געשיכטע, ליטעראַטור
פֿון ה. פּאָליאַנקער
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דערציילונג

דער פֿאַרדינסטפֿולער קעכער פֿון פּאָלק — מיט דעם טיטל האָבן אים געקרוינט די רויטאַרמייער פֿון זײַן פּאָלק. און אין דער אמתן, וואָס נאָך וואָלט מען געקאָנט צוטראַכטן פֿאַר אים, אַז אַ מעדאַל פֿאַר געוואַגטקייט האָט ער שוין באַקומען, אַן אָרדן פֿון רויטן שטערן אויך, כּבֿוד פֿון אַ גאַנצן פּאָלק אַוודאי.

זלמן קאַראַס שמייכלט אונטער. ס׳אַרט אים ניט, ווען די חבֿרה גיבן אַמאָל אַ שפּאַס איבער אים, ער איז אַליין אויך אַזאַ פּאַרשוין, וואָס האַלט ניט פֿון קיין מרה־שחורהניקעס און נודניקעס.