנטוויקלט אין דעם פּרט. נאָר אַזוי ווי עליע האָט געזאָגט, איז דער בונד געווען נאָענט צום פֿאָלק, און האָט רעאַגירט אויף די באַדערפֿענישן פֿונעם פֿאָלק. צי דאָס זײַנען געווען באַדערפֿענישן ווי אָרעמע־לײַט, צי ווי ייִדן; צי איז דאָס געווען דערפֿאָלגרײַך? עס איז געווען צוגעפּאַסט צו אַ געוויסן מאָמענט, צו אַ געוויסן אָרט, און דאָרט איז עס יאָ געווען מצליח. יאַנקלס בוך פּרוּווט אויפֿצוקלערן דעם דערפֿאָלג. די ציוניסטן זענען געווען אַ סך גרעסער, אויב מע נעמט אַרײַן אַלע ציוניסטישע באַוועגונגען, נאָר אין פֿאַרגלײַך מיט די "פֿאָלקיסטן" און "טעריטאָריאַליסטן", איז דער "בונד" געווען זייער דערפֿאָלגרײַך אין פּוילן. אַזוי ווי עליע האָט געזאָגט, איז דער "בונד", ווי אַ פּאַרטיי, נישט געווען דערפֿאָלגרײַך אין אַמעריקע, און מע קען אַרומרעדן פֿאַרוואָס דאָס איז אַזוי געווען. נאָר די השפּעה פֿון "בונד" און בונדיסטן איז געווען זייער שטאַרק אינעם "אַרבעטער־רינג", אין די פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, און אין דער סאָציאַליסטשער פּאַרטיי.
דזשייקאָבס: פּראָפֿ׳ טאָני מײַקלס האָט אָנגעשריבן אַ גוט בוך וואָס האָט צו טאָן מיט דער השפּעה פֿון די בונדיסטן אין אַמעריקע אין די ערשטע יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. די בונדיסטן זענען געווען די אָנפֿירער אין "אַרבעטער־רינג", אין די פּראָפֿעסיאָניעלע פֿאַריינען, אַ ביסל שפּעטער, אין "ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט", כאָטש ער שרײַבט נישט וועגן דעם. דער בונד האָט נישט געוואָלט בויען אַ פּאַרטיי אין אַמעריקע; אַן אָרגאַניזאַציע, יאָ. זיי האָבן געוואָלט מיטאַרבעטן מיט אַנדערע און זיי האָבן דאָס געטאָן. מיר זענען דאָך אַקאַדעמיקער, קען מען נישט רעדן וועגן 1900 ווי וועגן 1910, און 1920 ווי 1930; אַנדערע צײַטן, אַנדערע באַדינגונגען, אַנדערע מענטשן.
עסטרײַך: פֿאַר דער קאָמוניסטישער איבערקערעניש איז דער "בונד" געווען אַן אינטערעסאַנטע פּאַרטיי, מיט אַ השפּעה, באַזודערס אַרום דער ערשטער רעוואָלוציע, 1905. און דערנאָך באַקומט זיך, אַז אין דער סאָוועטישער צײַט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זענען אַ סך פֿרײַוויליק געוואָרן קאָמוניסטן, און אומעטום זעען מיר אויך, אַז דער "בונד" און די מענטשן פֿון "בונד" זענען אַ וויכטיקער קאָמפּאָנענט אין דער אַרבעטער־באַוועגונג, אָבער נישט באַזונדער. סײַדן אין פּוילן, ווי איר באַשרײַבט. אָבער אַפֿילו דאָרטן — איר געדענקט אַוודאַי, אַז דאָ אין "פֿאַרווערטס" אין 1934 האָט מען געמאַכט אַ גאַנצן טאַראַראַם, ווען מע האָט געשריבן אַז נאָר 7000 מיטגלידער פֿון "בונד" האָט מען געציילט אין פּוילן.
