ליטעראַטור
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די איינציקע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון שאָפּען. דאָס בילד האָט מען גענומען אינעם יאָר פֿון זײַן טויט, 1849
די איינציקע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון שאָפּען. דאָס בילד האָט מען גענומען אינעם יאָר פֿון זײַן טויט, 1849

שאָפּען איז בלי־שום־ספֿק איינער פֿון די ריזן אין דער מוזיק־געשיכטע. דער־אָ גאָון שלא כּל אָדם זוכה — דער־אָ וווּנדער פֿון אַ וווּנדערקינד — ער האָט באַשאַפֿן אַ לשון פֿון מוזיק וואָס פֿליסט אַרויס פֿון זײַן האַרץ און באַהערשט דאָס האַרץ פֿון צוהערער. דער פּוילישער פּאָעט און וויזיאָנער פֿון ימי־הראָמאַנטיזם נאָרוויד האָט געזאָגט: "שאָפּען איז מיטן האַרץ אַ פּאָליאַק — מיט זײַן טאַלאַנט איז ער אַ וועלט־בירגער". הײַנריך הײַנע ווידער, האַלט, אַז "שאָפּען אין דער מוזיק, איז דאָס וואָס ראַפֿאַעל, דער גרויסער מײַסטער פֿון רענעסאַנס, איז אין דער מאָלערײַ". ס’איז צו באַמערקן — דאָס וווּנדערקינד שאָפּען איז געווען אַ זעלטן שפּירעוודיק קינד אויף מוזיק. מען דערציילט, אַז ער פֿלעגט נישט אָפּטרעטן פֿון אינסטרומענט, ווען די מאַמע האָט געשפּילט פּיאַנע. טרערן פֿלעגן זיך דעם קינד שטעלן אין די אויגן!

מילא, שאָפּען — ער איז עפּעס סתּם געווען אַ זעלטן פֿעיִקער מענטש! ער פֿלעגט צייכענען פֿײַנע גוטמוטיקע קאַריקאַטורן. זײַנע בריוו "רעדן" וועגן זײַן ליטעראַרישן טאַלאַנט, איצט — חוץ אַלעם, האָט אין אים געשטעקט אַ שטיק אַקטיאָר.

שאָפּען, דער גאָון־הגאָונים, האָט געהאַט דאָס מזל צו פֿאַלן אויף דער וועלט אין אַ קולטורעלער, געאייניקטער פֿאַמיליע, וווּ געהערשט האָט ליבשאַפֿט און איבערגעגעבנקייט. שאָפּען האָט פֿאַרברענגט אַ גליקלעכע קינדהייט. זײַן פֿאָטער, אַן עמיגראַנט פֿון פֿראַנקרײַך, איז אַ יאָר פֿאַר שאָפּענס געבורט אין זשעלאַזאָוואַ וואָליאַ, אַ דערפֿל נעבן וואַרשע, געוואָרן אַ לערער פֿון פֿראַנצייזיש אין אַן אַדעליקער משפּחה. אייניקע חדשים נאָך שאָפּענס געבורט איז די גאַנצע משפּחה אַריבער קיין וואַרשע — דאָרט האָט שאָפּענס טאַטע געשאַפֿן אַ בילדונגס־אינסטיטוט מיט אַן אינטערנאַט פֿאַר שילער פֿון דער פּראָווינץ. דעצויגן האָט זיך שאָפּען אין אַן אַטמאָספֿער פֿון נגינה — אונטער די קלאַנגען פֿון דער מאַמעס פּיאַנע, דעם טאַטנס פֿידל און פֿלייט, און די פֿאָלקסלידער פֿון דער באַדינערין. ווען די מאַמע האָט זיך צוגעזעצט צו דער פּיאַנע, דאָ ווי שוין באַמערקט, פֿלעג דער קליינער פֿריצעק, ווי מען פֿלעגט שאָפּענען רופֿן פֿון קינדווײַז אָן, פֿון אינסטרומענט נישט אָפּטרעטן: ער האָט זיך גאַנץ גענוי צוגעהערט צו די קלאַנגען, און אָבסערווירט גוט־גוט דער מאַמעס פֿינגער ווי זיי וואַנדערן איבער די קלאַווישן פֿון דער פּיאַנע.

