דער רעצעפּט איז פֿאַר אַ ווײַסן פֿיש־פֿילע, אָבער אויב איר ווילט, קענט איר עס אויך מאַכן מיט אַן אָראַנזשענעם פֿיש ווי לאַקס אָדער סטראָנגע (trout).
אויב איר האָט נאָך קיין מאָל נישט געקאָכט מיט קרעמיני־ אָדער שיטאַקע־שוועמלעך (אָפֿט מאָל ניצט מען זיי אין כינעזישע מאכלים), זאָרגט זיך נישט — ס׳איז פּונקט אַזוי גרינג ווי קאָכן מיט געוויינטלעכע שוועמלעך, און גיט צו אַ מער פּיקאַנטן טעם. און ניצט פֿרישן טימיאַן — נישט דעם געטריקנטן וואַריאַנט. דער רעצעפּט איז פֿאַר פֿיר מענטשן.
2 פֿונט (900 גראַם) קרעמיני־ אָדער שיטאַקע־שוועמלעך, צעשניטן אויף דער העלפֿט
4 לעפֿל + 1 לעפֿעלע איילבערט־בוימל
2 לעפֿעלעך פֿרישע טימיאַן־בלעטלעך + 4 גאַנצע צווײַגעלעך טימיאַן
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק
4 פֿילעען דאָרש (cod) אָדער באַרזש (bass)
1/2 טעפּל פֿרישע פּעטרישקע
1 לעפֿל פֿרישער לימענע־זאַפֿט
באַהייצט דעם אויוון אויף 450 גראַד (232 צעלזיוס).
גיט אַרײַן די שוועמלעך אין אַ בעקן און מישט זיי אויס מיטן בוימל און די טימיאַן־בלעטלעך. באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט עס. בראָט די שוועמלעך 15 מינוט, ביז זיי ברוינען זיך צו.
באַשמירט די פֿיש־פֿילעען מיט 1 לעפֿל בוימל; באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט זיי. לייגט די פֿילעען אויף די שוועמלעך, און פֿון אויבן — די טימיאַן־צווײַגעלעך. בראָט די פֿילעען אין אויוון 12 מינוט.
מישט צונויף די פּעטרישקע מיטן לימענע־זאַפֿט און 1 לעפֿעלע בוימל. לייגט אין יעדן טעלער אַ פֿילע מיט שוועמלעך און פּעטרישקע־סאַלאַט.