ענדלעך, האָבן זיך די פֿילצאָליקע קלאַנגען באַשטעטיקט: די איצטיקע פֿאָרזיצערין פֿונעם "צענטראַלן ראַט פֿון ייִדן אין דײַטשלאַנד" ("צענטראַלער ראַט"), די 77־יאָריקע שאַרלאָט קנאָבלאָך פֿאַרלאָזט איר אַמט! וועגן דעם האָט זי אַליין מיטגעטיילט אין אַ שמועס מיטן קאָרעספּאָנדענט פֿון דער נײַעס־אַגענץ DPA. איר אַוועקגיין, וואָס דאַרף פֿאָרקומען אין נאָוועמבער, האָט זי דערקלערט, ווי "אַן אייגענעם און פֿרײַוויליקן פֿאַרלאַנג איבערצוגעבן די פֿירערשאַפֿט פֿונעם 'צענטראַלן ראַט’ אין די הענט פֿונעם נײַעם דור". אַגבֿ, אין די ייִדישע קרײַזן פֿון דײַטשלאַנד גייען שוין לאַנג אַרום רייד, אַז דער "יונגער דור" ווײַזט אַרויס אַ דרוק אויף דער באַיאָרטער פֿרוי קנאָבלאָך, זי זאָל פֿאַרלאָזן די פֿירערשאַפֿט, ווי "אַ מענטש, וואָס איז אָפּגעשטאַנען פֿון די הײַנטיקע פּראָבלעמען". צי עס איז טאַקע אַזוי, צי נישט, איז שוין ניט אַזוי וויכטיק. וואָס יאָ, דער פֿאַקט אַליין טראָגט אַ סימבאָלישן באַטײַט, ווײַל פֿרוי קנאָבלאָך איז דער לעצטער ייִדישער פֿירער אין דײַטשלאַנד, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן. דאָס איז געווען זייער וויכטיק פֿאַר דער וואַקסנדיקער קהילה אין דײַטשלאַנד.
לאָמיר זיך דערמאָנען: וואָס זײַנען געווען די אויפֿגאַבעס און צילן פֿון דעם "צענטראַלן ראַט", געגרינדעט אין 1950? קודם־כּל, אַרויסהעלפֿן די ייִדן, וועלכע זײַנען געבליבן שטעקן אין דײַטשלאַנד, די געוועזענע קאַצעטלער, פּליטים פֿון פֿאַרשידענע לענדער אַרויסצופֿאָרן קיין אַמעריקע. שפּעטער, ווען די אַלע, וועלכע האָבן געוואָלט אַרויספֿאָרן האָבן עס געטאָן, און די פֿאַרשיידנאַרטיקע קהילה האָט זיך מער, אָדער ווייניקער, קאָנסאָלידירט, האָט דער "צענטראַלער ראַט" גענומען אויף זיך די שתּדלנות־פֿונקציעס בײַם אומקערן די ייִדן זייער האָב־און־גוטס, געפֿאָדערט צו פֿאַרמישפּטן די נאַצי־פֿאַרברעכער, אויפֿגעטראָטן קעגן די נעאָ־נאַציס, ראַסיזם און אַנטיסעמיטיזם.
וואָס שייך דעם לעבן פֿון דער ייִדישער קהילה גופֿא (30—50 טויזנט נפֿשות) זײַנען קיין באַזונדערע פּראָבלעמען נישט געווען, ביז ס׳איז נישט געפֿאַלן די "בערלינער וואַנט". די רעגירונג אין באָן האָט שטענדיק זיך באַצויגן מיט אויפֿמערק צו די באַדערפֿענישן פֿון די ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין דײַטשלאַנד; זיי פֿלעגן באַקומען באַזונדערע הנחות און פּריווילעגיעס פֿאַר זייערע פּריוואַטע געשעפֿטן, ווי אויך קריגן פֿון דער צענטראַלער און אָרטיקער מאַכט פֿינאַנציעלע שטיצע בײַם אויפֿשטעלן די שילן, קהל־הײַזער, קולטור־אונטערנעמונגען וכּדומה. אין תּוך גענומען, האָט די ייִדישע קהילה אין דײַטשלאַנד עקזיסטירט און אַנטוויקלט זיך הײַנט ווײַטער אונטערן ברייטן פֿליגל פֿון דער מאַכט און אויף די מלוכישע געלטער. ווי אַ פּועל־יוצא, האָבן די ייִדישע פֿירער שטענדיק אַרויסגעוויזן זייער לאָיאַליטעט צו דער דײַטשישער מאַכט און זיך געהאַלטן אין די ראַמען פֿון זייער נאַציאָנאַלער טעטיקייט.
