- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"דער פּאָליציסט אַזולאַי", דער פֿילם געשאַפֿן דורך אפֿרים קישון אין 1971, איז אַ יאָר שפּעטער געווען אַ קאַנדידאַט צו באַקומען דעם געגאַרטן פּרײַז "אָסקאַר", וואָס די קינאָ־אַקאַדעמיע פֿון האָליוווּד טיילט צו, צווישן אַנדערן, אויך פֿאַרן בעסטן נישט־אַמעריקאַנער פֿילם. דעם "אָסקאַר" האָט ער נישט באַקומען, (ער האָט באַקומען אַנדערע נישט ווייניק וויכטיקע פּרײַזן), נאָר "דער פּאָליציסט אַזולאַי" וואָס דערציילט וועגן דעם נאַיִוון גוטהאַרציקן מענטש מיט דעם אומפֿאַרגעסלעכן פֿאַרשטאָרבענעם אַקטיאָר און קאָמיקער שײַקע אופֿיר אין דער הויפּט־ראָלע, פֿאַרנעמט שוין פֿון לאַנג דעם אויבנאָן אויף דער פּאָליצע פֿון די קלאַסישע ישׂראלדיקע פֿילמען. מיט 60 יאָר צוריק, דעם 1טן דעצעמבער 1949, איז פֿאַרמאַכט געוואָרן דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער. דאָס איז געווען אַ מלוכישע אינסטיטוציע, און טאַקע די מלוכה האָט זי פֿאַרמאַכט. דער אָפֿיציעלער אויסרייד איז געווען אַ פֿינאַנציעלער — דער טעאַטער האָט צוגעצויגן ווייניק צושויער. אָבער דאָס איז געווען בלויז אַ תּירוץ. סטאַלינס בלוטיקער רעזשים האָט זיך דעמאָלט באַשעפֿטיקט מיטן פֿאַרענדיקן דעם פּלאַנמעסיקן פּראָצעס פֿון ליקווידירן דעם גאַנצן בנין פֿון ייִדישער קולטור אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. וועגן דעם אויפֿלעב פֿון קלעזמער־מוזיק אין דײַטשלאַנד האָט מען שוין אַ סך געשריבן, מיט פֿאַרשיידענע טעאָריעס, פֿאַר וואָס און פֿאַר ווען אַזאַ פֿענאָמען איז אויפֿגעקומען במשך פֿון די לעצטע צוואַנציק יאָר. אַנומלט האָב איך אויסגערעכנט די פֿאַרשיידענע קאַפּעליעס אין דײַטשלאַנד, אָבער געבנדיק אַ קוק אויפֿן "דײַטשער קלעזמער־וועבזײַט", דאַכט זיך מיר, אַז די רשימה איז נאָך לענגער געוואָרן, כאָטש פֿון טייל גרופּעס האָט מען שוין לאַנג נישט געהערט: "פֿיאַלקע", "האַריס פֿריילעך", "טאַנגאָ און קלעזמער־קוואַרטעט", דער מינסקער פֿאַרלאַג "מעט" האָט זיך מיט אַ פּאָר יאָר צוריק גענומען פֿאַר אַן אַמביציעזן פּראָיעקט פֿון אַרויסגעבן די געזאַמלטע רוסישע ווערק פֿון וולאַדימיר זשאַבאָטינסקי. לכתּחילה האָט מען געהאַט בדעה זיך צו באַגרענעצן מיט פֿינף בענד, דערנאָך האָט זיך דער פֿאַרנעם צעוואַקסן ביז נײַן בענד. עד־היום זײַנען אַרויס צוויי ביכער. דער ערשטער באַנד נעמט אַרײַן די מער אָדער ווײַניקער באַקאַנטע פּראָזע־ווערק׃ די ראָמאַנען "שמשון דער נזיר" און "פֿינף" און אַ ריי דערציילונגען. אַ נע־ונדישע דוינע
איציק מאַנגערן מיט בענקשאַפֿט
ענגע־בענגע סטופּע־סטענגע
מאַן ריי איז געווען דער ערשטער אַמעריקאַנער קינסטלער וואָס האָט זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין דער מאָדערנער קונסט־באַוועגונג אין פּאַריז צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. ס'איז ווייניק באַקאַנט וועגן זײַן ייִדישן אָפּשטאַם. געבוירן אין פֿילאַדעלפֿיע מיטן נאָמען עמנואל ראַדניצקי אין 1890, איז זײַן טאַטע געווען אַ שנײַדער פֿון אייראָפּע און צו די ערשטע שאַפֿונגען פֿון מאַן ריי געהערט דאָס ווערק, געמאַכט פֿון צוזאַמענגעשטיקעוועטע לאַטעס. די פֿאַרבינדונג צווישן דער רוסישער רעוואָלוציע און דעם אויפֿבלי פֿון דער ייִדישער קולטור איז איינע פֿון די עיקרדיקע פּראָבלעמען פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אָבער ביז