טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
זשאַק פּראָמענטאַל־הלוי

געווען שווערלעך צו געפֿינען די פּאַסיקע איבערזעצונג פֿאַר דעם טיטל פֿון דער אָפּערע "La Juive". פּונקט פֿאַרקערט ווי דער גלײַכער שׂכל פֿאַרשטייט — ליגט נישט אונטער דער האַנט קיין אָנגענומענע איבערזעצונג פֿאַרן פֿרוייִשן באַגריף פֿון "ייִד" אויף ייִדיש. געקומען צו הילף איז מיר דער מײַסטער־פֿילאָלאָג, ישׂראל רודניצקי — ער האָט מיר אונטערגעטראָגן ווי אויף אַ טאַץ דאָס צוגעפּאַסטע וואָרט אין האַרמאָניע אַפֿילו מיטן דראַמאַטישן טעקסט פֿון דער אָפּערע: "די ייִדישע טאָכטער" — האָט ער פֿאָרגעלייגט און אַזוי איז עס פֿאַרבליבן.

געשיכטע, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Larry Wolff. The Idea of Galicia: History and Fantasy in Habsburg Political Culture. Stanford University Press, 2010.

דער באַגריף "גאַליציע" איז גאַנץ טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם ייִדישן היסטאָרישן באַוווּסטזײַן. די סטערעאָטיפּישע געשטאַלט פֿון "גאַליציאַנער" איז דער היפּוך צו דעם סטערעאָטיפּישן "ליטוואַק". דער ערשטער איז אַ נאַיִווער און פּאַטעטישער חסיד, צומאָל אַ ביסל אַ צעטראָגענער; דער צווייטער איז אַ קאַלטער און שאַרפֿזיניקער מתנגד. אָבער ווי עס באַווײַזט פּראָפֿעסאָר לאַרי וווּלף אין זײַן פֿאָרשונג וועגן דער "אידעע פֿון גאַליציע", איז דער גאַנצער באַגריף פֿון גאַליציע היסטאָריש רעלאַטיוו נײַ, להיפּוך צו דעם באַגריף פֿון "ליטע",

געשיכטע, ליטעראַטור
פֿון ה. פּאָליאַנקער
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דערציילונג

דער פֿאַרדינסטפֿולער קעכער פֿון פּאָלק — מיט דעם טיטל האָבן אים געקרוינט די רויטאַרמייער פֿון זײַן פּאָלק. און אין דער אמתן, וואָס נאָך וואָלט מען געקאָנט צוטראַכטן פֿאַר אים, אַז אַ מעדאַל פֿאַר געוואַגטקייט האָט ער שוין באַקומען, אַן אָרדן פֿון רויטן שטערן אויך, כּבֿוד פֿון אַ גאַנצן פּאָלק אַוודאי.

זלמן קאַראַס שמייכלט אונטער. ס׳אַרט אים ניט, ווען די חבֿרה גיבן אַמאָל אַ שפּאַס איבער אים, ער איז אַליין אויך אַזאַ פּאַרשוין, וואָס האַלט ניט פֿון קיין מרה־שחורהניקעס און נודניקעס.

קונסט
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלעקסאַנדער סאָכאַטשעווסקי

אין וואַרשע איז פֿאַראַן אַ פֿעסטונג — רופֿט מען זי די ציטאַדעל. אין די צאַרישע צײַטן איז די ציטאַדעל געווען אַ תּפֿיסה, דער עיקר, פֿאַר פּוילישע קעמפֿער פֿאַר זעלבשטענדיקייט. הײַנט צו טאָג איז אין דער־אָ אַמאָליקער תּפֿיסה פֿאַראַן אַ נאַציאָנאַלער מוזיי. די קרוין פֿון די דאָרטיקע עקספּאָנאַטן איז די גרויסע קאָלעקציע בילדער פֿון ייִדישן קינסטלער אַלעקסאַנדער סאָכאַטשעווסקי — דעם מאָלער פֿון דער סיבירער קאַטאָרגע אין 19טן יאָרהונדערט.

