אַבֿרהם סוצקעווער, אַפּריל 1979 |
FORWARD ASSOCIATION |
(מחשבֿות נאָך דער לוויה פֿון דעם גרויסן דיכטער)
"ווער וועט בלײַבן, וואָס וועט בלײַבן?
בלײַבן וועט אַ ווינט" ...
עס איז מיר שווער זיך צו באַפֿרײַען פון די געמישטע געפֿילן, צוריקקערנדיק זיך נעכטן פֿון דער לוויה, איבער וועלכער עס האָט געשוועבט אין מײַן דמיון די אויבנדיקע פֿראַגע פֿון דעם ניפֿטר — דעם אומרויִקן פּאָעט — ווען מיר האָבן אים, צוזאַמען מיט די הונדערטער אבֿלים, באַגלייט אויף זײַן לעצטן וועג אין דעם זוניק־ווינטיקן וועטער צו דער אייביקער רו.
"ווער וועט בלײַבן, וואָס וועט בלײַבן" — די ווערטער פֿון אַבֿרהם סוצקעווערס קיומדיקער שאלה (אין "לידער פֿון מײַן טאָגבוך"), וואָס דער דיכטער אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט, דעם ניפטרס לאַנג־יאָריקער מיטרעדאַקטאָר אין "די גאָלדענע קייט", האָט אָקערשט דערמאָנט אין זײַן הספּד־ליד אין דעם פֿול־געפּאַקטן גרויסן לוויה־זאַל פֿאַרן אַרויסגיין פֿון דעם לוויה־צוג צום פֿרישן, נאָרוואָס אויסגעגראָבענעם קבֿר.
אויפֿן וועג האָט דעם עולם נאָכגעפֿאָלגט און געקלונגען אין די אויערן דער האַרצרײַסנדיקער יאָמער־ און פּײַן־געשריי פֿון דעם דיכטערס טאָכטער מירעלע, וועלכע האָט אים מיט מסירת־נפֿשדיקער איבערגעגעבנקייט געפֿלעגט און געצערטלט און דערמוטיקט אין משך פֿון די לאַנגע יאָרן פֿון זײַן פֿיזישער אומבאַהאָלפֿנקייט, ביז וואַנען דער טויט האָט אים אויסגעלייזט פֿון זײַנע יסורים. און, צום סוף, איבער דעם פֿרישן קבֿר בעת דער קבֿורה — די אָנגעווייטיקטע קינה־רייד פֿון דעם דיכטערס אייניקל, די אַקטריסע הדס קלדרון, וועלכע האָט מיט דער קראַפֿט פֿון איר קינסטלערישן טאַלאַנט און פּערזענלעכן ווייטיק באַוויינט דעם פֿאַרלוסט פֿון איר באַליבטן זיידן, דעם געקרוינטן גרויסמײַסטער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער — און נישט בלויז ייִדישער — פּאָעזיע. דעם קדיש האָט געזאָגט איר פֿאָטער, דעם דיכטערס איידעם משה קלדרון, דער מאַן פֿון דער קונסט־מאָלערין רינה, דעם דיכטערס עלטערע טאָכטער. אַ קראַנץ פֿון דעם "פֿאָרווערטס" האָט צוזאַמען מיט די אַנדערע בלומען־קרענץ און בוקעטן באַדעקט דעם פֿרישן קבֿר פֿון דעם גרויסן ייִדישן פּאָעט.
* * *
דאָס איז נישט געווען קיין פּאַראַדנע לוויה מיט קיין מיליטערישע צערעמאָניאַלן אָדער מיט קיין אָרקעסטער און אַ באַגלייטנדיקן כאָר, ווי למשל די לוויה, וואָס די פּוילישע מלוכה האָט מיט אַ קורצער צײַט צוריק געהאַט אײַנגעאָרדנט דעם ייִדישן געטאָ־העלד מאַרעק עדעלמאַנען אין וואַרשע. דאָס איז אָבער געווען אַ ייִדישע בכּבֿודיקע לוויה, מיט וועלכער מדינת־ישׂראל וואָלט געקענט זײַן שטאָלץ (נישט ווייניקער ווי זי שטאָלצירט מיט איר רעטונגס־הילף פֿאַר די קרבנות פֿון דער ערד־ציטערניש אין האַיִטי), ווען... — ווען זי וואָלט אין דער לוויה פֿון איר גרויסן זון זיך געהאַט באַטייליקט.