לעצטנס האָט זיך נאָך קיינער ניט גענומען צו מאַכן אַן אַרומנעמיקע פֿאָרשונג, וואָס זאָל באַהאַנדלען סײַ די פּאָליטישע און סײַ קולטורעלע אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער טעמע. דאָס בוך פֿון בנימין (קענעט) מאָס פֿילט אויס אָט דעם דאָזיקן וויכטיקן בלויז אין דער ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע. מאָס סטאַרעט זיך אויסצומײַדן אַ "טעלעאָלאָגישן" קוק אויף דעם אָביעקט פֿון זײַן פֿאָרשונג. דער "בונד" האָט מיך תּמיד געחידושט מיט זײַן אומלאָגישקייט. אין מײַנע אויגן זעט עס אויס ווי אַ נאַיִוו-סימפּאַטישער גלויבן. אַ גלויבן איז דאָך אויך ווײַט פֿון אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן לאָגישקייט. אַ סבֿרא, אַז די ענלעכקייט איז אַ גאַנץ געזעצמעסיקע: צו דער בויונג פֿונעם "בונד" האָבן צוגעלייגט די האַנט ניט ווייניק געוועזענע ישיבֿה-בחורים. לאָמיר זיך אַרײַנטראַכטן אין דעם בונדיסטישן מין סאָציאַליזם, וואָס האָט געפּרווּוט מאַכן אַ קולטור-אויטאָנאָמישן שבת פֿאַר זיך, צונויפֿפּאָרן אינטערנאַציאָנאַליסטישקייט פֿון מאַרקסיזם מיטן אַשכּנזישן נאַציאָנאַליזם (כאָטש מע האָט עס בשום-אופֿן ניט געטאָרט דעפֿינירן ווי נאַציאָנאַליזם!). "די ראָלע פֿון אַ קאָנפֿעראַסיע וואָס איך שפּיל אין דער פֿאָרשטעלונג 'ווער איז ווער’, האָב איך נאָך קיין מאָל נישט געשפּילט אין מײַן לעבן". אַזוי זאָגט אַנדריי קאַשקאַר, וואָס שפּילט די הויפּט־ראָלע אין דער נײַער פּיעסע, אויפֿגעפֿירט אויף דער בינע פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער. דער אַקטיאָר, פֿופֿציק יאָר אַלט, רעפּרעזענטירט מיט זײַן לעבנס־ראָלע, אַ ווירטואָז־שפּיל, געפֿלאָכטן מיט געזאַנג און טאַנץ. ער טוט עס מיט זײַן גאַנצן וועזן. "ווען דער פֿאָרהאַנג לאָזט זיך אַראָפּ, פֿיל איך זיך אויסגעשעפּט", איז זיך מודה קאַשקאַר. "איך האָב נאָך קיין מאָל נישט געהאַט אַזאַ אָנגעשטרענגטע פֿיזישע פֿאָרשטעלונג מיט אַזאַ לאַנגן טעקסט צו זאָגן, און אַ מיליאָן קליידער זיך איבערצוטאָן, ווי אויך גרימירונג. דעם נאָמען פֿון יצחק (איסאַק) נוסינאָוו (1889—1950) דערמאָנט מען איצט זייער זעלטן, בפֿרט אין ייִדישע פּובליקאַציעס. איך האָב ניט געזען, מע זאָל ערגעץ אָפּמערקן זײַן 120סטן יוביליי, כאָטש אַ שפּור האָט נוסינאָוו איבערגעלאָזט אַ טיפֿן סײַ אין דער סאָוועטיש-ייִדישער מסורה, סײַ אין דער אַלגעמיינער סאָוועטישער געשיכטע. למשל, מיט נוסינאָווס נאָמען איז פֿאַרבונדן דער אָנהייב פֿון דער טרויעריק-באַוווּסטער סטאַליניסטישער קאַמפּאַניע קעגן "קאָסמאָפּאָליטן". קודם-כּל, האָט מען דאָך אַטאַקירט נוסינאָווס בוך "פּושקין און וועלט-ליטעראַטור" (1941), ווי באַקאַנט, האָבן בײַם אָנהייב די אַשכּנזישע ייִדן געלעבט מיט אָרטיקע דײַטשן אויף איין טעריטאָריע. דערנאָך האָבן די צוקונפֿטיקע ייִדיש־רעדערס זיך באַזעצט אויף מיזרח, אין די סלאַווישע לענדער. מחוץ די דײַטש־רעדנדיקע לענדער איז די פֿאַרבינדונג צווישן די דײַטשע און ייִדישע קולטורן אָפּגעשוואַכט געוואָרן. ס׳איז שווער אָפּצושאַצן ווי גרויס האָט די דײַטשע קולטור משפּיע געווען אויף דער ייִדישער, און פֿאַרקערט. אינעם פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר קען מען זיכער יאָ אידענטיפֿיצירן ווערטלעך, פֿאָלקס־מעשׂיות און פֿאָלקסלידער, און אַפֿילו מינהגים אָדער גלייבענישן, מיט וועלכע ביידע פֿעלקער טיילן זיך. |