ניט שלום אַשס ראָמאַן "בײַם אָפּגרונט" (1936) און ניט י. י. זינגערס ראָמאַן "די משפּחה קאַרנאָווסקי" (1942) זײַנען געווען אַ גרויסער דערפֿאָלג. וועגן ביידע קאָן מען מיט רעכט איבערחזרן שמואל ניגערס מיינונג וועגן אַשס ראָמאַן׃ "ס׳איז אַ מאָנומענטאַל ווערק, איינע פֿון אַשס גרויסע דערגרייכונגען, אָבער טאַקע דערפֿאַר פֿאַרדריסט, וואָס ס׳איז ניט געשריבן געוואָרן בעסער, וואָס ס׳איז נישט ווי געהעריק רעדאַגירט געוואָרן און וואָס ס׳איז נישט געבויט געוואָרן לויט אַ מער גענויעם און מער קלאָרן פּלאַן."
ביידע ראָמאַנען שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן אָפּרוף אויף די געשעענישן אין דײַטשלאַנד אין די 1930ער יאָרן. די מחברים פּרוּוון צו באַזיניקן די טראַגישע היסטאָרישע אַנטוויקלונג פֿון אַ ליטעראַריש־קינסטלערישן שטאַנדפּונקט. אַש האָט זיך גענומען פֿאַר זײַן ראָמאַן גלײַך נאָך היטלערס אויפֿקום אין 1933, ווען דער פֿולער פֿאַרנעם פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע איז נאָך ניט געווען קלאָר. זײַן גרויסער ראָמאַן איז צוערשט דערשינען אין המשכים אינעם "פֿאָרווערטס" — זינט פֿעברואַר 1935 ביז פֿעברואַר 1936 — און איז אַרויס אויף דײַטש אין אַמסטערדאַם און אויף ענגליש אין לאָנדאָן און ניו־יאָרק. דאָס רובֿ רעצענזענטן זײַנען, אַזוי ווי ניגער, ניט געווען אַנטציקט פֿון אַשס ראָמאַן, בפֿרט ווען זיי האָבן אים פֿאַרגליכן מיט דער טרילאָגיע "פֿאַרן מאַבול", וואָס האָט געמאַכט אַשס נאָמען וועלט־באַרימט. "די משפּחה קאַרנאָווסקי", י. י. זינגערס לעצטער ראָמאַן, איז אויך ניט גערעכנט בײַ די קריטיקער צווישן זײַנע בעסטע ווערק.
הײַנט זײַנען ביידע ראָמאַנען אינטערעסאַנט — קודם־כּל — פֿונעם היסטאָרישן שטאַנדפּונקט — ווי ברייטע, הגם ניט זייער טיפֿע, עפּישע באַשרײַבונגען פֿונעם ייִדישן לעבן אין בערלין צווישן די וועלט־מלחמות. ניט ווייניקער אינטערעסאַנט, כאָטש אפֿשר ניט אַזוי בולט, איז דער אינעווייניקער אידעיִשער וויכּוח צווישן צוויי באַרימטע ייִדישע ראָמאַניסטן. עס איז קלאָר, אַז שרײַבנדיק זײַן ראָמאַן האָט י. י. זינגער בדעה געהאַט אַנטקעגנצושטעלן זײַן היסטאָרישע וויזיע דער פֿילאָסאָפֿישער קאָנצעפּציע פֿון שלום אַש.
זינגערס קריטיק פֿון אַש פֿאַרמאָגט עטלעכע אַספּעקטן. צומאָל פֿירט ער אַ סטיליסטישן וויכּוח. לאָמיר נעמען, למשל, די באַשרײַבונג פֿונעם בערלינער "פּאָמפּעאַניש־אַמפּירישן" אַרכיטעקטורישן סטיל פֿון בערלין בײַ אַשן׃ "מעכטיקע ריזן־קערפּערס, אָן יעדער אונטערשטיצונג, זענען פֿון די ווענט אַרויסגעקראָכן און האָבן אויף זייערע מוסקולירטע פּלייצעס, אויף זייערע קעפּ, שווערע גזימסן געהאַלטן. יעדעס מאָל, ווען עס איז עמעצן אויסגעקומען פֿאַרבײַצוגיין אַזאַ גזימס אָדער צו געפֿינען זיך אונטער אַזאַ באַלקאָן, האָט ער נישט געקאָנט אונטערדריקן אין זיך דאָס געפֿיל פֿון אימה, אַז אָט פֿאַלט דער גאַנצער גזימס אויף אים אַרויף." אַש צייכנט אין זײַן באַשרײַבונג אונטער דעם קאָנטראַסט צווישן דער אילוזאָרישער שטאַרקייט און דער אינערלעכער שוואַכקייט פֿון דער דײַטשישער הויפּטשטאָט, וואָס איז געווען אויפֿגעבויט, אין אַ גרויסער מאָס, מיט דער הילף פֿון ייִדישן געלט און דורך ייִדישע פּאָדריאַדטשיקעס.
