מיר האָבן שוין געשריבן וועגן דעם, אַז "נאָך 30 יאָר פֿון לערנען די ייִדישע שפּראַך אין אוניווערסיטעט פֿון מערילאַנד גייט מען איצט אָפּשטעלן די ייִדיש־קורסן. במשך פֿון דער צײַט זײַנען די דאָזיקע קלאַסן געווען די איינציקע אוניווערסיטעט־קלאַסן פֿון ייִדיש אינעם גאַנצן שטאַט מערילאַנד".
לעצטנס האָבן מיר זיך דערוווּסט, אַז אויך דער בראַנדײַס אוניווערסיטעט, כּדי אויסצוגלײַכן זײַן פֿינאַנציעלן מצבֿ, האָט בדעה, צווישן די קירצונגען פֿון אַנדערע פּראָגראַמען, זיך צולייגן אויך צו די ייִדיש־קלאַסן.
דער פֿינאַנציעלער קריזיס, וואָס האָט אָנגערירט אַלע שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט, האָט זײַן גרעסטן קלאַפּ דערלאַנגט די הומאַניטאַרע אינסטיטוציעס בכלל און די ייִדישע לימודים — פֿון תּנ״ך ביז דער מאָדערנער ליטעראַטור — בפֿרט. דער ייִדיש־לימוד — סײַ שפּראַך און סײַ ליטעראַטור — איז תּמיד געווען אַ טעמע צו שטאָלצירן; יעדנפֿאַלס, אויף דער "ייִדישער גאַס". אַוודאי, האָט דער אײַנגעבוירענער ייִדישער סקעפּטיציזם דאָ אויך געפֿונען וווּ אַ גראָב צו טאָן מיטן גראָבן פֿינגער און אַ דריי טאָן מיט דער נאָז, געמיינט צו זאָגן: "ע, מע מאַכט דאָקטאָראַטן, אָבער מע רעדט קוים אַרויס אַ ייִדיש וואָרט".
אַוודאי, וועלן די גראַדואַנטן פֿון ייִדיש־פּראָגראַמען אין די אוניווערסיטעטן און זומער־פּראָגראַמען, קיין מאַסן ייִדיש־רעדער נישט שאַפֿן. זייער שליחות איז צו פֿאָרשן און טראָגן זייער וויסן אין די שיכטן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, וואָס איז ווייניק אָדער אין גאַנצן נישט באַקאַנט מיט די קולטורעלע אוצרות, אויפֿגעגאַנגען אויפֿן פֿעלד פֿון דער אַשכּנזישער עדה.
"מע באַטראַכט ייִדיש אָפֿט ווי אַ ׳מינערווערטיקע׳ שפּראַך, — שרײַבט פּראָפֿ' רות ווײַס פֿון האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, — אָבער אין ייִדיש האָט מען די איבערלעבונג פֿון פֿאָלק, וואָס ברענט און ברענט, און ווערט נישט פֿאַרברענט. איר ווערט איז אפֿשר נאָך מער געוואַקסן, בשעת די צאָל רעדנער אירע איז פֿאַרקלענערט געוואָרן."
און אָט ווערן איצט געשטעלט אין סכּנה די אַקאַדעמישע לימודים און פּראָגראַמען, צוליב דעם מאַנגל אין געלט. די ייִדישע אינסטיטוציעס, אויסער די אַקאַדעמישע ווענט, זײַנען שוין צענדליקער יאָרן קראַנק אויף פֿינאַנציעלער דיסטראָפֿיע. ס'רובֿ פֿון זיי עקזיסטירן מער נישט, און דאָס ביסל וואָס איז נאָך דאָ, זשיפּעט קוים. אין דעם זײַנען שוין נישט שולדיק די אויסערלעכע סיבות, וואָס מע קאָן זיי אַפֿילו אָנרופֿן — אָביעקטיווע. אין דעם איז שולדיק דער ייִדישער איסטאַבלישמענט, די מחנה ייִדישע ביוראָקראַטן, וואָס ס'רובֿ פֿון זיי האָבן אַ קנאַפּן באַגריף, וואָס נאַציאָנאַלע קולטור מיינט. ישׂראל און פֿרומקייט וועלטיקן הײַנט אויפֿן שטח פֿונעם נאַציאָנאַלן לעבן אין די תּפֿוצות.
פֿון דעם באַגריף "ייִדישקייט", וואָס האָט פֿאַרן חורבן פֿאַראייניקט אין איין קייט די נאַציאָנאַלע ווערטן פֿון אַ ייִד, איז אַרויסגעוואָרפֿן געוואָרן דער ייִדיש־גײַסטיקער רינג און פֿאַרביטן געוואָרן אויף אַ דזשויִש־גײַסטלעכן עלעמענט. אין די ייִדישע טאָגשולן (נישט ישיבֿות) פֿון אַ מעסיקער שיטה, וואָס געפֿינען זיך הײַנט אויף ביטערע צרות, ווען עס קומט צו וועלטלעכער ליטעראַטור לערנען די תּלמידים, לויטן קוריקולום פֿון דער שול־אַדמיניסטראַציע: "דאָס טאָגבוך פֿון אַנאַ פֿראַנק" און "נאַכט" פֿון אלי וויזעל, פֿאַרשטייט זיך אויף ענגליש.
מיט דעם "באַגאַזש" פֿון נאַציאָנאַלע קולטור־ווערטן בלײַבט שוין דער גרעסטער טייל פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס האָט שוין יאָ באַקומען אַ "ייִדישע דערציִונג". נאָך מער: נישט ווייניק פֿון זיי ווערן שפּעטער פּראָפֿעסיאָנעלע קאַדרען פֿאַרן ייִדישן איסטאַבלישמענט. איז נישט צו חידושן זיך, וואָס די ייִדישע אַדמיניסטראַטיווע אינסטיטוציעס לײַדן פֿון אַ נאַציאָנאַלער דיסטראָפֿיע.
די ייִדישע פֿירער און די פֿירנדיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס רײַסן נאָכן חורבן שטיקער פֿון די אומות־העולם מע זאָל אומקערן דאָס ייִדישע האָב־און־גוטס, אויסצאָלן רעפּאַראַציע־געלטער די געליטענע, אויפֿשטעלן חורבן־מוזייען און אײַנפֿירן לימודים פֿון לערנען דעם חורבן... דאָס איז אַוודאי זייער און זייער וויכטיק, אָבער אין דער זעלבער צײַט, רירט מען נישט מיטן פֿינגער, כּדי אַרויסצושלעפּן די ייִדישע דערציִונג פֿון דעם אומקום־זומפּ. מע פֿאַרפֿלאַנצט גלײַכגילט און צומאָל פֿײַנטשאַפֿט צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, און מ'איז שוין גערן זי אין גאַנצן צו דערשטיקן, ווײַל די ווערטן פֿון ייִדיש שטעכן דעם נאַציאָנאַלן געוויסן. ווער וויל הײַנט פֿילן אַזאַ ווייטיק?!