- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ גרויסער עולם, לויט אונדזערע הײַנטיקע באַנוגנדיק־באַשיידענע באַגריפֿן, איז געקומען צו באַגלייטן דעם דיכטער אין זײַן לעצטן וועג. אַוודאי וואָלט געווען פּאַסיק, שיין און בכּבֿודיק, ווען ס’וואָלטן אין דעם אויך אָנטייל גענומען פֿאָרשטייער פֿונעם ישׂראלדיקן שרײַבער־פֿאַראיין, צי אַנדערע פֿאָרשטייער פֿון מלוכישע און ליטעראַרישע קרײַזן. דאָס איז אָבער נישט געשען. געקומען — דאָס יאָ — איז דער באַפֿולמעכטיקטער פֿון דער ליטווישער רעגירונג, וואָס האָט געהאַלטן אַ טרויער־רעדע, וועגן זייער אַ סך זאַכן וואָלט מען געקענט שרײַבן צו שלום אַשס יוביליי — ער איז געבוירן געוואָרן דעם ערשטן יאַנואַר 1880. אויף דער שקאַלע פֿון דערפֿאָלג, פֿאַרנעמט ער, בלי-ספֿק, איינע פֿון די העכסטע ערטער אין דער ייִדישער ליטעראַטור. שלום-עליכם און יצחק באַשעוויס-זינגער זײַנען, אַ פּנים, די איינציקע, וואָס האָבן אים איבערגעשטיגן. אמת, דער הײַנטיקער דור קען אַשן זייער ווייניק. איך האָב קאָנטראָלירט די קאַטאַלאָגן פֿון דער ניו-יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק און פֿון דער ביבליאָטעק פֿון קאָנגרעס, און ביידע האָבן מיר באַוויזן, אַז זינט 2006 איז קיין איין בוך פֿון אַשן ניט אַרויס אויף ענגליש. אויף רוסיש — יאָ, אין 2008 און 2009. (מחשבֿות נאָך דער לוויה פֿון דעם גרויסן דיכטער)
"ווער וועט בלײַבן, וואָס וועט בלײַבן?
עס איז מיר שווער זיך צו באַפֿרײַען פון די געמישטע געפֿילן, צוריקקערנדיק זיך נעכטן פֿון דער לוויה, איבער וועלכער עס האָט געשוועבט אין מײַן דמיון די אויבנדיקע פֿראַגע פֿון דעם ניפֿטר — דעם אומרויִקן פּאָעט — ווען מיר האָבן אים, צוזאַמען מיט די הונדערטער אבֿלים, באַגלייט אויף זײַן לעצטן וועג אין דעם זוניק־ווינטיקן וועטער צו דער אייביקער רו. ניט שלום אַשס ראָמאַן "בײַם אָפּגרונט" (1936) און ניט י. י. זינגערס ראָמאַן "די משפּחה קאַרנאָווסקי" (1942) זײַנען געווען אַ גרויסער דערפֿאָלג. וועגן ביידע קאָן מען מיט רעכט איבערחזרן שמואל ניגערס מיינונג וועגן אַשס ראָמאַן׃ "ס׳איז אַ מאָנומענטאַל ווערק, איינע פֿון אַשס גרויסע דערגרייכונגען, אָבער טאַקע דערפֿאַר פֿאַרדריסט, וואָס ס׳איז ניט געשריבן געוואָרן בעסער, וואָס ס׳איז נישט ווי געהעריק רעדאַגירט געוואָרן און וואָס ס׳איז נישט געבויט געוואָרן לויט אַ מער גענויעם און מער קלאָרן פּלאַן." דער זיס־זויערער טיטל פֿון דער נײַסטער זאַמלונג לידער פֿון אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, איינעם פֿון די חשובֿסטע ייִדישע פּאָעטן הײַנט, שטעלט דעם טאָן פֿאַרן גאַנצן ווערק. מיט דער עלטער ווערט דאָס לעבן אַלץ שווערער, אָבער מע דאַרף געפֿינען אַ ביסל פֿרייד, וווּ מע קען. און אויב נישט פֿרייד, זאָל זײַן עפּעס שיינס. און אויב נישט קיין שיינס, טאָ זאַל מען סײַ־ווי־סײַ זיך אײַנלעבן אין דער וועלט מיטן גאַנצן פּאָעטישן באַוווּסטזײַן... די לידער שטעלן דעם טראָפּ אויף דער זיקנה, אויף די זכרונות פֿון אַמאָל (אויך זיס און זויער), און דער מחבר קען מײַסטעריש נעמען אַן אימאַזש פֿון דער עלטער און אים באַלעבן, אַפֿילו ווען דער מענטש אַליין ווערט קוים דערמאָנט: יצחק־ברוך פֿאַרבעראָוויטש — דעם נאָמען האָט ער געטראָגן די ערשטע אַכצן יאָר פֿון זײַן צוויי און פֿערציק־יעריק לעבן (1897—1939); די איבעריקע פֿיר און צוואַנציק יאָר האָט מען אים געקענט ווי אורקע נאַכאַלניק, וואָס זיבעצן יאָר איז עס