בײַ זינגערן זעען די זעלביקע אַרכיטעקטורישע עלעמענטן אויס סאָליד און פֿעסט׃ "די צוויי פֿיר־שטאָקיקע הײַזער [...] זײַנען געווען סאָלידע, שווערע, באַצירט מיט אַ סך געשניצטע באַלקאָנען, באַשיינט מיט אַ סך זײַלן, טורעמלעך, געזימסן און אָרנאַמענטן. די ווענט זײַנען געווען דיק, די פֿענצטער גרויס, די סופֿיטן רײַך געשניצט, די מאַרמאָרנע טרעפּ רחבֿותדיק, די מלאכימלעך איבער די פֿענצטער, באַלקאָנען און טויערן — פֿעטע און גראָב־פֿיסלדיקע; די שוי־פֿענצטער אין די געשעפֿטן — ריזיקע און בליצנדיקע." דאָס זײַנען די דײַטשישע, ניט די ייִדישע הײַזער, און דערפֿאַר מאַכן זיי גאָר אַן אַנדערן, זיכערן רושם.
אָבער מער אינטערעסאַנט איז דער גילגול, וואָס אַשס יונגער העלד מאַכט דורך אין זינגערס ראָמאַן. ביידע פּערסאָנאַזשן שטאַמען פֿון פֿאַרמעגלעכע געמישטע, דײַטשיש־ייִדישע משפּחות, זײַנען אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן אין דער דײַטשישער קולטור. אין זייער יוגנט מוזן זיי אויסקומען אַ שווערע ראַנגלעניש מיט זיך אַליין. האַנס באָדענהיימער פֿון "בײַם אָפּגרונט" פֿאַרקערפּערט דעם אידעאַליסטישן חלום פֿון שלום אַש וועגן אַ הומאַניסטישן סינטעז צווישן ייִדנטום און קריסטנטום. האַנס איז דערצויגן געוואָרן ווי אַ קריסט און האָט ניט געטראַכט קיין סך וועגן דעם ייִדישן צד פֿון זײַן משפּחה ביז זײַן אָנקומען אין בערלינער אוניווערסיטעט. אָבער נאָך דעם צונויפֿשטויסן זיך מיטן אַגרעסיוון נאַציסטישן אַנטיסעמיטיזם, האָט ער זיך דערפֿילט ווי אַ ייִד. ייִדישקייט איז געוואָרן דאָס עטישע קערנדל פֿון זײַן קריסטלעכן גלויבן. האַנס האָט פּלוצעם דערזען, אַז ער איז אַ פֿרעמדער אין דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט. אָבער דאָס האָט בלויז פֿאַרשטאַרקט זײַן נײַ־געפֿונענעם גלויבן אינעם עטישן אחדות פֿון דער גאַנצער מענטשהייט.
ווען זינגער האָט געשאַפֿן די געשטאַלט פֿון זײַן העלד, דעם יונגן יעגאָר קאַרנאָווסקי, האָט ער מסתּמא געהאַלטן אין זינען האַנס באָדענהיימער. אַזוי ווי האַנס, האָט יעגאָר אַ ייִדישן פֿאָטער און אַ דײַטשישע מאַמע. אָבער זײַנע סימפּאַטיעס געהערן דווקא צו דער אויפֿקומענדיקער נאַציסטישער אידעע. אַ שווערער קלאַפּ קומט אין דער גימנאַזיע, ווען זײַן לערער "דעמאַסקירט" זײַן ייִדישן אָפּשטאַם פֿאַרן גאַנצן קלאַס. אָבער דער דאָזיקער קריזיס פֿירט ניט צו קיין פּאָזיטיוון אויסקום. יעגאָר בלײַבט צעשפּאָלטן צווישן זײַן האַלב־ייִדישן מהות און זײַן "אַרישן" חלום.
זינגערס קוק אויף דער וועלט אין 1940 איז נאַטירלעך געווען אַ סך שוואַרצער, איידער בײַ שלום אַש מיט פֿינף יאָר פֿריִער. אַשס זוכענישן נאָך אַ ייִדיש־קריסטלעכער פּשרה האָבן באַקומען אַ פֿולקאָמע פֿאַרקערפּערונג אין זײַן "קריסטלעכער" טרילאָגיע, וואָס האָט גורם געווען אַ ריזיקן סקאַנדאַל. זינגער, וואָס האָט געהערט צו דער נאַטוראַליסטישער שיטה אין ליטעראַטור, איז געווען ספֿיקותדיק לגבי דעם כּוח פֿון "רוחניות" און זײַן פֿעיִקייט צו ענדערן די מענטשלעכע נאַטור. די טראַגישע געשעענישן אין אייראָפּע האָבן פֿאַרשטאַרקט זײַן פּעסימיזם.