אַלץ האָט זיך מיט אַמאָל געביטן נאָכן פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דער בערלינער וואַנט, ווען די מענטשן פֿון יענער זײַט "אײַזערנעם פֿאָרהאַנג" האָבן באַקומען די מעגלעכקייט פֿרײַ זיך באַוועגן אין ביידע ריכטונגען. צו דער צײַט האָט זיך אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד גופֿא אָנגעהויבן אַ כאַאָס און הפֿקרות. מיט וואָס וועט זיך אַזאַ "פֿרײַהייט" פֿאַרענדיקן האָט קיינער דעמאָלט קיין אַנונג נישט געהאַט. אָבער די ייִדן אין דער וועלט האָבן אויפֿגעהויבן אַן אַלאַרעם: עס וועט זיך פֿאַרגיסן ייִדיש בלוט!
געזען אַזאַ סיטואַציע, האָט דער דעמאָלטיקער פֿאָרזיצער פֿונעם "צענטראַלן ראַט", האַנס גאַלינסקי, געקומען צו העלמוט קאָל, וואָס איז דעמאָלט געווען דער קאַנצלער, און געפֿאָדערט בײַ אים, אַז דײַטשלאַנד זאָל עפֿענען די גרענעצן פֿאַר די ייִדן, געוועזענע בירגער פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן די פּרעצעדענטלאָזע עמיגראַציע, וועלכע האָט אַרײַנגעבראַכט אין דעם פֿאַראייניקטן דײַטשלאַנד אַרום 200 טויזנט מענטשן. שפּעטער איז קלאָר געוואָרן, אַז קיין שום פּליטים זײַנען זיי נישט, און אַז די מערהייט פֿון די אָנגעקומענע האָבן נישט בכלל קיין שײַכות צו ייִדן. פֿון דעסטוועגן, אַפֿילו דער טייל פֿון נײַע אימיגראַנטן (50—60 טויזנט מענטשן), וועלכע זײַנען געוואָרן טעטיק אינעם לעבן פֿון דער קהילה, האָבן ראַדיקאַל געביטן איר פּנים. דערבײַ איז געבליבן די זעלבע סטרוקטור, אידעאָלאָגיע און פּאָליטיק.
ס׳איז שווער מסכּים צו זײַן מיט דער מיינונג, אַז די ביז־איצטיקע פֿירער פֿון דער קהילה — איגנאַץ בוביס, פּאַול שפּיגעל, שאַרלאָט קנאָבלאָך — האָבן אויפֿגענומען די "אָסט־יודען" קאַלט און אַפֿילו פֿײַנטלעך. אָבער דער פֿאַקט איז: זיי האָבן כּמעט גאָרנישט ניט געטאָן, כּדי צוציִען די "נײַע ייִדן" און פּרוּוון זיי אינטעגרירן אינעם קהילה־לעבן. נאָך מער: פֿון אינטעגרירן די נײַ־געקומענע האָבן זיי זיך אין גאַנצן אָפּגעטרייסלט, אַריבערלייגנדיק די זאָרג אויף די מלוכה־אָרגאַנען. ווי אַ רעזולטאַט פֿון אַזאַ אויפֿפֿיר, האָבן אין דער קהילה זיך אָנגעהויבן מחלוקת צווישן אירע "אַלטע" און "נײַע" מיטגלידער. די "אַלטע" האָבן געלט און צוטרוי פֿון דער אָרטיקער און צענטראַלער מאַכט. די "נײַע" האָבן די מערהייט און שאַרפֿע ציין.