טעאַטער
פֿון יעקבֿ בר־און (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יהונתן ראָזען

"אין דער פּיעסע 'די מגילה’, אויף דער 'ייִדישפּיל’־בינע, גיי איך אַרום נישט נאָר אין גרויסע שיך, נאָר אין שיך פֿון אַ ריז". אַזוי דריקט זיך אויס דער שוישפּילער און זינגער יהונתן ראָזען, וועלכער טרעט אויף אין דער ראָלע פֿון פֿאַסטריגתא (פֿאַסטריגאָסאָ) אין איציק מאַנגערס "די מגילה", מוזיק פֿון דובי זעלצער. אין די 1960ער יאָרן האָט די מיטאָלאָגישע ראָלע געשפּילט מײַק בורשטיין. "ווען מ׳האָט מיר פֿאַרטרויט די ראָלע, האָב איך עס אָנגענומען ווי אַ קאָמפּלימענט. גלײַך נאָך דעם ווי איך בין מסכּים געווען, האָב איך זיך גוט צוגעהערט צו דער פּלאַטע פֿון דער דעמאָלטיקער 'די מגילה’. איך בין געווען באַגײַסטערט, ווי אַזוי מײַק אינטערפּרעטירט דאָרט די לידער — אַזוי שיין, מיט אַ צוגעפּאַסטער האַרמאָניע, און מיט אַזוי פֿיל געפֿיל. ייִדיש גיסט זיך פֿון אים מיט אַ וווּנדערלעכער נאַטירלעכקייט".

געשיכטע, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Eli Lederhendler. Jewish Immigrants and American Capitalism, 1880—1920: From Caste to Class. Cambridge University Press, 2009.


די ייִדישע אימיגראַציע פֿון מיזרח־אייראָפּע אין די יאָרן 1880—1920 האָט געבראַכט קיין אַמעריקע בערך צוויי מיליאָן מענטשן און פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן קיבוץ. עס איז נאַטירלעך, אַז אַזאַ אויסערגעוויינטלעכער היסטאָרישער פֿענאָמען געפֿינט זיך שוין לאַנגע יאָרן אינעם שפּאַקטיוו פֿון דער היסטאָרישער וויסנשאַפֿט. יעדער נײַער דור און יעדע אַלטע און נײַע אידעאָלאָגישע שיטה קומט אַרויס מיט אַן אייגענער אויסטײַטשונג פֿון דער דאָזיקער געשיכטע, וואָס שפּיגלט אָפּ זייער באַציִונג צו דעם עבֿר און צו דעם הײַנט.

קולטור, דאָס פּינטעלע ייִדיש

שלמה בערגער איז פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער קולטור אינעם אוניווערסיטעט פֿון אַמסטערדאַם. ער איז דער מחבר פֿון Travels among Jews and Gentiles: Abraham Levi’s Travelogue (Amsterdam 1764) (ליידען, 2002). זײַן נײַ בוך, Producing Redemption in Amsterdam: The Early Modern Yiddish Book in Paratextual Perspectives, וועט אַרויסגיין אין ליידען אין 2011. ער האָט אויך געשריבן וועגן דעם זשורנאַֹל ״דווקא״ און וועגן דער ספֿרדישער קולטור אין אַמסטערדאַם. אין ווינטער־זמן פֿון 2010 איז ער געווען אַ גאַסט־פֿאָרשער אינעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען.

קולטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טעאַטראַליזירטער אַנסאַמבל

ווען איז עס געווען? נעכטן דאַכט זיך, ווי איך האָב דאָ אויסגעשפּרייט אין דער לענג און אין דער ברייט די פּראָגראַם פֿון פֿאַראַיאָריקן ישׂראל־פֿעסטיוואַל. יאָ, שוין אַוועק אַ יאָר און אָט קום איך ווידער אַ מאָל צו פֿאַרבעטן אײַך אַרײַנצוקוקן אין דעם גאַנצן האָב־און־גוטס ווי דאָס וועט, וואַרשײַנדלעך, פֿאָרקומען אויפֿן ישׂראל־פֿעסטיוואַל 2010. ווי קאָן עס דען זײַן אַנדערש, אַז די עיקרדיקע מלוכישע קולטור־אינסטיטוציעס זײַנען די הויפּט־מחותּנים פֿון דער דאָזיקער אונטערנעמונג,

ייִדיש־וועלט, געשיכטע, ליטעראַטור
פֿון יצחק ניבאָרסקי (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עספֿיר בראַמסאָן–אַלפּערניענע: "בײַם אוצר פֿון ייִדיש" 
Esfir Bramson-Alperniene:
Prie Judaikos Lobio
ליטווישע מאַרטינאַס מאַזשווידאַס נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק.
ווילנע 2009.
315 ז״ז (ליטוויש און ייִדיש).

