|
דאָס שטעטל, דאָס 21סטע יאָרהונדערט׃ פֿעלד־פֿאָרשונגען. אונטער דער רעדאַקציע פֿון וואַלערי דימשיץ, אַלכּסנדר לוואָוו, אַלאַ סאָקאָלאָוואַ.
סאַנקט־פּעטערבורג,
דער פֿאַרלאַג פֿונעם אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט, 2008. |
|
מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, עפֿנדיק דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס", האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַזאַ פֿראַזע׃ "דער אָבי־וואַן קענאָבי פֿון דער ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, דער ליטוויש־געבוירענער פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף עמנואל לעווינאַס..." ווער איז געווען לעווינאַס, ווייס איך (הגם, איך וואָלט אים אָנגערופֿן אַ "ייִדישער פֿילאָסאָף", און געבוירן איז ער טאַקע אין דער רוסישער אימפּעריע, נאָר דאָס זײַנען קלייניקייטן) — אָבער ווער איז אָט דער חכם אָבי־וואַן קענאָבי, וואָס איז אַ סבֿרה בעסער באַקאַנט דעם לייענער פֿונעם Forward, איידער לעווינאַס?
דער "גוגל", זאָל לעבן, האָט מיר גלײַך געזאָגט, אַז דאָס איז אַ פּערסאָנאַזש פֿון דער עפּישער פֿילם־סעריע "שטערן־מלחמות".
די "ווירטועלע ווירקלעכקייט" (דער באַגריף, וואָס האָט אַרײַנגעפֿירט דער אַנדערער "פֿראַנצויזישער" פֿילאָסאָף, אַנרי בערגסאָן) שטופּט בהדרגה אַרויס די "רעאַלע ווירקלעכקייט" פֿון אונדזער באַוווּסטזײַן, און כּלערליי אַבי־ווער קענאָביס קומען אויפֿן אָרט פֿון אמתדיקע פּערזענלעכקייטן. אונדזער זכּרון ווערט אַלץ מער קאָמפּיוטעריזירט, און מיר שעפּן אונדזערע קענטענישן פֿון ווירטועלע מקורים. די דאָזיקע טענדענץ איז גאַנץ בולט אויפֿן געביט פֿון "שטעטל־שטודיעס", וואָס פֿאַראייניקן טויזנטער ליבהאָבער פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן עבֿר אַרום דער וועלט. אַ היפּשע צאָל שטעטלעך האָבן זייערע אייגענע וועב־זײַטלעך, דאָס רובֿ פֿון זיי געפֿינט זיך אויפֿן פּאָרטאַל פֿון דער ייִדישער גענעאַלאָגישער אַסאָציאַציע JewishGen. דאָרט קאָן מען געפֿינען כּלערליי ידיעות וועגן געשיכטע, טאָג־טעגלעכן לעבן און תּושבֿים פֿון יענע שטעטלעך, ווי אויך בילדער, מאַפּעס און אַנדערע וויכטיקע אינפֿאָרמאַציע. דאָס איז זייער אַ ווערטפֿולער קוואַל, וווּ די אַמאָליקע שטעטלעך לעבן ווײַטער אין דער געשטאַלט פֿון ווירטועלע גילגולים.
אַזאַ מין ווירטועלער אַרכיוו איז אפֿשר דער בעסטער מעגלעכער דענקמאָל דעם ייִדישן עבֿר. ערשטנס, קאָן מען דאָ אָפּהיטן וויפֿל מען וויל פֿאַרשידענע מאַטעריאַלן, און צווייטנס, זײַנען זיי צוטריטלעך פֿאַר אַלעמען. אַן אַנדערער גוואַלדיקער אויפֿטו איז דער אינטערנעץ־אַרכיוו פֿון ייִדישער ליטעראַטור, וואָס די נאַציאָנאַלע ייִדישע ביכער־צענטראַלע האָט געעפֿנט מיט אַ יאָר צוריק. אַ דאַנק די דאָזיקע און ענלעכע רעסורסן זײַנען מיר איצט ביכולת צו באַקומען אַ סך מער קענטענישן וועגן דעם ייִדישן אַמאָל, איידער די פֿריִערדיקע דורות.
