|
י. ל. כּהן, אין מיטן, האָט אָנגעפֿירט מיט אַ פֿאָלקלאָר־סעמינאַר בײַם ווילנער ייִוואָ, 1930 |
|
דאָס זאַמלען פֿאָלקלאָר און עטנאָגראַפֿיע זענען געווען וויכטיקע פּונקטן בײַם "ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט", ייִוואָ, פֿון סאַמע אָנהייב אָן. אין די ערשטע באַשרײַבונגען פֿון די צילן פֿון דער אָרגאַניזאַציע, אין 1925, האָט מען תּמיד אַרײַנגערעכנט פֿאָלקלאָר, צו גלײַך מיט פֿילאָלאָגיע און געשיכטע. ווען דער ייִוואָ האָט געבעטן, מע זאָל אַרײַנשיקן פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן, האָבן זיך גאָר גיך פֿאָרמירט פֿאָלקלאָר־קרײַזן אין צענדליקער שטעט און שטעטלעך,
און טויזנטער מאַטעריאַלן — וויצן, לידער, פֿאָלקס־מעשׂיות — האָבן פֿאַרפֿלייצט דעם הויפּט־ביוראָ פֿון ייִוואָ אין ווילנע. די צאָל זאַמלערס פֿון פֿאָלקלאָר האָט איבערגעשטיגן אַלע אַנדערע מינים ייִוואָ־זאַמלערס, און שפּיגלט אָפּ אַ ברייטן און טיפֿן אינטערעס פֿאַר ייִדישן פֿאָלקלאָר בײַ די פּוילישע ייִדן צווישן די וועלט־מלחמות.
נאָך איין יאָר זאַמל־אַרבעט, אין 1926, האָט מען שוין געהאַט גענוג פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן (6,000 איינסן!) אַרויסצוגעבן אַ באַנד, און די נײַ־געשאַפֿענע "ייִוואָ עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע" האָט מודיע געווען, אַז מע גרייט צו אַזאַ באַנד. ווען דער אַמעריקאַנער פֿאָלקלאָריסט, י. ל. כּהן איז געקומען צו גאַסט אין ווילנער ייִוואָ אין 1930, האָט ער איבערגעקוקט און רעדאַקטירט אַ סך פֿון די מאַטעריאַלן. אין 1931 איז דער באַנד געווען גרייט צום דרוק און אויסגעזעצט; דערפֿאַר שטימט נישט די אָרטאָגראַפֿיע מיט דעם שפּעטער אָנגענומענעם אַזוי־גערופֿענעם "ייִוואָ־אויסלייג". נאָר כּהן האָט נישט פֿאַרענדיקט זײַנע באַמערקונגען צו דער זאַמלונג (עס קען זײַן, ער האָט זיי קיין מאָל נישט אָנגעהויבן) און ערשט אין 1938, נאָך דעם ווי כּהן איז געשטאָרבן, האָט מען דעם באַנד אַרויסגעגעבן אָן זײַנע קאָמענטאַרן.
אין די 1930ער יאָרן איז די ייִוואָ־פֿאָלקלאָר־קאָמיסיע באַשטאַנען פֿון: נ. ווייניג, מ. ווײַנרײַך, ש. באָסטאָמסקי, נ. עפּשטיין און זלמן רייזען. דעם פֿאָלקלאָר־סעקרעטאַר, ח. כאַיעס, האָט מען געלאָזט גיין אין 1934, ווען ער האָט זיך באַקלאָגט פֿאַר י. ל. כּהן, אַז די געלטער וואָס כּהן האָט אַליין געשאָנקען צו דרוקן דעם באַנד, האָט דער ייִוואָ שוין לאַנג אויסגעגעבן. מיט זײַן אַוועקגיין, האָט זיך אָפּגעשטעלט די אַרבעט פֿון אַרויסגעבן דעם באַנד אויף פֿיר יאָר.
דעם באַנד האָט דער "ייִוואָ" באַטראַכט ווי אַ מתּנה פֿאַר די זאַמלערס. 311 זאַמלערס האָבן זיך באַטייליקט, און די מאַטעריאַלן האָבן געשטאַמט פֿון 138 ערטער אין מיזרח־אייראָפּע. אַזאַ מין זאַמלאַרבעט האָט שוין געהאַט אַ טראַדיציע אין ייִדישן פֿאָלקלאָר: אינעם באַנד "ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון רוסלאַנד", 1901, רעדאַקטירט פֿון שאָול גינזבורג און פּסח מאַרעק, האָבן 50 "קאָרעספּאָנדענטן" פֿון פֿאַרשיידענע ערטער אַרײַנגעשיקט 376 לידער.
