די היסטאָריקער האָבן פֿאַרצייכנט אַז ס׳איז געווען אַ קאַלטער, רעגנדיקער טאָג (דער 14טער פֿעברואַר, אינעם יאָר 842, ניט לאַנג נאָכן טויט פֿון "קאַרל דעם גרויסן", וואָס אויף ענגליש איז ער באַקאַנט ווי Charlemagne), ווען צוויי פֿון די דרײַ זין זײַנע זענען זיך צונויפֿגעקומען אין דער עלזאַסער שטאָט סטראַסבורג, און האָבן איינער פֿאַרן אַנדערן אָפּגעגעבן שבֿועות, אַרויסגערעדט הויך און קלאָר כּדי זייערע טרופּן זאָלן גוט הערן און פֿאַרשטיין דאָס געזאָגטע. איינער פֿון זיי (לויִ — Louis), האָט גערעדט אויף אַ ראָמאַניש לשון פֿון וועלכן ס׳איז לסוף אויסגעוואַקסן דאָס הײַנטיקע פֿראַנצויזיש. דער צווייטער, (קאַרל — Charles), אַ נאָמען נאָך זײַן טאַטן, האָט דערנאָך איבערגעחזרט די זעלבע שבֿועה, נאָר ער האָט בכּיוון גערעדט אויף אַ גערמאַניש לשון פֿון וועלכן ס׳האָט זיך לסוף אַנטוויקלט דאָס הײַנטיקע דײַטשיש. ביידע פּרינצן זענען באמת געווען צוויישפּראַכיקע (ווי ס׳איז נאָך פֿריִער פֿאַר זיי געהאַט געווען זייער פֿאָטער), נאָר גערעדט האָבן זיי דעמאָלט בפֿרהסיה איינשפּראַכיק, יעדער באַזונדער, דורכויס אויף אַ באַזונדער לשון, כּדי זייערע טרופּן, פּשוטע, איינשפּראַכיקע בשׂר־ודמס, זאָלן קענען קלאָר פֿאַרשטיין און גרינג געדענקען די שבֿועות (די אַ״ג "סטראַסבורגער שבֿועות") וואָס זענען פֿון זייערט וועגן דעמאָלט פֿײַערלעך פּראָקלאַמירט געוואָרן.
די שבֿועות גופֿא
דער דריטער זון פֿון קאַרל דעם גרויסן (לותּיר — Lothair) איז קיין סטראַסבורג דעמאָלט ניט געקומען און האָט זיך צו די דאָרטיקע שבֿועות ניט מתחײַבֿ געווען ווײַל קעגן אים גופֿא זענען די שבֿועות געווען געצילט. לויט דעם טאַטנס צוואה האָט דער עלטסטער זון לויִ געירשנט דעם חלק פֿונעם טאַטנס אימפּעריע וואָס איז שפּעטער געוואָרן פֿראַנקרײַך. קאַרל האָט געירשנט יענעם טייל פֿונעם טאַטנס גיטער וואָס זענען שפּעטער באַקאַנט געוואָרן ווי דײַטשלאַנד, און דעם מיטלדיקסטן טייל צווישן זיי ביידן (הײַנט איז דאָס עלזאַס, לוקסעמבורג, בעלגיע און אַפֿילו אַ חלק פֿון דער מערבֿ־שווייץ) האָט געירשנט לותּיר, וואָס קעגן אים טאַקע האָבן זײַנע ברידער געמאַכט (פֿאָרגעלייענט און דערנאָך אונטערגעשריבן) אינעם יאָר 842 זייערע שבֿועות, "כּדי ער זאָל זיי ניט קענען באַפֿאַלן און צונעמען זייערע לענדער און אוצרות". ווי פֿלעגט מײַן באָבע זאָגן? "אויפֿן גנבֿ ברענט דאָס היטל!"
וואָס הייסט ייִחוס?
די לינגוויסטן פֿון די אומות־העולם ייִחוסן זיך מיט די טעקסטן פֿון די "סטראַסבורגער שבֿועות", ווײַל זיי ווײַזן די עלטסטע גבֿית־עדותן פֿון די עלטער־זיידעס פֿונעם הײַנטיקן פֿראַנצייזיש און דײַטשיש. ווי דאָס זאָל ניט זײַן, זײַנען די "סטראַסבורגער שבֿועות" אויך אומדירעקט פֿאַרבונדן מיט דער גאָר פֿריִער געשיכטע פֿון ייִדיש, ווײַל אַן ערך דעמאָלט, ווען קאַרל דעם גרויסנס זין האָבן זיך גענומען קריגן איינער מיטן אַנדערן, האָבן די ערשטע ייִדן אָנגעהויבן זיך באַזעצן אין די דײַטשישע לענדער פּאַזע דעם טײַך רײַן, אין די אַזוי גערופֿענע קהילות שו״ם (שפּײַער, וואָרעמס און מײַנץ). און אַ דאַנק דעם זענען דאָך אַ הערעלע שפּעטער, ממש פּונקט דאָרטן, אויפֿגעקומען די ערשטע שפּראָצן פֿון אונדזער ייִדיש לשון בכלל. וווּ איז ייִדיש אויפֿגעקומען? טאַקע ניט ווײַט פֿון סטראַסבורג, בײַם רײַן. דער גאָר גרויסער ייִדשער פּאָעט אַבֿרהם ליעסין, הייבט אָן דעם סיפּור־המעשׂה פֿון זײַן וווּנדער־שיין דערציילעריש ליד "ייִדיש" מיט די שורות:
דורך וואָרעמס, דורך מײַנץ און דורך שפּײַער,
דורך פּראָג און לובלין ביז אָדעס,
האָט אַלץ זיך געצויגן איין פֿײַער
האָט אַלץ זיך געצויגן איין נס!
