אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט, קינאָ
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם

מיט 60 יאָר צוריק, דעם 1טן דעצעמבער 1949, איז פֿאַרמאַכט געוואָרן דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער. דאָס איז געווען אַ מלוכישע אינסטיטוציע, און טאַקע די מלוכה האָט זי פֿאַרמאַכט. דער אָפֿיציעלער אויסרייד איז געווען אַ פֿינאַנציעלער — דער טעאַטער האָט צוגעצויגן ווייניק צושויער. אָבער דאָס איז געווען בלויז אַ תּירוץ. סטאַלינס בלוטיקער רעזשים האָט זיך דעמאָלט באַשעפֿטיקט מיטן פֿאַרענדיקן דעם פּלאַנמעסיקן פּראָצעס פֿון ליקווידירן דעם גאַנצן בנין פֿון ייִדישער קולטור אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.

צו יענער צײַט האָט דער טעאַטער שוין כּמעט צוויי יאָר געלעבט אָן שלמה מיכאָעלסן — אים, דעם הויפּט-רעזשיסאָר, האָט מען פֿיזיש ליקווידירט אין יאַנואַר 1948. (איך האָף, אַז אין מאַרץ 2010 וועט מען ניט פֿאַרגעסן אָפּצומערקן זײַן 120סטן געבוירנטאָג.) זינט יאַנואַר 1949 איז אין תּפֿיסה געווען פֿאַרשפּאַרט דער סולת, די עליט פֿון דער סאָוועטיש-ייִדישער שאַפֿערישער סבֿיבֿה, אַרײַנגערעכנט פּרץ מאַרקישן, וועמענס פּיעסעס דער טעאַטער פֿלעגט שפּילן. גאָר ניט צופֿעליק איז דווקא מיכאָעלס בעת דער מלחמה אויסגעקליבן געוואָרן צו שטיין בראָש דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. זײַן טעאַטער האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַן אינסטיטוציע, וואָס האָט פֿאַרנומען דאָס צענטראַלע אָרט אין דער סאָוועטיש-ייִדישער קולטור־לאַנדשאַפֿט. דער טעאַטער האָט זיך באַטייליקט אויך אין אַ היפּש ביסל קינאָ-פּראָיעקטן.

צווישן די סאָוועטיש-ייִדישע קינאָ-פּראָיעקטן פֿאַרנעמט אַ באַזונדער אָרט "נייטן בעקער פֿאָרט אַהיים" — דער איינציקער ייִדישער קלאַנג-פֿילם, וואָס מע האָט געמאַכט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די אַרבעט האָט מען פֿאַרענדיקט אין אָקטאָבער 1932, ווי אַ "מתּנה" צום 15טן יום-טובֿ פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. אָבער די ריכטיקע פּרעמיערע איז געווען ערשט אין יאָר 1933. קיין אויסלאַנד האָט מען געשיקט, פֿאַרשטייט זיך, דעם ייִדישן נוסח. אין דעם פּאַנטעאָן פֿון סאָוועטישן קינאָ פֿאַרנעמט דער פֿילם אַן אָרט בײַ דער מיזרח-וואַנט, ווײַל דאָס איז, בכלל, איינער פֿון די ערשטע סאָוועטישע קלאַנג-פֿילמען.

דעם פֿילם ווײַזט מען פֿון מאָל צו מאָל בשעת ייִדישע פֿילם-פֿעסטיוואַלן (הײַיאָר האָט מען עס געקענט זען אין ניו-יאָרק) און מע לערנט עס אין אוניווערסיטעטן. דאָך, וועל איך דערמאָנען אין קורצן, אַז דער סצענאַר, געשריבן פֿון פּרץ מאַרקיש, איז אַזאַ: אַ ייִדישער אַרבעטער, נייטן (נתן) בעקער, קומט פֿון ניו-יאָרק אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און דאָרטן געשעט זײַן טראַנספֿאָרמאַציע-סאָוועטיזאַציע. גלײַכצײַטיק טרעפֿט אַזאַ נס פֿון סאָציאַלער אינזשענעריע מיט געוועזענע שטעטלדיקע ייִדן. די ראָלע פֿון נייטנס פֿאָטער שפּילט שלמה מיכאָעלס. דער פֿילם איז זייער אַ סכעמאַטישער, און די קריטיק האָט עס ניט פֿאַרשוויגן.

דעם 16טן אַפּריל 1933, האָט זיך אויף דעם פֿילם אָפּגערופֿן דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון דער ניו-יאָרקער קאָמוניסטישער צײַטונג "מאָרגן-פֿרײַהייט" משה אָלגין. אַ סבֿרא, אַז ער האָט אים געזען אין דעם קליינטשיקן, און גאַנץ עליטאַרן, "אייראָפּאַ טעאַטער", וואָס האָט זיך דעמאָלט געפֿונען אויף דער 55סטער גאַס. אין זײַן אַרטיקל "דער ערשטער סאָוועטיש-ייִדישער קלאַנג-פֿילם" האָט אָלגין, בפֿרט, געשריבן:

דער פֿילם האָט זײַנע שוואַכקייטן, אידעאָלאָגישע און טעכנישע. די ערשטע מערסטנס אין פּרט פֿון ניט דערזאָגן, די צווייטע אין פּרט פֿון ניט באַלאַנסירטקייט — און וועגן ביידע וואָלט מען געקענט רעדן. אָבער איצט, אין דעם מאָמענט, אונטערן פֿרישן אײַנדרוק, איז דאָ בילכערס וואָס צו רעדן, און דאָס איז, אַז מיר האָבן פֿאַר אונדז דעם ערשטן פּראַכטפֿול-געשפּילטן פֿאַרבנרײַכן רעוואָלוציאָנערן סאָוועטישן פֿילם פֿונעם ייִדישן לעבן, און אַז דער פֿילם ווײַזט אונדז, ווי אַזוי די סאָוועטישע מלוכה גלײַכט אויס די רוקנס פֿון די ייִדישע מאַסן און מאַכט פֿון נעכטיקע לופֿטמענטשן בויער פֿון סאָציאַליזם [...]