דזשייקאָבס: אַזוי ווי סע קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך. דניאל האָט שוין באַמערקט, און איך בין מסכּים, אַז כּמעט אַלע סאָציאַליסטישע פּאַרטייען האָבן דורכגעמאַכט אַן ענלעכען פּראָצעס איבער דער וועלט, און זענען אַוועק צו די קאָמונסיטן אין די 1920ער יאָרן — אין דײַטשלאַנד, אין פֿראַנדקרײַך. עס איז נישט געווען אַנדערש בײַ די ייִדן. אין געוויסע ערטער זענען אַ מערהייט אַוועק צו די קאָמוניסטן. איך האָב נישט געשריבן וועגן די וואָס זענען אַוועק, נאָר די וואָס זענען געבליבן. אין פּוילן, וווּ עס זענען געווען מער ווי דרײַ מיליאָן ייִדן, איז דער "בונד" געוואָרן די סאַמע שטאַרקסטע פּאַרטיי, סוף 1930ער יאָרן. אַוודאי, האָבן זיי נאָר געציילט 7000 "אָפֿיציעלע" מיטגלידער, וואָס באַטײַט עס? אין וואַרשע, ווילנע, לאָדזש, ביאַליסטאָק האָבן זיי געהאַט אַ מערהייט אין די שטאָטישע וואַלן, אין די קהילה־וואַלן, אין 5 פֿון די 7 גרעסטע שטעט אין פּוילן, סוף 30ער יאָרן. מענטשן האָבן דעמאָלט נישט געהאַט קיין געלט צו ווערן "אפֿיציעלע" מיטגלידער פֿון אַ פּאַרטיי, פֿון אַן אָרגאַניזאַציע. עס זענען געווען שווערע צײַטן; ווער האָט געהאַט געלט אויף דעם? כּמעט קיינער נישט. עס זענען געווען טויזנטער סימפּאַטיקער, און אַ סך מער וואָס זענען געווען גרייט צו שטימען פֿאַר זיי.
פּאַלעווסקי: יאַנקל, דו האָסט באַוויזן אין דײַן בוך, אַז דער "בונד", דורך באַדינען דעם פֿאָלק, דורך די ציש״אָ־שולן, אָדער "מעדעם־סאַנאַטאָריע", אָדער ספּאָרט־קלובן, האָט געוואָרפֿן זייער אַ ברייטע נעץ פֿון השפּעה, און באַקומען סימפּאַטיקער. אין דער זעלבער צײַט, האָבן זיי געביטן דעם וועג ווי דאָס פֿאָלק האָט זיך אַליין געזען און פֿאַרשטאַנען.
עסטרײַך: אין "מאָמענט" האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַן אַרטיקל פֿון הלל צייטלין, וווּ ער שרײַבט נאָך די וואַלן אין וואַרשע 1926, אַז די מענטשן גייען נישט נאָך דער אידעאָלאָגיע, נאָר מע גייט נאָך דעם "בונד", ווײַל זיי אַרבעטן מיט די מאַסן און די געזעלשאַפֿטלעכע אַרבעט און פּראָגאַמען זענען אַקטיוו.
פּאַלעווסקי: ווען עס איז געקומען צו אַ פֿראַגע פֿון עטאַבלירן די קינדער־קאָלאָניע, "המשך" אין אַמעריקע, זענען די אָרטאָדאָקסישע בונדיסטן, צווישן זיי עמנואל שערער, דער "כּהן־גדול" און מאַרקסיסט, געווען אַ קעגנער און געטענהט, אַז ס'איז אַרויסגעוואָרפֿענע מי און געלט, ווײַל פֿון דעם וועלן קיין פּאַרטיי־מיטגלידער נישט אַרויסקומען. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָבן זיך אַנטקענגעשטעלט די חבֿרים־אַקטיוויסטן, טאַטע־מאַמעס, וואָס האָבן געוואָלט איבערגעבן, נאָכן חורבן, די ירושה פֿון "בונד" צו זייערע קינדער. אַזאַ דינאַמיק, מיר דאַכט, האָט עקזיסטירט אַפֿילו פֿאַר דער מלחמה.
סויער: זיי זענען געווען גערעכט: קיין סך פּאַרטיי־מיטגלידער זענען נישט אַרויס פֿון דעם.