אָבער ווי ווײַט קאָן אַזאַ מין דיגיטאַלע רעפּראָדוקציע פֿאַרבײַטן דעם ממשותדיקן אָביעקט? דער דײַטשיש־ייִדישער דענקער וואַלטער בנימין האָט געשריבן וועגן אַ באַזונדערער "אָוראַ", וואָס שוועבט אַרום אַ קונסטווערק, כּל־זמן עס געפֿינט זיך אויף זײַן אייגענעם אָרט. אָבער די דאָזיקע אָוראַ ווערט נעלם, ווען מען טראָגט דאָס קונסטווערק אַריבער אין אַ מוזיי אָדער מע מאַכט אַ קאָפּיע. יעדעס שטעטל האָט פֿאַרמאָגט אַזאַ מין "אָוראַ", אָבער זי לאָזט זיך ניט צו פֿאַרהיטן אין אַ דיגיטאַלער רעפּראָדוקציע.
בנימינס געדאַנק העלפֿט צו פֿאַרשטיין די מאָטיוואַציע פֿון די פֿאָרשער, וואָס זייערע ווערק זײַנען אַרײַן אינעם זאַמלבוך "דאָס שטעטל, 21סער יאָרהונדערט". זיי באַהאַנדלען פֿאַרשידענע ענינים אויפֿן סמך פֿון די עטנאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען אין פּאָדאָליער שטעטלעך — מאָלעוו, בערשאַד, טולטשין, יאַמפּאָל, באַלטע — אין די יאָרן 2004—2008.
אין דעם אַרײַנפֿיר צו דעם זאַמלבוך דערציילט אַלכּסנדר לוואָוו וועגן דער געשיכטע פֿונעם פֿאָרשערישן פּראָיעקט, וואָס ווערט הײַנט דורכגעפֿירט דורך דעם אַקאַדעמישן צענטער "פּעטערבורגער יודאַיקע" בײַם אייראָפּעיִשן אוניווערסיטעט אין סאַנקט־פּעטערבורג׃ "פֿאַר אונדז, די לערער און סטודענטן פֿון די הויפּטשאָטישע אוניווערסיטעטן, זײַנען די מענטשן געווען ׳אַנדערע ייִדן׳, מיט אַנדערע נעמען, אַן אַנדערער שפּראַך, אַנדערע מינהגים, און דער עיקר, מיט אַ דערפֿאַרונג פֿון לעבן אין אַ ׳ייִדישער שטאָט׳." דער פּראָיעקט האָט עטלעכע צילן׃ ערשטנס, צו באַשרײַבן דעם איצטיקן מצבֿ פֿונעם ייִדישן לעבן אין פּאָדאָליע; צווייטנס, צו שטודירן די אַנטוויקלונג פֿון דער "שטעטל־מיטאָלאָגיע" און איר ווירקונג אויף דעם, ווי אַזוי מען באַגרײַפֿט דעם ייִדישן עבֿר; און דריטנס, צו רעקאָנסטרויִרן, ווי ווײַט עס איז מעגלעך, דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אינעם שטעטל, ווי עס האָט עקזיסטירט אין יענע מקומות פֿאַר און נאָך דער מלחמה.
דער ענין פֿון "שטעטל", ווי אַ באַגריף און ווי אַן אימאַזש, ווערט אַנאַליזירט אינעם אַרטיקל פֿון אַלאַ סאָקאָלאָוואַ, דער באַקאַנטער היסטאָריקערין פֿון דער ייִדישער אַרכיטעקטור. זי האַלט, אַז ש. אַנ־סקי איז געווען דער ערשטער, וואָס האָט זיך גענומען צו זוכן די "ירושה פֿון ייִדישן עבֿר" צווישן די סאַמע אָרעמע און "צוריקגעשטאַנענע" שיכטן פֿון דער שטעטלדיקער באַפֿעלקערונג. די, וואָס זײַנען געגאַנגען אין אַנ־סקיס שפּורן — און די פּעטערבורגער גרופּע בתוכם — האָבן שוין געזוכט ניט די לעבעדיקע טראַדיציע, נאָר די פֿאַרגליווערטע ירושה, וואָס האָט זיך אָפּגעהיט אין די אַרכיטעקטורישע געשטאַלטן פֿון די אַמאָליקע שטעטלעך.