פּרץ מאַרקיש, דער אויטאָר פֿונעם סצענאַר, האָט אַ סך זאַכן ניט אַרויסגעבראַכט. פֿאַר וואָס קומט נייטן בעקער, דער מיטל־יאָריקער אַמעריקאַניש-ייִדישער בריקלייער [מויערער], צוריק אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד? מסתּמא צוליב אַרבעטלאָזיקייט — אָבער דאָס דאַרף מען טרעפֿן. ווי אַזוי קומט פֿאָר די פֿאַרוואַנדלונג פֿון די נעכטיקע שטעטל-מענטשן אין הײַנטיקע קוואַליפֿיצירטע אַרבעטער? דאָס איז מסתּמא אַ לאַנגער פּראָצעס — אָבער דאָס איז ניט געוויזן. [...]

פֿון דער אַנדערער זײַט איז דאָ אַן אומגלײַכקייט אין צעטיילן דעם גראַפֿישן מאַטעריאַל. די ייִדישע קאָלכאָזניקעס — קוים געוויזן. די אָרעמקייט פֿון שטעטל — צו פֿיל געוויזן. די פּראָצעסן פֿון אַרבעט אין מאַגניטאָגאָרסק [אין דער נײַער סאָוועטישער שטאָט קומען פֿאָר די געשעענישן] — אַרויסגערוקט פֿאָראויס. די פּראָלעטאַרישע געזעלשאַפֿטלעכקייט — קוים באַרירט.

אָבער ניט געקוקט דערויף, איז דער פֿילם אַ דערגרייכונג. ער לעבט, ער איז פֿריש.

דעם 23סטן אַפּריל 1933, האָט "מאָרגן-פֿרײַהייט" פֿאַרעפֿנטלעכט אַ לאַנגן בריוו פֿון א. בעקער. אונטערן טיטל "'נייטן בעקער’ גיט אָפּ אַ גרוס פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד", האָט ער, בפֿרט, געשריבן (די רעדאַקציע האָט אָפּגעהיט זײַן כאַראַקטערישע אַמעריקאַניש-ייִדישע פּרעפּאָזיציע "פֿאַר", מיטן באַטײַט "אין משך"):

איך בין אַ קוואַליפֿיצירטער אַרבעטער פֿון אַמעריקע. פֿאַר די לעצטע דרײַסיק יאָר בין איך באַשעפֿטיקט אין בילדונג-טרייד. אין 1927 בין איך געקומען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וווּ איך האָב געפּרוּווט אַרײַנברענגען אַ סיסטעם פֿון בויען הײַזער. אויך האָב איך געלערנט די יונגע סאָוועטישע אַרבעטער די אַמעריקאַנער מעטאָדן. איך האָב מײַן אויפֿגאַבע דורכגעפֿירט ביז פֿעברואַר 1933. אַ סך פֿון מײַנע פֿאָרשלאָגן זײַנען אָנגענומען געוואָרן און ווערן פּראַקטיצירט אין אַ געוויסער מאָס.

אין ניו-יאָרק ווערט איצט געוויזן אַ סאָוועטישער פֿילם אין דער ייִדישער שפּראַך, אונטערן נאָמען "נייטן בעקער פֿאָרט אַהיים". דער מאַטעריאַל דערצו האָט פּרץ מאַרקיש גענומען פֿון מײַן אַרבעט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. [...]

ווי לעבט זיך דעם אַרבעטער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד? מײַן ענטפֿער איז — בעסער ווי די אַרבעטער אין דער גאַנצער קאַפּיטאַליסטישער וועלט. קיינער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט ניט די זאָרג פֿון זוכן אַ דזשאָב, פֿון צאָלן רענט. אַן אַרבעטער אָדער אָנגעשטעלטער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט ניט די מינדסטע דאגה ווען ער איז קראַנק. ער קריגט זײַנע שׂכירות אַלץ איינס און די רעגירונג באַזאָרגט אים מיט מעדיצינישער הילף. וועגן לערנען זיך און זײַנע קינדער דאַרף דער אַרבעטער אויך ניט זאָרגן. זײַנע קינדער זײַנען באַרעכטיקט און אַפֿילו פֿאַרפֿליכטעט צו לערנען זיך אין העכסטע שולן און אוניווערסיטעטן. איך ווייס נאָר פֿון איין זאָרג, וואָס די סאָוועטישע אַרבעטער האָבן, און דאָס איז: ווען וועלן שוין די אַרבעטער אין קאַפּיטאַליסטישע לענדער נאָכטאָן זייער בײַשפּיל און אײַנפֿירן אַ סאָוועטישע הערשאַפֿט? [...]

איך בין איצט אין אַמעריקע פֿאַר אַ קורצער צײַט, בין געקומען דערליידיקן פּריוואַטע ענינים און אין גיכן פֿאָר איך צוריק אַהין, וווּ איך קאָן ברענגען נוצן דעם סאָציאַליזם.

איך האָף, אַז א. בעקערן — אויב ער האָט זיך טאַקע אומגעקערט אין דעם סאָוועטישן גן-ענדן — איז אים באַשערט געווען זיך אַרויסצורײַסן פֿון אים בײַ צײַטנס.