פּאַלעווסקי: יאָ פֿון אַ פּאַרטיייִשן שטאַנדפּונקט, זענען זיי געווען 100% גערעכט. די אַנדערע האָבן געענטפֿערט — מיר זוכן נישט צו ווערבירן, נאָר ממשיך צו זײַן אונדזער געזעלשאַפֿט, דערפֿאַר האָט עס געהייסן, דער קעמפּ "המשך."
דזשייקאָבס: עליע, דו ברענגסט אַרויס אַן אינטערעסאַנטן פּונקט. ווער זענען געווען די שטיצער, און ווער זענען געווען די קעגנער פֿון קעמפּ "המשך" אין די רייען פֿון "בונד"? איך זע דאָס אַ ביסל אַנדערש. די טעטיקסטע מענטשן זענען נישט געווען די בונדיסטן, נאָר די געוועזענע "סקיפֿיסטן" און "צוקונפֿטיסטן"; מענשטן, וואָס זענען אַליין געווען אין אַן ענלעכער סבֿיבֿה אין זייער יונגט, די שענסטע יאָרן פֿון זייער לעבן. זיי האָבן דאָס געוואָלט פֿאַר זייערע קינדער און אייניקלעך, נישט די אָנפֿירער פֿון דער פּאַרטיי אין פּוילן. אָלעק ערליך, למשל, איז נישט געווען פֿאַראינטערעסירט אין "המשך". ער האָט געהאַט אַנדערע אינטערעסן; געווען פֿון אַן אַנדער וועלט. איך האָב געלערנט מיט אים אַ לאַנגע צײַט און גערעדט וועגן די זאַכן. ער האָט אַליין פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז נישט פֿאַר אים, נאָר פֿאַר אַנדערע.
גאָטעסמאַן: איך האָב געוואָלט פֿרעגן בײַ דניאלן, ווײַל ער האָט געאַרבעט אויף די אויטאָביאָגראַפֿיעס פֿון אַמעריקאַנער אימיגראַנטן און זייערע זכרונות וועגן דעם צונויפֿגוס פֿון פּאָליטיק און געזעלשאַפֿט.
סויער: איך דערמאָן זיך אין איין אויטאָביאָגראַפֿיע, איז דער פּערסאָנאַזש געווען אַ חסידשער יונגער־מאַן און מאַטעריעל אָרעם און געאַרבעט אין אַ פֿאַבריק. די טראַדיציאָנעלע פֿרומקייט האָט אים נישט געגעבן קיין ענטפֿערס פֿאַר וואָס איז ער אין אַזאַ שווערער מאַטעריעלער לאַגע. זײַן טאַטע איז איין טאָג אַהיימגעקומען מיט אַ פֿליבלעטל פֿון "בונד" וווּ עס ווערט אויפֿגעקלערט וואָס איז קאַפּיטאַליזם, און גערופֿן צו אַן אַחדות. דאָס פֿליבלעטל האָט אים געגעבן אַן ענטפֿער אויף זײַן לאַגע. איז ער געוואָרן אַ בונדיסט, דערנאָך געפֿאָרן קיין אַמעריקע און דאָ געוואָרן אַ קאַפּיטאַליסט; פֿון דעסטוועגן איז ער געבליבן געטרײַ דעם געדאַנק פֿון סאָציאַליזם.