מילא, וועגן דעם גאונות פֿון קליינעם פֿריצעק דערציילן ביאָגראַפֿן פֿאַנטאַסטישע געשיכטעס — היות די קלאַנגען פֿון דער פּיאַנע האָבן דאָס קינד באַרוישט ביז טרערן, האָט אים שוין די מאַמע גענומען לערנען שפּילן. שאָפּען פֿלעגט אין זײַן פֿריִער קינדהייט הערן די פּאָפּולערע פּוילישע פֿאָלקסטענץ. די קלאַנגען האָבן אים משפּיע געווען — ער האָט זיי אײַנגעזאַפּט אין זײַן נשמה. מיט דער צײַט וועט ער פֿון דער פּרימיטיווער פֿאָלקישער נגינה באַשאַפֿן מוזיק-פּערל פֿון אַ זעלטענעם רייץ. ווי נאָר ער האָט באַהערשט צו ביסלעך די פּיאַנע־טעכניק האָט ער גענומען די דאָזיקע פֿאָלקס-נגינה שפּילן. און היות ווי אַרויסברענגען סתּם די מעלאָדיע האָט דעם קליינעם פֿריצעק נישט באַפֿרידיקט, פֿלעגט ער, שוין אין סאַמע ייִנגסטן עלטער, די מעלאָדיע פֿון פֿאָלקסטאַנץ באַטראַכטן ווי בלויז אַ מאָטאָ — ער האָט די מעלאָדיע כּסדר געענדערט, און די פֿינגערלעך פֿון קינד האָבן פֿון דער מוזיקאַלישער טעמע אויסגעוויקלט, אַ מאָל אַ פֿריילעכן ניגון, אַ טאַנצנדיקן, און אַ מאָל אַ מין ניגון פֿון אַ וויגליד. בסך־הכּל, איז שטענדיק געווען צו דערקענען די מעלאָדיע וועלכע פֿריצעק האָט אָנגעהויבן שפּילן. הכּלל, פֿריצעק האָט שוין גענומען שאַפֿן "וואַריאַציעס" אויף אַ מוזיקאַלישער טעמע אין סאַמע יונגן עלטער! אינטערעסאַנט! זינט די ייִנגסטע יאָרן האָט שאָפּען ליב געהאַט טראַכטן און מעדיטירן, ס’הייסט אימפּראָוויזירן.

צו 7 יאָר האָט פֿריצעק שוין געהאַט עטלעכע אייגענע קאָמפּאָזיציעס. אין עלטער פֿון זײַנע קנאַפּע 8 יאָר האָט ער צום ערשטן מאָל געשפּילט אין אַ סאַלאָן פֿון אַ פּוילישן אַריסטאָקראַט אין וואַרשע פֿאַר אַ שפּאָרן עולם געסט.

נו־מאַי! דאָס התפּעלות פֿונעם עולם צוהערער איז געווען אין־לשער! צו זײַנע 8 יאָר האָט אַ וואַרשעווער פֿאַרלאַג אָפּגעדרוקט פֿריצעקס אַ פּאָלאָנעז. דאָ האָבן שוין מבֿינים מיט דער קריטיק געעפֿנט אַ פּאָר אויגן! אַ וואַרשעווער צײַטשריפֿט האָט געשריבן, אַז "דער קליינער שאָפּען איז אַ קאָמפּלעטער גאָון! נישט בלויז שפּילט ער די שווערסטע פּיאַנע־ווערק מיט אַ זעלטענער לײַכטקייט — ער איז אַ קאָמפּאָזיטאָר פֿון עטלעכע ווערק מיט וואַריאַציעס. מוזיק־מבֿינים הערן נישט אויף צו באַוווּנדערן", שאָפּענס מוזיק האָט שוין גענומען ווירקן אויף מענטשן. מען דערציילט, אַז ווען דער ווילד ברוטאַלער פּרינץ קאָנסטאַנטין, דער רוסישער מושל אין וואַרשע, פֿלעגט נעמען בריקעווען, איז מען שנעל געלאָפֿן ברענגען פֿריצעקן, מען האָט אים אַוועקגעזעצט צו דער פּיאַנע, און ווען איבערן זאַל האָבן זיך צעפֿלאָסן זי קלאַנגען פֿון קליינעם שאָפּען איז דער פּרינץ געוואָרן אַ ... לעמעלע. היות אין יענע יאָרן איז די געפֿלעגטע מוזיק אַן ענין פֿון מעלאָמאַנען פֿון די "הויכע פֿענצטער", פֿלעגט דער קליינער שאָפּען שפּילן אין די אַריסטאָקראַטישע סאַלאָנען. דער באַרוישטער עולם האָט געפּסקנט: "דאָס קינד איז אַ שטיק מאָצאַרט!"