דאָס פֿאַרלאָזן דעם פּאָסטן פֿון פֿרוי קנאָבלאָך, עפֿנט פֿאַר דער קהילה נײַע מעגלעכקייטן. ס׳איז קלאָר, אַז דער נײַער פֿאָרזיצער מוז זײַן פֿון די "דײַטשישע" ייִדן. דאָס איז די ניט־פֿאַרשריבענע פֿאָדערונג פֿון דער מאַכט. דער עיקר איז אָבער, אַז דער "נײַער דור" ייִדישע פֿונקציאָנערן, וואָס וועט איבערנעמען די מאַכט פֿונעם "צענטראַלן ראַט", זאָל נישט דערלאָזן צו אַ שפּאַלטונג אין דער קהילה.
די צווייטע אויפֿגאַבע פֿאַר דער נײַער פֿירערשאַפֿט דאַרף זײַן אײַנצושטעלן נײַע באַציִונגען מיט דער מאַכט אין צענטער און אויף די ערטער. פֿון אָנהייב אָן, ווען דער "צענטראַלער ראַט" איז געגרינדעט געוואָרן, האָט די רעגירונג אין באָן און דערנאָך אין בערלין געהאַלטן, אַז דער פֿאָרזיצער פֿונעם "צענטראַלן ראַט" איז אַ מין "מיניסטער" פֿון ייִדישע ענינים. די מאַכט האָט געגעבן געלט, און דער פֿאָרזיצער האָט נאָכגעפֿאָלגט די באַפֿעלן פֿון דער מאַכט. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַזאַ צווישן־באַציִונג האָט געלוינט ביידע צדדים. אָבער די צײַטן בײַטן זיך. עס גלייבט זיך נישט, אַז די קומענדיקע דײַטשישע פּאָליטיקער וועלן אויך ווײַטער פֿאַרלויפֿן דעם וועג פֿאַר דער וואַקסנדיקער ייִדישער קהילה אין דײַטשלאַנד. זיי וועלן געוויס פֿון איר פֿאָדערן, זי זאָל זײַן מער אַחריותדיק און אומאָפּהענגיק.
ווי אַ בײַשפּיל פֿון אַזאַ צוגאַנג קאָן דינען דער אויפֿטריט פֿון קריסטיאַן אודע, דער מייאָר פֿון מינכן. בעת דער טרויער־אַקאַדעמיע לזכּרון 65 יאָר נאָכן באַפֿרײַען אוישוויץ, האָט ער געזאָגט, אַז די מאַכט וועט זיך נישט אַרײַנמישן אינעם וויכּוח צווישן דער ליבעראַלער און אָרטאָדאָקסישער שיל, ווער און וויפֿל דאַרף באַקומען פֿון די מלוכישע סובסידיעס. אַמאָל איז טאַקע אַזוי געווען, אַז צוליב יעדער קלייניקייט איז מען באַלד געלאָפֿן צו דער מאַכט מיט אָנקלאַגעס איינער אויפֿן אַנדערן און צו זוכן יושר.
צי וועלן זײַן גרייט די נײַע מענטשן אין דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם "צענטראַלן ראַט פֿון ייִדן אין דײַטשלאַנד" זיך אָפּצוזאָגן פֿון דער אַלטער שיטה צו זײַן "גוטע קינדערלעך" בײַם "דײַטשישן פֿעטער"? צי וועלן זיי קענען איבערבויען זייערע באַציִונגען מיט דער מאַכט, ווערנדיק מער אומאָפּהענגיק און אַחריותדיק? דערווײַל איז דאָס אַלץ אונטער אַ גרויסער פֿראַגע; אָבער ס׳איז קלאָר איין זאַך: עס מוזן פֿאָרקומען בײַטן און די צײַט וועט ווײַזן, ווי ווײַט בײַטן זײַנען געשען.