אָבער, ליידער, זי איז דאָרט נישט געווען. קיין איין פֿאָרשטייער פֿון די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן איז צו דער לוויה נישט געקומען; נישט פֿון דער רעגירונג, וועלכע האָט אים, מיט 25 יאָר צוריק באַשאָנקען מיט דער העכסטער מלוכישער אויסצייכענונג — דעם "פּרס ישׂראל", און נישט פֿון דער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג, כאָטש דער דיכטער איז געווען אַן ערן־בירגער פֿון דער שטאָט, באַקומענדיק, אויך דאָס מיט יאָרן צוריק, דעם ערן־טיטל "יקיר העיר תּל־אָבֿיבֿ". און אַפֿילו אויך נישט פֿון דעם העברעיִשן שרײַבער־פֿאַראיין. עס איז אָבער געווען אויף דער לוויה, און האָט מספּיד געווען דעם ייִדישן דיכטער (אויף ענגליש) אין נאָמען פֿון דער ליטווישער רעגירונג, דער אַמבאַסאַדאָר פֿון ליטע אין ישׂראל. ער האָט אויך מגלה געווען, אַז די ליטווישע רעגירונג האָט אָפּגעהאַלטן אַ ספּעציעלע טרויער־זיצונג צו באַערן דעם אָנדענק פֿון דעם דיכטער און זי האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט אָנצונעמען מיטלען און מקיים זײַן פּראָיעקטן, וואָס זאָלן פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון דעם בן־ווילנע, מיט וועלכן זיי, די ליטווינער, שטאָלצירן.
דעם אַנדערן טאָג נאָך סוצקעווערס פּטירה האָט דער ישׂראלדיקער ראַדיאָ מיטגעטיילט, אַז דער אויסערן־מיניסטער פֿון פֿראַנקרײַך האָט צוגעשיקט דער רעגירונג פֿון ישׂראל אַ קאָנדאָלענץ־בריוו, אין וועלכן ער דריקט איר אויס זײַן מיטגעפֿיל מחמת דעם טויט פֿון איר חשובֿן בירגער.
די "טרויערנדיקע" רעגירונג פֿון ישׂראל האָט זיך אָבער נישט צו שטאַרק — נאָר טאַקע אינגאַנצן נישט — איבערגענומען און זיך פֿון דעם צום האַרצן נישט גענומען. זי האָט זיך נישט גענייטיקט אין קיין מיטגעפֿיל, ווײַל זי האָט אין דעם ענין קיין געפֿיל נישט אַרויסגעוויזן. זי האָט אַפֿילו קיין נעקראָלאָג אין די צײַטונגען נישט פֿאַרעפֿנטלעכט, ווי עס פֿירט זיך, געוויינטלעך לגבי אַנדערע אנשי־ציבור אָדער קולטור־גיבורים, וואָס "זינדיקן נישט" מיט קיין ליבשאַפֿט צו ייִדיש.