אָבער ווען מע קוקט זיך נאָענטער צו צו די מאַטעריאַלן אינעם בוך "ייִדישער פֿאָלקלאָר", זעט מען, אַז דער באַנד שפּיגלט נישט אָפּ אַקוראַט די זאַמלאַרבעט במשך פֿון די יאָרן. נאָר 40% פֿון די לידער האָבן אויך די מעלאָדיעס. מער ווי צוויי דריטל פֿון די לידער שטאַמען פֿונעם ליטווישן שטעטל פּאָדבראָז! כּמעט אַלע לידער מיט מעלאָדיעס שטאַמען פֿון דעם שטעטל, אַרײַנגעשיקט פֿון די זאַמלערס אַהרן און חיה ענגעלצין. צי איז פּאָדבראָז טאַקע געווען די קרוינשטאָט פֿון יִדישן פֿאָלקסליד?
די רעדאַקטאָרישע האַנט פֿון כּהן פֿילט מען אין דער צעטיילונג פֿון די לידער. "באַלאַדעס" קומען אויפֿן ערשטן אָרט, ווײַל כּהן האָט געהאַלטן, אַז די באַלאַדעס זענען די עלטסטע לידער, און זענען אויך פֿאַרבונדן מיט די באַלאַדעס פֿון אַנדערע פֿעלקער. ער האָט געוואָלט באַווײַזן, אַז דער ייִדישער פֿאָלקלאָר איז אַ טייל פֿונעם וועלט־פֿאָלקלאָר, און מיט דעם ציל האָט ער אויסגעסדרט די מאַטעריאַלן.
אינעם באַנד האָט מען, דער עיקר, געדרוקט נאָר איין נוסח פֿון יעדן ליד, כאָטש מע האָט כּסדר אָנגעזאָגט די זאַמלערס, אַז יעדער נוסח איז וויכטיק, און מע דאַרף זאַמלען וואָס מער וואַריאַנטן. אין דער סטראַטעגיע, ליגט אויך די השפּעה פֿון י. ל. כּהן, וועלכער האָט געוואָלט די וועלט זאָל זען נאָר "דאָס שענסטע און דאָס בעסטע" פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. די צאָל לידער אין יעדן זשאַנער אין באַנד שפּיגלט אויך נישט אָפּ די צאָל לידער, וואָס דאָס פֿאָלק זינגט. פֿון דער קאַטעגאָריע "פֿאַמיליע־לידער" (אין די סאָוועטישע זאַמלונגען הייסן זיי "שטייגער־לידער") האָט מען נאָר אָפּגעדרוקט אַכט לידער, כאָטש די לידער שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ גרויסן טייל פֿונעם ייִדישן פֿאָלקסליד־רעפּערטואַר. בכלל איז די דאָזיקע זאַמלונג פֿון לידער אַן אַנטוישונג, ווײַל אינעם ייִוואָ־אַרכיוו האָבן זיך נאָך געפֿונען הונדערטער לידער, וועלכע מע האָט געקענט אָפּדרוקן. כּהן איז געווען אַ צו־שטרענגער רעדאַקטאָר. אינעם הײַנטיקן ייִוואָ־אַרכיוו קען מען לייענען אין כּתבֿ־יד, די אַלע לידער וואָס מע האָט געשיקט פֿון ווילנע צו כּהן אין ניו־יאָרק, ער זאָל זיי איבערקוקן און באַשליסן, וואָס זאָל אָרײַן, און וואָס זאָל נישט אַרײַן. אויף יעדער זײַט, האָט כּהן געלאָזט אַ גרויסן X און אויסגעשטראָכן דאָס ליד.
דער אָפּטייל פֿון פֿאָלקס־מעשׂיות איז אויך קליין, און כּהן האָט געפּסלט אַ סך פֿון די טעקסטן, בפֿרט די מאַטעריאַלן פֿונעם געניטן גראָדנער זאַמלער בערל ווערבלונסקי, וואָס כּהן האָט געהאַלטן, אַז ווערבלונסקי אַליין האָט די מעשׂיות אויסגעטראַכט. פּראָפֿ׳ שׂרה צפֿתמאַן פֿון "העברעיִשן אוניווערסיטעט" האָט אין אונדזערע טעג נישט מסכּים געווען מיט כּהנס מיינונג און האָט געניצט ווערבלונסקיס מאַטעריאַלן פֿאַר אירע פֿאָלקלאָר־קלאַסן, און זיי געהאַלטן פֿאַר עכטע פֿאָלקס־מעשׂיות.
הײַנט איז די זאַמלונג "ייִדישער פֿאָלקלאָר" אַ יקר־המציאות. אַ שאָד, ווײַל ווער סע וויל האָבן הנאה פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר, וואָלט געדאַרפֿט גוט שטודירן דעם באַנד, נישט געקוקט אויף זײַנע חסרונות.