דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט משה רבינו צו זאַמלען אַ האַלבן זילבערנעם שקל פֿון יעדן ייִד, כּדי דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל האָבן אַ שײַכות צו עבֿודת־המשכּן; דאָס געזאַמלטע זילבער האָט אויך דערמעגלעכט איבערצוציילן די ייִדן אויף אַן אומדירעקטן אויפֿן.
"כּי תשׂא את ראש בני־ישׂראל" — בוכשטעבלעך, האָט דער באַשעפֿער געהייסן "אויפֿצוהייבן דעם קאָפּ פֿון די ייִדן". על־פּי־חסידות, איז אַזאַ אויסדרוק מרמז אויף דעם, אַז דאָס אַחדות פֿונעם פֿאָלק, וואָס האָט זיך באַטייליקט צוזאַמען אין אַ הייליקער עבֿודה, האָט זיי געהאָלפֿן צו דערגרייכן אַ העכערע גײַסטיקע מדרגה.
ווײַטער ווערט אין דער פּרשה דערציילט וועגן דעם טרויעריקן געשעעניש, וואָס האָט פּאַסירט, ווען משה רבינו האָט געבראַכט די ערשטע פּאָר לוחות פֿונעם באַרג סיני, וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט פֿערציק טעג אין תּענית. אַ טייל ייִדן האָבן געמיינט, אַז משה איז געשטאָרבן פֿונעם לאַנגן פֿאַסטן, און געבעטן אַהרן הכּהן צו באַשטימען צו שאַפֿן פֿאַר זיי אַ נײַעם קינסטלעכן פֿירער — דעם גאָלדענעם קאַלב, עגל־הזהבֿ.
ווען משה רבינו האָט דערזען, ווי דער עולם טאַנצט אַרום דעם קעלבל, האָט ער צעבראָכן די לוחות, צעשטערט דעם געץ און געבעטן אויסצומעקן זײַן נאָמען פֿון דער תּורה, כּדי אײַנצושטילן דעם הימלישן כּעס. דעמאָלט האָט דער אייבערשטער אים אַנטפּלעקט זײַנע דרײַצן מידות פֿון רחמים — אַ הויכע מיסטישע מדרגה, דורך וועלכער מע קאָן מבֿטל זײַן די ג־טלעכע שטראָף.
ווי ס׳איז באַקאַנט, איז דער אייבערשטער, אין דער אמתן, העכער פֿון אַלע מענטשלעכע מידות — סײַ פֿון כּעס, סײַ פֿון רחמנות, אינעם בוכשטעבלעכן זין.
ווי עס שטייט אין תּנ״ך בײַם נבֿיא יחזקאל, זענען אין דער ג־טלעכער מערכה דאָ פֿיר "הייליקע חיות", וואָס זעען אויס ווי אַן אָדלער, אַ לייב, אַן אָקס און אַ מענטש. די כּרובֿים אינעם משכּן, וואָס האָבן געהאַט אַ מענטשלעך פּנים, האָבן סימבאָליזירט די העכסטע מדרגה פֿון ג־טלעכער השׂגה. די ייִדן האָבן אָבער געמיינט, אַז אַזאַ מדרגה איז צו הויך פֿאַר אַ בשׂר־ודם און האָט געבראַכט צו משה רבינוס טויט; דערפֿאַר האָבן זיי באַשלאָסן צו באַזײַטיקן די דערהויבענע כּרובֿים מיט אַן אָקס — אַ סימבאָל פֿון אַ מער פּשוטער און ערדישער השׂגה.
ס׳רובֿ ייִדן האָבן באמת נישט באַטראַכט דעם אָקס ממש ווי עבֿודה־זרה; זיי האָבן אָבער אויסגעקליבן אַ מער פֿאַרגרעבטן, "בהמישן" דרך־עבֿודה, און זענען דערפֿאַר אַראָפּגעפֿאַלן פֿון זייער פֿריִערדיקער דערהויבענער מדרגה אין אַ וועלט פֿון דינים און שטראָפֿן. כּדי זיי אויפֿצוהייבן צוריק, האָט דער באַשעפֿער, נאָך משה רבינוס בקשה, אַנטפּלעקט פֿאַר זיי אַ גאָר דערהויבענע מדרגה פֿון השׂגות — אַ הויכע גײַסטיקע וועלט, וווּ ס׳איז נישטאָ קיין שלעכטס און מידת־הדין.
אַזעלכע גרויסע צדיקים, ווי משה רבינו, זענען בכּוח אָפּשאַפֿן די שווערסטע גזירות. אַזאַ כּוח איז פֿאַרבונדן מיט זייער ענווה און ביטול. אויב אַ מענטש, אַפֿילו אַ צדיק, פֿאַלט אַרײַן אין גאווה און זעלבסטבאַרימערײַ, ווערט זײַן נשמה אָפּגעטיילט פֿון איר ג־טלעכן שורש. דערפֿאַר, האָט משה רבינו געבעטן אויסצומעקן זײַן נאָמען פֿון דער תּורה, כּדי ער זאָל מער נישט האָבן קיין סיבה זיך צו באַרימען.
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַהאַנדלט, ווי אַזוי די פֿריִערדיקע פּרשה, "תּצוה", איז פֿאַרבונדן מיט פּורים. דער פֿאַרגאַנגענער יום־טובֿ האָט אָבער אויך אַ שײַכות צו דער הײַנטיקער סדרה. על־פּי־קבלה, קאָן מען געפֿינען אַ רמז אויף די געשעענישן פֿון דער וואָך אין ביידע פּרשיות, מיט וועלכע זי ווערט "אַרומגערינגלט".