* * *
די דאָזיקע אויפֿפֿירונג פֿון דער מדינה און פֿון אירע מלוכישע אינסטאַנצן איז, לחלוטין, נישט צו פֿאַרשטיין, אין אָנבליק פֿון דעם פֿאַקט, אַז אַבֿרהם סוצקעווער איז געווען אַ געטרײַער בירגער פֿון דער מדינה. מע קאָן אָבער נישט זאָגן, אַז ער האָט אין משך פֿון די יאָרן נישט גענאָסן פֿון קיין כּבֿוד און רעספּעקט אין מדינת־ישׂראל מצד אירע אָפֿיציעלע אינסטאַנצן, אַפֿילו, ווען זי האָבן זיך יאָרנלאַנג געהאַט אָפּגעטרייסלט פֿון דער ייִדישער קולטור־וועלט און אין בעסטן פֿאַל זי גרינגגעשאַצט. האָט ער דאָך, ווי שוין געזאָגט, באַקומען פֿון זיי די העכסטע סאַלוטן, ווײַל זײַן נאָמען האָט געשאָנקען פּרעסטיזש און באַשײַנט דעם אימאַזש פֿון דער מדינה. ווײַל זי האָט געקענט זיך גרויסן מיט אים, און אין דעם זכות האָט אַפֿילו די "הסתּדרות" אים נישט נאָר פֿינאַנצירט און דערמעגלעכט דאָס גרינדן און אַרויסגעבן, זינט 1949 די פּרעסטיזשפֿולע און הויכווערטיקע פֿערטליאָר־שריפֿט "די גאָלדענע קייט", נאָר אַפֿילו אַרויפֿגעלייגט איר שטעמפּל אויף איר, ווי די מוסטערהאַפֿטע ליטעראַרישע אויסגאַבע פֿון דער "הסתּדרות" אויף ייִדיש — און דאָס גראָד אין דער צײַט ווען ייִדיש איז מצד די זעלבע פֿאַקטאָרן באַטראַכט געוואָרן ווי אַ פֿרעמדע שפּראַך און אַלע אירע שעפֿערישע טעטיקייט־כּלים זײַנען געוואָרן גערודפֿט אָדער איגנאָרירט.
ער האָט אויך, חוץ זײַן גוטן שם און טאַלאַנט, אָפּגעגעבן דער מדינה אין די ערשטע יאָרן נאָך זײַן קומען אַהער זײַנע בירגערלעכע פֿליכטן, געדינט צוויי יאָר אין צה״ל אין דער פֿונקציע פֿון אַ מיליטערישן קאָרעספּאָנדענט, האָט אונטער דער קאָמאַנדשאַפֿט פֿון יצחק שׂדה און אינאיינעם מיט אים אַדורכמאַרשירט דעם נגבֿ און אים דיכטעריש באַשריבן אין זײַן ציקל "לידער פֿון נגבֿ", אין דער פּאָעמע "גײַסטיקע ערד". דערנאָך איז ער אַ לענגערע צײַט געווען דער פֿאָרזיצער פֿון דעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל. און אויב ער האָט זײַנע לעצטע יאָרן זיך אָפּגעמאַטערט אין אַ דריטראַנגיקער שטאָטישער עלטערן־היים אין תּל־אָבֿיבֿ, איז דאָס געווען אין פּערזענלעכן זכות און אַ דאַנק די אומדערמידלעכע באַמיִונגען און פֿאַרבינדונגען פֿון עופֿרה אליגון, די פֿאַרוואַלטערין פֿון דעם אַבֿרהם־יצחק לערנער־פֿאָנד פֿאַר ייִדישער קולטור.
מע קאָן זאָגן, אַז עס האָט געהערשט אַ מין טאָלעראַנטע קעגנזײַטיקייט צווישן סוצקעווערן און דער מדינה: זי האָט זיך נישט געמישט אין זײַן פּאָעזיע, און ער האָט זיך נישט געמישט אין איר פּאָליטיק, נישט געווען אין איר אַנגאַזשירט. ער איז גיכער, צוזאַמען מיט דער גאַנצער ייִדיש־לשונדיקער שרײַבער־משפּחה, געווען אַ קרבן פֿון דער מלוכישער קולטור־פּאָליטיק.