איך דערמאָן זיך אויך אין עטלעכע פֿרויען, וואָס האָבן געשטאַמט פֿון אָרעמע משפּחות און דער "בונד" האָט פֿאַר זיי געבראַכט אַ ביסל "ליכט", ווײַל מע האָט געקענט זיך חבֿרן מיט מער בכּבֿודיקע, געלערנטע יונגע־לײַט. דער "בונד" איז געווען פֿאַר זיי וויכטיק, ווײַל ס'האָט פֿאַרבעסערט זייער לעבן, זיי געגעבן אַ בילדונג און דאָס איז געבליבן מיט זיי. אין אַמעריקע זענען זיי געוואָרן אַקטיוו דווקא אין "אַרבעטער־רינג". ס'רובֿ בונדיסטן זענען געקומען קיין אַמעריקע און געוואָרן אַקטיוו אין "אַרבעטער־רינג" נישט אין קיין סאָציאַליסטשער פּאַרטיי. אין רוסלאַנד איז דער "בונד" געווען אונטערערדיש, אַפֿילו ראָמאַנטיש, אָבער אין אַמעריקע, איז זייער בײַטראָג צום "אַרבעטער־רינג" באַשטאַנען אין פֿאַרקויפֿן בילעטן פֿאַר אַ טעאַטער־בענעפֿיט, למשל. זיי זענען, אָבער, תּמיד געווען געטרײַ דעם געדאַנק פֿון סאָציאַליזם.
עסטרײַך: אינעם "פֿאָרווערטס" האָב איך געדרוקט אַן אויסצוג פֿון אַב. קאַהאַנס אַן אַרטיקל. ער האָט געהאַט טענות צום "בונד", אַז זיי זענען ממש באָלשעוויקעס. ערליך האָט געהאַט געשריבן, אַז די קאָמוניסטן געבן נישט גענוג דעמאָקראַטיע צו די אַרבעטער און קאַהאַן האָט געטענהט — וואָס הייסט "די אַרבעטער"? מע דאַרף געבן דעמאָקראַטיע צו אַלעמען. דער "בונד" און זײַן באַציִונג צו די באָלשעוויקעס און מענשעוויקעס איז אַן אינטערעסאַנטע טעמע.
דזשייקאָבס: עס זענען געווען עטלעכע אַקציעס דורך דעם ייִוואָ, וווּ זיי האָבן געזאַמלט אויטאָביאָגראַפֿיעס. איך האָב געפֿאָרשט די מאַטעריאַלן פֿון די פּוילישע ייִדן אין די 1930ער יאָרן. איך האָב געזוכט וואָס זיי האָבן געזאָגט וועגן "סקיף" און אַנדערע געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס. מענטשן זענען געגאַנגען פֿון איין אָרגאַניזאַציע צו אַ צווייטער. אויב עס זענען געקומען אין אַ געוויסער פּראָגראַם שיינע מיידלעך, איז מען דאָרטן געגאַנגען אַהין. מײַן אייגענער טאַטע איז געווען טעטיק אין "ביתּר", פֿאַרוואָס? איך האָב אים געפֿרעגט, האָט ער מיר געענטפֿערט, אַז "זיי האָבן געהאַט די בעסטע טענצער."
כאָטש, ס'איז קלאָר, אַז די יונגע־לײַט זענען געגאַנגען פֿון איין אָרגאַניזאַציע צו אַ צווייטער, איז אויך קלאָר, אַז די בונדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן צוגעצויגן מער ווי זיי האָבן פֿאַרלוירן. זיי האָבן צוגעצויגן מענטשן, נישט צוליב אידעאָלאָגיע, נאָר צוליב אַנדערע טעמים.
וועגן קאַהאַן און "בונד" — באַלד נאָך דער רעוואָלוציע איז קאַהאַן געווען וואַרעמער צום באָלשעוויזם ווי די בונדיסטן זענען דאָס געווען. אָבער אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט ער געהאַלטן, אַז דער "בונד" איז צו לינק. זײַנע באַציִונגען צום "בונד" זענען געוואָרן וואָס אַמאָל ערגער. עטלעכע ביכלעך זענען דעמאָלט אַרויס וועגן דעם סיכסוך. נישט קוקנדיק דערויף, איז דאָך געווען אמת, אַז די בונדיסטן האָבן געאַרבעט און געשריבן אין "פֿאָרווערטס". אַפֿילו הײַנט — כאָטש יצחק לודען איז נישט מסכּים מיט אַלץ וואָס מע דרוקט אין "פֿאָרווערטס", שרײַבט ער אין דער צײַטונג. דאָס איז ענדלעך צו דעם וואָס איז געווען מיט 60, 70 יאָר צוריק.
גאָטעסמאַן: אַ דאַנק אײַך אַלעמען!