אויסצוּוויקלען פֿון דער פֿאָלקס־נגינה פּערעלעך מוזיק, אַ מוזיק וואָס זאָל גיין — "פֿון האַרץ צום האַרץ", דאָס דאָזיקע האָט שאָפּען אָנפֿאַרטרויט, נישט דעם אָרקעסטער, נישט דעם קאַמעראַלן אַנסאַמבל, אלא נאָר דער פּיאַנע אַליין — זײַן פּיאַנע טוט "דערציילן" זײַנע פֿריידן און ליידן! אָט, זאָגט ער אין אַ בריוו צו אַ פֿרײַנד: "דאָס וואָס כ’קאָן נישט אויסדריקן אין ווערטער פֿאַרטרוי איך מײַן פּיאַנע". שאָפּענס נײַעסן האָבן טייל מאָל שאָקירט פּוילישע מבֿינים, די צוגעבונדענע צו טראַדיציאָנעלע פֿאָרמען. דאָ האָט אים פֿאַרטיידיקט זײַן פּראָפֿעסאָר יאָזעף עלסנער, דער דירעקטאָר פֿון דער וואַרשעווער קאָנסערוואַטאָריע, בײַ וועלכן ער האָט געלערנט ביז 12 יאָר די תּורה פֿון קאָמפּאָזיציע... געזען, אַז שאָפּען וואַקסט אַ באַנײַער, האָט עלסנער אים פֿאַרטיידיקט: "פֿרידעריק שאָפּען איז אַ גאַנץ באַזונדערער מזויק־גאָון!"

אין עלטער פֿון 19 יאָר שאַפֿט שוין שאָפּען ווערק וועלכע מאַכן אים אומשטערבלעך. ווען ראָבערט שומאַן, דער קאָמפּאָזיטאָר און קריטיקער, האָט זיך באַקענט מיט די שאָפּען־ווערק האָט ער געשריבן: "רבותי! לאָמיר אַראָפּנעמען די הוטן און באַגריסן אַ גאָון!"

אין עלטער פֿון 29 יאָר, באַקרוינט מיט דער גלאָריע פֿון וואַרשע, ברעסלאַו, דרעזדען און פּראָג, איז שאָפּען אין אַ טריבן נאָוועמבער־טאָג, אָנגעקומען קיין פּאַריז. ער האָט זיך דאָ באַקענט מיט גרויסע מוזיקער, אַלע זענען געווען איבערראַשט פֿון זײַן אופֿן שפּילן; ער האָט אויך געשפּילט אין די פּריוואַטע הײַזער פֿון די פּוילישע רײַכע עמיגראַנטן — זיי האָבן אים אײַנגעאָרדנט אַ קאָנצערט אין אַ פּאַריזער גרויסן זאַל, דער עולם איז אָבער געווען אַ קנאַפּער: ס׳רובֿ פּאָליאַקן... ס׳איז קוים געווען אויף די הוצאָות... שאָפּען איז מאַטעריעל אויף צרות... ער איז נאָך נישט באַקאַנט אין די רײַכע פּאַריזער סאַלאָנען, וועלכע דערלאַנגען דעם טאָן: זיי זענען דער קוואַל פֿון פּרנסה פֿאַר אַ מוזיקער. שאָפּען האָט שוין גענומען טראַכטן וועגן פֿאָרן קיין אַמעריקע...

מאַכט זיך, אַז אין איינעם אַ טאָג האָט מען דעם פּאַריזער ראָטשילד מודיע געווען אַז דער געניאַלער שאָפּען געפֿינט זיך אין פּאַריז. אוי! נו האָט ער אים שוין פֿאַרבעטן צו זיך אין סאַלאָן, אײַנגעלאַדן געסט פֿון "הויכע פֿענצטער", און לאָמיר נאָר זען וואָס דער פּאָליאַק שאָפּען איז אַזוינס. שאָפּען איז געקומען, ער האָט געשפּילט און די ווענט פֿון ראָטשילדס רײַכן סאַלאָן האָבן געציטערט פֿון אַפּלאָדיסמענטן! דאָרט האָט זיך דאָס געטאָן! — שאָפּען איז דאָך אַ ווירטואָז — אַ גאָון, און אַ קאָמפּאָזיטאָר איז ער עפּעס פֿון אַ נײַעם נישט־געהערטן סטיל. די זאַכקענער אין זאַל האָבן געעפֿנט אַ פּאָר אויגן — פֿון אַ פּרימיטיוון מוזיק־פֿאָלקלאָר זאָל מען אויסכּישופֿן אַזעלכע מזויק־אוצרות!? נו־מאַי! דער בחור איז אַ גאָון!!!

הכלל — דער טריומף אין ראָטשילדס סאַלאָן האָט געראַטעוועט דעם מאַטעריעלן מצבֿ פֿון שאָפּען. פֿאַרוואָרפֿן מיט אײַנלאַדונגען אין די רײַכע סאַלאָנען האָט ער פֿאַרגעסן וועגן פֿאָרן קיין אַמעריקע. מען האָט שאָפּענען באַשיט מיט געבן לעקציעס. און אַז פּאַריז האָט גענומען קלינגען מיט שאָפּענען, האָט אים שוין דער קעניגלעכער שלאָס פֿאַרבעטן צו קומען מהנה זײַן די קעניגלעכע משפּחה מיט זײַן מוזיק.