ווער עס האָט זיך אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר פֿאַראינטערעסירט מיטן אַמאָל אָדער מיטן הײַנט פֿון ייִדישן לעבן און ייִדישער קולטור אין ליטע, האָט נישט געקענט פֿאַרבײַגיין אומבאַמערקט די געשטאַלט פֿון עספֿיר בראַמסאָן–אַלפּערניענע, די איצט שוין צוריקגעצויגענע ביבליאָגראַפֿין און פֿאַרצייכענערין פֿון ייִדישע ביכער און פּעריאָדיק אין דער ליטווישער מלוכישער ביבליאָטעק. פֿירע, ווי עס רופֿן זי היימיש אירע פֿרײַנד, האָט געשפּילט אַן ערשטראַנגיקע ראָלע אין דער רעטונג פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס און דאָקומענטן, אַרײַנגערעכנט אַ היפּשן טייל פֿון די ייִוואָ–אוצרות,

װעלט פֿון ייִדיש, מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

ווער וואָלט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז אין בערלין וועט נאָכן חורבן זיך געבן אַ צעבלי אַ צענטער פֿון דער ייִדישער מוזיק און קולטור; און נאָך מער — אַ סבֿיבֿה, אין וועלכער די דײַטשן נעמען מער אָנטייל ווי ייִדן. אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע חידושן מיר זיך שוין נישט וועגן דעם פֿענאָמען, ווײַל יאָר נאָך יאָר באַקענען מיר זיך מיט פֿײַנע יונגע ייִדיש־רעדערס — נישט־ייִדן — וואָס שטאַמען פֿון בערלין, צווישן זיי יאַנינאַ וווּרבס, אַנאַ קוקאַ און אַניאַ קוויליטש.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Maurice Samuels.Inventing the Israelite: Jewish Fiction in Nineteenth-Century France. Stanford University Press, 2010.

אינעם 19טן יאָרהונדערט האָט זיך דאָס פֿראַנצויזישע ייִדנטום קונה־שם געווען ווי אַ מוסטער פֿון אַסימילאַציע. אָבער די פֿראַנצויזישע ייִדן האָבן אויך געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקע ליטעראַרישע קולטור, וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט זייערע האָפֿענונגען און אַנטוישונגען, הצלחות און מפּלות.

מאָריס סעמועלס, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿראַנצויזיש אין יעל־אוניווערסיטעט, האָט דורכגעאַקערט טויזנטער זײַטן פֿון אַלטע פֿראַנצויזיש־ייִדישע צײַטשריפֿטן און ביכער, און האָט אָנגעשריבן אַ היסטאָרישן איבערזיכט פֿון דער ייִדישער בעלעטריסטיק אויף דער פֿראַנצויזישער שפּראַך.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
נח שולץ און דזשאָן באַס אין דער פּיעסע, "כּשרע ייִדישע מיידלעך אין קראָקע".

איך פֿאָלג נאָך כּסדר טבֿיה טענענבוימס טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען! אַ סך מאָל שרײַב איך וועגן זיי און אַ סך מאָל, ווען זיי כאַפּן איבער די מאָס, שרײַב איך נישט. די צרה, אָדער די מעלה, איז דאָס, וואָס איך קען דעם דראַמאַטורג שוין אַ קײַמא־לן מיט יאָרן, און איך ווייס אַז ער איז פֿעיִק אויף — אָדער צונויפֿצופֿירן אַ וואַנט מיט אַ וואַנט, אָדער דווקא טרעפֿן אין פּינטל. אָבער זינט ער האָט געטראָפֿן אין פּינטל ביז הײַנט איז אין אים אַרײַן עפּעס אַ דיבוק, אַ רוגזה צו דער וועלט און, דער עיקר, צו דער פֿרומער עדה.