קולטור
בײַ דער לוויה, פֿון רעכטס: די טעכטער מירעלע און רינה סוצקעווער־קלדרון, מיט איר טאָכטער שירי
בײַ דער לוויה, פֿון רעכטס: די טעכטער מירעלע און רינה סוצקעווער־קלדרון, מיט איר טאָכטער שירי
Asher Gal

אַ גרויסער עולם, לויט אונדזערע הײַנטיקע באַנוגנדיק־באַשיידענע באַגריפֿן, איז געקומען צו באַגלייטן דעם דיכטער אין זײַן לעצטן וועג. אַוודאי וואָלט געווען פּאַסיק, שיין און בכּבֿודיק, ווען ס’וואָלטן אין דעם אויך אָנטייל גענומען פֿאָרשטייער פֿונעם ישׂראלדיקן שרײַבער־פֿאַראיין, צי אַנדערע פֿאָרשטייער פֿון מלוכישע און ליטעראַרישע קרײַזן. דאָס איז אָבער נישט געשען. געקומען — דאָס יאָ — איז דער באַפֿולמעכטיקטער פֿון דער ליטווישער רעגירונג, וואָס האָט געהאַלטן אַ טרויער־רעדע, אָפּצוגעבן כּבֿוד דעם אָנדענק פֿון אַ פּאַרטיזאַן, ליטווישן בירגער און ייִדישן פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער. כּדאַי צו באַצייכענען, אַז אויסער דעם ליטווישן פֿאָרשטייער, זײַנען אויך געווען בכּבֿודיקע פֿאָרשטייער פֿון פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד. אָבער נישט פֿון דער ישׂראל־רעגירונג!

דאָס אַבֿלות, וואָס האָט אײַנגעהילט אַלעמען אין איין גרויסן געמיינזאַמען טרויער, האָט באַקומען אַ שטים און אַ ממשותדיקן אויסדרוק אין די ווערטער פֿון די אויסגעוויילטע הספּד־זאָגער. איינער נאָכן אַנדערן האָבן זיי, די נאָענטסטע און געשעצטע פֿרײַנד סוצקעווערס, מיט זייער ווירטואָזער פֿעיִקייט אויסצודריקן מיט ווערטער זייערע געפֿילן, זיך געזעגנט מיטן פּאָעט אויף זייער אייגנאַרטיקן סטיל. מיר הייבן אָן מיט אייניקע פֿראַגמענטן פֿון דעם טיפֿזיניקן און רירנדיקן הספּד פֿון פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם נאָווערשטערן: "זעלטן ווען ס׳טרעפֿט זיך אין אַ דור אַ מענטש, סײַ אַ גרויסער שרײַבער און סײַ אַ גרויסע קולטור־פּערזענלעכקייט; אַ קולטור־העלד". אויב ס’איז פֿאַראַן אין דער אַקאַדעמיע אַן אויטאָריטאַטיווער פֿאָרשער, באַהאַוונט אין סוצקעווערס פּאָעטיש־ליטעראַרישע ווערק, איז דאָס, אָן ספֿק, דער לייטער פֿון די ייִדיש־לימודים בײַם ירושלימער אוניווערסיטעט. "...ווען ער איז אָנגעקומען קיין ישׂראל", זעצט פֿאָר פּראָפֿ’ נאָווערשטערן, "און מיט דער עקשנות פֿון אַ ליטוואַק זיך פֿאַרמאָסטן צו בויען עפּעס וואָס, האָבן אַלע געטראַכט, אַז דאָס איז אַ חלום, און דאָס איז 'די גאָלדענע קייט’... איך וועל ענדיקן מיט איינס פֿון די לעצטע לידער. דאָס ליד וואָס חתמעט זײַן לעצט בוך 'צעוואַקלטע וועלט’: 'כּדאַי געווען דו זאָלסט געבוירן ווערן, יאָ, כּדאַי, אַפֿילו אַז דו מוזט זיך בייגן פֿאַר אַ טראָפּן בלײַ, אַפֿילו דו ביסט אַ קרבן... כּדאַי געווען געבוירן ווערן דו זאָלסט זען דײַן מאַמען, אַפֿילו ווען די מאַמע וועט זיך לאַנג אויף דער וועלט נישט זאַמען, כּדאַי געווען צו לעבן, סײַ אַמאָל און סײַ אַצינד, און אפֿשר כּדאַי צו שטאַרבן? לעבן איז כּדאַיער’. סוצקעווער, געווען כּדאַי", פֿאַרענדיקט נאָווערשטערן זײַן הספּד.

מיט קאַרגע, נאָר פֿילזיניקע ווערטער האָט זיך געזעגנט רבֿקה באַסמאַן בן־חיים: "אַבראַשע, אַלץ ווייניק און ווייניקער בלײַבן מיר און פּרוּוון נאָך אַלץ דערציילן; די זוניקע יאָרן קלײַבן מיר, די פּײַנלעכע יאָרן פֿאַרטרײַבן מיר אין ווערטער די צײַט צו פֿאַראייביקן, און לאָמיר אַלע אַ טרעפֿונג באַשטימען און נאָך יאָרן פֿון לידער אָנצאָליקע, און לאָמיר זיך ערגעץ געפֿינען אין גורל פֿון ליד, די אַמאָליקע".

עס האָט זיך אויך געזעגנט מיט סוצקעווערן דניאל גלאַי, פֿאָרזיצער פֿון ייִדישן שרײַבער־ און זשורנאַליסטן־פֿאַראיין. אומגעריכט, נאָר פּרעכטיק אויסגעפֿירט איז געווען סוצקעווערס באַקאַנט ליד "אונטער דײַנע ווײַסע שטערן", געזונגען דורך רות לעווין.

און לאָמיר פֿאַרענדיקן מיט די ווערטער פֿונעם יונגן ישׂראלדיקן דיכטער דאָרי מאַנאָר, סוצקעווערס פֿרײַנד פֿון די לעצטע יאָרן: "כּל־זמן סוצקעווער האָט געלעבט צווישן אונדז, האָט דאָ געלעבט עטוואָס פֿון דער גרויסער גײַסטיקער וועלט; איצט, אַז ער איז אַוועק, איז אויך יענער גײַסט פֿאַרשוווּנדן. וועגן סוצקעווערן דאַרף מען ריידן אין איין אָטעם מיט די גרויסע דיכטער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט; מ’דאַרף אים דערמאָנען צוזאַמען מיט אַזעלכע דיכטערס ווי רילקע, טי. עס. עליאָט, מאַנדעלשטאַם און פּאָל וואַלערי. ער איז געווען אַ מײַסטער, ווי אַ רענעסאַנס־דיכטער, אָבער אויך געקאָנט זײַן אַ ווילדער מאָדערניסט, נישט ווייניקער פֿון אָבֿות ישורון, צי יונה וואָלאַך. איך בין איבערצײַגט, אַז ער איז דער גרעסטער דיכטער וואָס האָט געלעבט ווען עס איז אין ישׂראל. סוצקעווערס לעבן במשך פֿון די לעצטע צענדליקער יאָרן אין תּל־אָבֿיבֿ, זײַנען אַ טרויעריקער מעטאַפֿאָר פֿון דער פֿאַרגעסענער גרויסער ייִדישער קולטור. מעגלעך, אַז איצט וועלן פֿיל ישׂראל־לייענער זוכה זײַן זי צו באַקענען".