דער מדרש זאָגט, אַז ווען המן־הרשע האָט פֿאָרגעלייגט אַחשורושן געלט, כּדי צו באַקומען דעם רשות אויסצוהרגענען די ייִדן, האָט ער נישט געוווּסט, אַז די ייִדן האָבן שוין פֿריִער באַצאָלט די זעלבע סומע געלט, ווען זיי האָבן געזאַמלט דעם "מחצית־השקל" פֿאַר עבֿודת־המשכּן. דאָס ווײַזט אָן, אַז אַחדות לשם־שמים האָט דעם כּוח צו מבֿטל זײַן אַ פּלאַן פֿון רשעים אַפֿילו אין אַן אַנדער אָרט און צײַט.
המן איז אויפֿגעבראַכט געוואָרן אויף מרדכין, וועלכער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו בוקן פֿאַר אים. צוליב זײַן ריזיקער גאווה, האָט ער באַשלאָסן צו פֿאַרניכטן נישט בלויז מרדכין, נאָר דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק. פֿון דער הײַנטיקער פּרשה לערנען מען אָפּ אַ פֿאַרקערטן לימוד: אַז צוליב משה רבינוס ענווה איז מבֿטל געוואָרן די הימלישע גזירה איבער די ייִדן.
ווען אַחשורוש האָט אײַנגעלאַדן די ייִדן אויף זײַן סעודה, האָבן די ייִדן געמיינט לשם־שמים, ווי עס דערקלערט דער איזשביצער רבי אינעם ספֿר "מי השילוח" און אַנדערע חסידישע צדיקים. אַחשורוש האָט זיך געקליבן אויסצושטעלן זײַן ווײַב, וושתּי, און די אַנדערע חשובֿע הויף־דאַמעס נאַקעט פֿאַרן עולם, כּדי צו ווײַזן זייער שיינקייט. אַזאַ אונטערנעמונג איז אָבער געווען זייער אומגעוויינטלעך; בדרך־כּלל, זענען די פֿירשטן און קיניגן אייפֿערזיכטיק און לאָזן נישט די פּשוטע לײַט צו קוקן אויף זייערע ווײַבער.
די ייִדן האָבן געמיינט, אַז די דאָזיקע סעודה איז אַ סימן פֿון ביאת־המשיח. אויב דער קיניגלעכער הויף פֿירט זיך אַזוי אויסטערליש, ווײַזט עס אויס, אַז אין דער וועלט אַנטפּלעקט זיך דער גאולה־כּוח, און די ערדישע מאַכט האַלט שוין בײַם פֿאַרשוווּנדן ווערן. דעריבער, האָבן די ייִדן געמיינט, אַז ס׳איז כּדאַי זיך דווקא צו באַטייליקן אין אַחשורושס סעודה. פֿונדעסטוועגן, אַזוי ווי אינעם פֿאַל פֿון עגל־הזהבֿ, איז אין זייער כּוונה געווען פֿאַרמישט אַן עלעמענט פֿון גראָבער תּאווה — דערפֿאַר זענען זיי אַראָפּגעפֿאַלן פֿון זייער גײַסטיקער מדרגה און זענען באַשטראָפֿט געוואָרן.
כּדי אָפּצוראַטעווען זייער פֿאָלק, האָבן מרדכי און אסתּר "אויפֿגעוועקט" די זעלבע מדרגה פֿון "דרײַצן מידות הרחמים", וואָס משה רבינו האָט אַנטפּלעקט, ווען ער האָט געבעטן דעם באַשעפֿער אויסצומעקן זײַן נאָמען, כּדי אָפּצושאַפֿן די שטראָף פֿאַרן גאָלדענעם קאַלב. ווען אסתּר האָט אײַנגעלאַדן אַחשורושן און המנען אויף איר אייגענער סעודה, האָט זי געוווּסט, אַז אין איר אויפֿפֿירונג האָט געשטעקט אַ שטיקל בונט. זי האָט געזאָגט "כּאַשר אָבֿדתּי אָבֿדתי" — "אַז איך בין פֿאַרפֿאַלן, בין איך פֿאַרפֿאַלן". די חז״ל זאָגן, אַז אסתּר איז געווען גרייט זיך אָפּצוזאָגן אי פֿון עולם־הזה, אי פֿון עולם־הבא, אַבי צו ראַטעווען די ייִדן.
רבי צדוק לובלינער דערקלערט, אַז אַזאַ מדרגה הייסט די אמתע מסירת־נפֿש. ווען עמעצער איז גרייט צו שטאַרבן אויף קידוש־השם, קאָן מען עס אָנרופֿן "מסירת־הגוף"; מע ווייסט, אַז נאָך דער פּײַניקונג אין עולם־הזה, וועט מען גיין גראָד אינעם ליכטיקן גן־עדן. אסתּר האָט אָבער אַפֿילו נישט געטראַכט וועגן איר עולם־הבא, און איז געווען גרייט זיך אָפּזאָגן פֿון אַלץ.
אין דער אמתן, זענען ביידע טעמעס, אַחדות און ענווה, פֿאַרבונדן איינע מיט דער צווייטער. דאָס אמתע אַחדות איז אוממעגלעך אין אַ וועלט, וווּ עס הערשט עגאָיִזם און גאווה; אָבער, ווען מענטשן האָבן ליב איינער דעם צווייטן און זענען גרייט אויף מסירת־נפֿש, קאָנען זיי אָפּשאַפֿן אַלע פּלענער פֿון רשעים, און קאָנען פֿאַרוואַנדלען די וועלט אין אַן אָרט, וווּ עס הערשט דאָס ליכט פֿונעם ג־טלעכן חסד און רחמנות.