געווען זײַן גנבֿים־צונאָמען, און די לעצטע זיבן יאָר — דער פּסעוודאָנים פֿון אַ באַרימטן מחבר פֿון מײַסטער־ווערק אויף קרימינעלע טעמעס. דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת־צו־נאַכטס, דעם 16טן יאַנואַר, איז פֿאָרגעקומען דער יערלעכער "גאָלדענער פֿעסטיוואַל", וואָס דער באַלקאַנישער מעש־אָרקעסטער "זלאַטנע אוסטע" [גאָלדענע ליפּן] אָרגאַניזירט אין צפֿון־מאַנהעטן. דאָס יאָר האָט מען געפּראַוועט 25 יאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס האָט געדויערט פֿון 6:00 אַ זייגער אין אָוונט ביז 3:00 אַ זייגער בײַ נאַכט. אויף דרײַ גאָרנס קען מען הערן פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע גרופּעס, וועלכע ספּעציאַליזירן זיך אין דער מוזיק פֿון צפֿון־גריכנלאַנד (מאַקעדאָניע), בולגאַריע, סערביע און ראָמאַ (ציגײַנער). עטלעכע יאָר נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט זיך ה. ד. נאָמבערג ביטער באַקלאָגט וועגן דעם געשמאַק פֿון די אַסימילירטע דײַטשישע ייִדן, וואָס לעכצן נאָך "עכטער" ייִדישקייט פֿון מיזרח־אייראָפּע, וואָס האָט "באָרד און פּאות, אַ פֿאַרקרימט פּנים פֿון יסורים, צעדולטע אויגן פֿון נאָך אַ פּאָגראָם." פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿאָדערט מען "נישט אַנדערש ווי טיפֿע מיסטיק, פֿאַרגלאָצטע אויגן, גאָט, מלאכים, רביים און חסידים." יענע דײַטשישע ייִדן זײַנען שוין לאַנג נישטאָ, שווער זיך צו באַפֿרײַען פֿונעם נאָגנדיקן געפֿיל, וואָס באַווײַזט זיך עקשנותדיק יעדעס מאָל אויף ס’נײַ ווען מען דערמאָנט זיך אינעם דיכטער יוסף פּאַפּיערניקאָוו. אַזוי איז געווען אויך איצט בײַם אָפּמערקן אין "אַרבעטער־רינג", אין תּל־אָבֿיבֿ, 110 יאָר פֿון זײַן געבוירן־טאָג. זאָל עס זײַן דער קאָלעקטיווער געוויסנסביסן, אַז מיר, ווי טיכטיקע ייִדיש־טוערס, האָבן נישט געטאָן גענוג צו פֿאַרלײַכטערן זײַן פּײַנלעכע עלנטקייט און זײַן שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ, ווען מע גיט אַ קוק אויף די וויכטיקסטע זאַמלונגען פֿון ייִדישע ווערטלעך און אידיאָמען, אָנהייבנדיק פֿון אַ. טענדלאַוס ווערק (1860), ביז א. בערנשטיינס (1908) און ישׂראל פֿורמאַנס ביכער (1968), וואַרפֿן זיך אין די אויגן די פֿיר בענד פֿון יהודה עזלזעט, וואָס ער האָט אַרויסגעגעבן אין וואַרשע אין די יאָרן 1918 — 1920, מיטן טיטל, "דער וווּנדער־אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך: פֿאָלקסטימלעכע רעדנסאָרטן, גלײַכווערטלעך און אַנעקדאָטן". "דער וווּנדער־אוצר" טיילט זיך אויס פֿון די אַנדערע זאַמלונגען, צוליב פֿאַרשיידענע טעמים. קודם־כּל, האָט דער מחבר געפֿונען מער ווי אַ העלפֿט פֿון זײַן מאַטעריאַל אין די ווערק פֿון אונדזערע קלאַסיקער — מענדעלע מוכר־ספֿרים, שלום־עליכם און י. ל. פּרץ, ווי אויך אַנדערע משׂכּילישע שרײַבער ווי א. מ. דיק, יואל לינעצקי און יעקבֿ דינעזאָן. אַ מאָדנער מענטש איז ער עפּעס געווען, דער מלך פֿרידריך דער צווייטער פֿון פּרײַסן (1712—1786). שיינגײַסט, איז ער פֿון די ייִנגסטע יאָרן געווען פֿאַרקאָכט אין מוזיק, געשפּילט אויף עטלעכע אינסטרומענטן, געשאַפֿן אייגענע מוזיק, און דערצו געדיכט לידער אויף פֿראַנצויזיש. מילא — פֿרידריך גיִאַם, זײַן טאַטע — ער האָט זיך אויפֿגעגעסן... אַ וויסט אָנשיקעניש מיט מוזיק איז עפּעס זײַן קרוינפּרינץ באַפֿאַלן! ווי אַזוי וועט ער אַמאָל אָנפֿירן מיט דער מדינה — ווי אַזוי?! אָבער נישקשה. |