דער גרעסטער חידוש פֿונעם זאַמלבוך באַשטייט אין דעם, וואָס מען האָט פֿון דאָס נײַ אַנטדעקט דאָס לעבעדיקע שטעטל, וואָס עקזיסטירט עד־היום אינעם באַוווּסטזײַן פֿון די ייִדישע און ניט־ייִדישע תּושבֿים פֿון יענע מקומות. דווקא אָט די פּראָסטע לײַט, און ניט די גרויסשטאָטישע ייִדישע אינטעליגענטן, זײַנען די היטער פֿון די וויכטיקסטע קענטענישן וועגן דעם אַמאָליקן שטעטל, און מיט זייער הילף קאָן מען אויפֿבויען דאָס בילד פֿונעם אַמאָליקן שטעטל. סאָקאָלאָוואַ קומט צו אַן אויספֿיר, וואָס מעג קלינגען פּאַראַדאָקסאַל פֿאַר אַ סך ייִדישע היסטאָריקער, וועלכע האָבן טראַדיציאָנעל אַ קנאַפּן אינטערעס צו די רוימלעכע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער געשיכטע׃ "מעגלעך, אַז דווקא דער רוימלעכער כּוח־הדמיון איז דאָס סאַמע ווירקזאַמע מיטל פֿאַר רעקאָנסטרויִרן דעם עבֿר ווי אַ ׳גאַנצע וועלט׳, אַן אומצערײַסלעכע קייט פֿון טאָג־טעגלעכע געשעענישן."
די אַנדערע אַרטיקלען אינעם זאַמלבוך באַהאַנדלען די טעמעס, וואָס זײַנען ניט טיפּיש פֿאַר ייִדישע פֿאָרשונגען אין אַמעריקע און ישׂראל. אייניקע רעפֿעראַטן גיבן זיך ספּעציעל אָפּ מיט דעם באַנוץ פֿון ייִדיש אין פֿאַרשידענע סיטואַציעס. ווײַזט אויס, אַז אינעם הײַנטיקן לעבן פֿאַרמאָגט די ייִדישע שפּראַך ספּעציעלע פֿונקציעס, וואָס האָבן צו טאָן מיט "יענער" וועלט׃ אויף ייִדיש רעדט מען צו די טויטע קרובֿים אויפֿן "הייליקן אָרט", מען שפּרעכט אָפּ פֿון אַ "גיט־אויג" און כּלערליי בייזע רוחות. דאָס ייִדישע פֿאָלקלאָר־לעבן גייט אָן ווײַטער אינעם שטעטל, און דער אַלגעמיינער רעפּערטואַר נעמט אַרײַן אַ האַלבן טוץ באַקאַנטע לידער, אַזעלכע ווי "טום־באַלאַלײַקע", "איציק האָט שוין חתונה געהאַט", "פּאַפּיראָסן", "מחותּנתטע מײַנע". ביז גאָר אינטערעסאַנט איז דער רעפּערטואַר פֿון איינצלנע פֿרויען, וואָס געדענקען לידער פֿון די 1920ער־1930ער יאָרן, און צווישן זיי אַזעלכע, וואָס זײַנען נאָך ניט פֿאַרשריבן געוואָרן דורך קיין שום זאַמלער. אַזוי אַרום בלײַבט ייִדיש נאָך עד־היום אַ "ווערנאַקולאַר", להיפּוך צו דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער קאָנצעפּציע פֿון דער "פּאָסט-ווערנאַקולאַרער" פֿונקציע פֿון ייִדיש אין דער הײַנטיקער וועלט.
אין פּאָדאָליע געפֿינט מען לעבעדיקע שפּורן פֿונעם אַלטן ייִדישן עבֿר, אָבער ניט דאָס איז דער עיקר־מאָטיוו פֿונעם זאַמלבוך. דער קאָלעקטיווער זכּרון פֿון די שטעטל־תּושבֿים היט אָפּ אַ ים מיט כּלערליי קענטענישן, וואָס לאָזט זיך ניט אַריבערפֿרלאַנצן אויף אַן אַנדער אָרט. דאָס איז אַ שטיקל רעאַלע ווירקלעכקייט, וואָס מען קאָן פֿאַרכאַפּן בלויז, ווען מען פֿאַרברענגט אַ געוויסע צײַט אין יענע מקומות; מע שמועסט זיך אַדורך מיט די אָרטיקע מענטשן און מע לעבט זיך אַרײַן אינעם ריטעם פֿון דעם אָרטיקן קיִום. קיין ווירטועלע ווירקלעכקייט קאָן דאָס ניט פֿאַרבײַטן, ווײַל נאָר דאָ קאָן מען פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון דער אמתדיקער שטעטלדיקער "אָוראַ".