ווי אַ בײַשפּיל פון דער "מלוכה-זאָרג" וועגן ייִדיש, איז גענוג צו דערמאָנען די אַזוי גערופֿענע "נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש", עטאַבלירט מיט 17 יאָר צוריק (אין יאַנואַר 1993) דורך אַ געזעץ צו פֿלעגן און אַנטוויקלען די אוצרות פֿון דער ייִדישער קולטור. אָבער קיין פֿאָרשטייער פֿון דער ווירטועלער "אינסטאַנץ" איז נישט געווען אויף דער לוויה פֿון דעם גרויסן ייִדישן דיכטער, און אירס קיין קראַנץ איז אויף זײַן קבֿר נישט געלייגט געוואָרן — ווײַל אַפֿילו דאָס געזעץ ווערט נישט רעספּעקטירט. די "נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש" איז געבוירן געוואָרן אויף אַן אומגעלומפּערטן אופֿן, דורך נישט־רעלעוואַנטע און אומפֿאַראַנטוואָרטלעכע מיניסטעריאַלע נאָמינירונגען פֿאַר זייערע פּאָליטישע אינטערעסן, מיט קליינלעכע אַרומרײַסענישן צווישן אירע פֿאַרוואַלטערס; מיט אַ ראַט, וואָס באַשטייט פֿון פֿאָרשטייער פֿון פֿיקטיווע אָרגאַניזאַציעס, — און שוין כּמעט פֿינף יאָר, ווי די "נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש" פֿונקציאָנירט נישט, ווי זי וואָלט בכלל נישט עקזיסטירט. אַפֿילו איר נאָמען איז שוין פֿאַרגעסן געוואָרן.
און בײַ דער זײַט פֿון לויב־געזאַנגען און פֿײַערלעכע צוזאָגענישן, ווי דאָס איז געווען (און איז שוין פֿאַרגעסן געוואָרן) מיט עטלעכע חדשים צוריק אין דער כּנסת — הערן זיך שוין פֿון דאָס נײַ, נאָך אַ געוויסן איבעררײַס, אין דער העברעיִשער פּרעסע און אויף עפֿנטלעכע פֿאָרומס שטימען וועגן ייִדיש ווי די "אָפּשטאַרבנדיקע שפּראַך". אַפֿילו דער טויט פֿון אבֿרהם סוצקעווער, וועלכער איז געוואָרן אָפּגעמערקט גאָר בכּבֿודיק דורך דער ערנסטער טאָג־צײַטונג "האָרץ" אין זכות פֿון דעם ליטעראַרישן הילפֿס־רעדאַקטאָר פֿון דער דאָזיקער צײַטונג בני מר (בעני מער), דעם רעדאַקטאָר פֿון דעם זשורנאַל "דווקא", האָט אויך סוצקעווערס טויט געדינט פֿאַר אַנדערע פּובליקאַציעס ווי אַ געלעגנהייט ווידער אָנצוזאָגן דעם סוף פֿון ייִדיש.
אָבער ייִדיש לעבט און שאַפֿט, צו להכעיס אירע יאָרן־לאַנגיקע באַגרעבער, און נישט געקוקט אויף איר שווערן לעבן. די לוויה פֿון אַבֿרהם סוצקעווער האָט מיך אָנגעפֿילט סײַ מיט פּײַן און סײַ מיט שטאָלץ. מיט טיפֿן ווייטיק איבער דעם פֿאַרלוסט פֿון דעם גרויסן מאַן, דעם העכסטן סימבאָל פֿון דער גײַסטיק־קינסטלערישער שעפֿערישקייט אין ייִדיש; און מיט שטאָלץ, זעענדיק אין דער רעלאַטיוו גרויסער צאָל יונגע מענטשן צווישן די באַגלייטער פֿון אַבֿרהם סוצקעווער אויף זײַן לעצטן וועג — דעם באַנײַטן פּאָטענציאַל פֿאַר דעם המשך פֿון ייִדיש, דעם קערן פֿאַר דעם יונגן אויסוווּקס און אויפֿבלי פֿון דער לעבנס־ווירדיקער ייִדישער קולטור אין דער צוקונפֿט, נישט געקוקט אויף די שטיינער, וואָס ווערן איר אָנגעלייגט אויפֿן וועג.
תּל־אָבֿיבֿ, 26סטער יאַנואַר, 2010