1922
אַנטקעגן צווייען: ערשטנס, אַנטקעגן דעם וואָס די היסטאָריקער פֿון יענער צײַט האָבן פֿאַרצייכנט (בלויז אויף לאַטייניש, פֿאַרשטייט זיך), אַז "ווען מען האָט דאָס פֿאַרענדיקט, איז לויִ אַוועק קיין וואָרעמס, פּאַזע דעם רײַן, דורך שפּײַער", ד״ה פּונקט אַהין, דורך דער געבורט־געגנט פֿון ייִדיש און פּונקט אין דער צײַט ווען ייִדן זענען מאַסנווײַז אַריבער דעם רײַן און זיך באַזעצט אין אָט די זעלביקע דײַטשישע שטעט.
פֿאַר וואָס דווקא ייִדיש?
פֿון די קהילות פּאַזע דעם רײַן, די באַרימטע "קהילות שו״ם" (וווּ דער גאַנצער נוסח אַשכּנז איז לכתּחילה אויפֿגעקומען), זענען ייִדן ביסלעכווײַז אַוועק ווײַטער און ווײַטער אויף מיזרח פֿון דער סטראַסבורגער געגנט, ביז זיי זענען אַרײַן אין די סלאַווישע לענדער (ראשית־כּל: טשעכיע). דאָרטן איז צו ייִדיש צוגעקומען אַ זייער אייגנאַרטיקער שטריך, נעמלעך צו זײַן די איינציקע תּפֿוצותדיקע ייִדישע ריידשפּראַך מיט אַן אייגענער באַשײַמפּערלעכער שפּראַך־באַוועגונג. נישט דזשודעזמאָ, נישט ייִוווּניש ("ייִדיש־גריכיש"), נישט איטאַלקיש ("ייִדיש־איטאַליעניש"), נישט צרפֿטיש (צאַרפֿאַטיש) האָבן נישט זוכה געווען צו אַזעלכע באַוועגונגען ווי ס׳זענען געווען די אַלע מיזרח־אייראָפּעיִשע, פֿון דעם חסידות ביזן בונדיזם און אַפֿילו לינקער דערפֿון. אַפֿילו דאָס תּחית־לשון פֿון עבֿרית (אויך לכתּחילה אַ פּראָדוקט פֿון מיזרח־אייראָפּע!) טראָגט מיט זיך מיט דעם חותם פֿון "שפּראַכיזם" און זײַנע היסטאָריש־סלאַווישע וואָרצלען.
בלויז פֿאַר די סלאַוון האָט דער קאַטוילישער קלויסטער געמאַכט אַן אויסנאַם און זיי דערלויבט צו "דאַווענען" אויף זייער ריידשפּראַך, סלאַוואָניש, און ניט רק און בלויז אויף לאַטײַניש (ווי ס׳איז ביז דעמאָלט געהאַט געווען אָנגענומען אַנדערש וווּ אין דער גאַנצער, ברייטער קאַטוילישער אייראָפּע), דורכן סלאַוויזם וואָס האָט זיי אַרומגערינגלט אין משך פֿון גאַנצע טויזנט יאָר איז ייִדיש אויך דערגאַנגען צום שפּראַכיזם, וואָס איז זײַן אייגנאַרטיקע ירושה, און אין אַבֿרהם ליעסינס ווערטער, זײַן פֿײַער און זײַן נס.
דער גײַסט פֿון סטראַסבורג
אין סטראַסבורג, מיט וואָסערע 1,200 יאָר צוריק, האָבן די צוויי עלטערע זין פֿון קאַרל דעם גרויסן פּראָקלאַמירט אויף זייערע מוטערשפּראַכן, אַז זיי וועלן זיך ניט לאָזן צעשטערן דורך אַ בייזוויליקן שכן־ברודער. אויך די יוצאי־שו״ם וועלכע זענען אין אַן ערך יענער זעלבער צײַט אַוועק פֿון סטראַסבורג, פֿון וואָרעמס, פֿון מײַנץ און פֿון שפּײַער, האָבן אָט דעם גײַסט אומעטום מיטגעפֿירט מיט זיך, אַפֿילו אין די סאַמע צענטערס פֿונעם "סלאַוונטום", ווײַט אויף מיזרח פֿונעם רײַן, און האָבן פּראָקלאַמירט אַן אייגענע שטילע, נאָר אומפֿאַרגעסלעכע שבֿועה, אַז זיי וועלן "לעבן מיט ייִדישע תּורות און שטאַרבן מיט פֿעסטקייט פֿאַר זיי!" וייִדיש בתוכן!