דער פּאַריזער ייִדישער פֿאַרלעגער שלעזינגער נעמט אַרויסגעבן שאָפּענס ווערק און ער ווערט באַרימט בעולם כּולו! ער ווערט אַוועקגעשטעלט אויף דער מיזרח־וואַנט צווישן די גרעסטע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון אַלע צײַטן. אַן אײַנגייער צווישן דער קינסטלערישער חבֿרותא אין פּאַריז, טוען קינסטלער, פֿון די בעסטע, שאַפֿן שאָפּענס פּאָרטרעט. (לפֿי-עניוות־דעתּי האָט דער פֿראַנצייזישער קינסטלער דעלאַקרואַ געשאַפֿן דעם בעסטן פּאָרטרעט פֿון שאָפּענען).

הקיצור — וואָס איז דער טעם פֿון שאָפּענס מוזיק? שאָפּענס מוזיק — די־אָ וווּנדערלעכע שפּראַך פֿון פּאָעזיע, זי טרעפֿט צום האַרץ פֿון יעדן מעלאָמאַן. עפּעס האָט דער שאָפּען, פֿון דער פּיאַנע, אַרויסגעצויגן אַזוי פֿיל רייץ — אַזוי פֿיל פֿאַרביקע קלאַנגען! "די שאָפּען־מוזיק איז פֿול מיט עמאָציע — מיט סענטימענטן. ער האָט אין קורצע מוזיקאַלישע פֿראַזעס באַוויזן צו דעסומירן פּאָעמעס פֿון דער העכסטער דערהויבנקייט", דערקלערט שאָפּענס לאַנגיאָריקע פֿרײַנדין — די שרײַבערין זשאָרזש סאַנד.

הכּלל, אין שאָפּענס מוזיק דאָמינירט געפֿיל באַגלייט מיט מעלאָדיע. שאָפּען האָט באַהאַנדלט זײַן מוזיק עלעהיי אַ שמועס מיט זיך אַליין. די ראָלע פֿון מוזיק, לפֿי-שאָפּען, פֿאַנגט אָן דאָרט וווּ ווערטער הערן אויף צו ווירקן. נו, האָט ער דעם אינסטרומענט פֿון דער פּיאַנע דערלאַנגט דעם חובֿ אויסצודריקן וואָס אים ליגט אויפֿן האַרץ. מחוץ אייניקע שאַפֿונגען פֿון די יונגע יאָרן איז די גאַנצע שאָפּען־מוזיק באַשטימט פֿאַר פּיאַנע.

"איך וויל פֿאַר מיר שאַפֿן אַ נײַע וועלט", זאָגט שאָפּען אין אַ בריוו. מיטן מאַגישן כּוח פֿון דער פּיאַנע דערגרייכט ער זײַן ציל. מען דאַרף זאָגן, שאָפּענס "נײַע וועלט" האָט משפּיע געווען אויף גרויסע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון אַנדערע פֿעלקער! מען האָט זיך גענומען אינספּירירן פֿונעם פֿאָלקישן געזאַנג־אוצר.

דער פֿראַנצויז האָט אַמאָל געזאָגט: "שאָפּען איז אַ מלאך... דער־אָ גאָון פֿאַרמאָגט אַן אויסנעמיק סענסיטיווע נשמה" און דאָך — זאָל נאָר זײַן נשמה ווערן אומרויִק — אײַ! טוען זײַנע אַקאָרדן שטורעמען מיט פּראָטעסט. דער קאָמפּאָזיטאָר שומאַן האָט געהאַלטן, אַז "טייל מאַזורקאַס פֿון דעם־אָ לירישן מײַסטער זענען קאַנאָנען אײַנגעהילט אין בלומען".

אַלע שאָפּענס ווערק זענען אָנגעלאָדן מיט זכרונות פֿון זײַן פֿאַרשקלאַפֿט היימלאַנד. זײַנע מאַזורקאַס, וואַלסן אָדער פּאָלאָנעזן זענען ווײַט נישט קיין רעפּערטואַר פֿאַר אַ סאַלאָן־פֿאַרברענג; שאָפּען איז נישט קיין פֿאַרטיילער! די־אָ טענץ, עלעהיי בילדער, דערמאָנען די היימישע ווינקלען. זיי זענען דער עכאָ פֿון זײַנע פֿאָלקס־שורשים. זײַנע שענסטע מאַזורקאַס און נאָקטורנען האָט שאָפּען געשאַפֿן בשעת זײַן איינזאַמקייט, אַ שווער קראַנקער — און אַ פֿאַרלאָזטער פֿון זײַן פֿרײַנדין זשאָרזש סאַנד.