דערציילונג
דער פֿאַרדינסטפֿולער קעכער פֿון פּאָלק — מיט דעם טיטל האָבן אים געקרוינט די רויטאַרמייער פֿון זײַן פּאָלק. און אין דער אמתן, וואָס נאָך וואָלט מען געקאָנט צוטראַכטן פֿאַר אים, אַז אַ מעדאַל פֿאַר געוואַגטקייט האָט ער שוין באַקומען, אַן אָרדן פֿון רויטן שטערן אויך, כּבֿוד פֿון אַ גאַנצן פּאָלק אַוודאי.
זלמן קאַראַס שמייכלט אונטער. ס׳אַרט אים ניט, ווען די חבֿרה גיבן אַמאָל אַ שפּאַס איבער אים, ער איז אַליין אויך אַזאַ פּאַרשוין, וואָס האַלט ניט פֿון קיין מרה־שחורהניקעס און נודניקעס.
— בכלל האָבן די חבֿרה אַ טבֿע אַ לאַך טאָן, אַ שפּאַס טאָן איבער אַ קעכער, — זאָגט קאַראַס, — ס׳איז שוין אַזאַ מין פּראָפֿעסיע, איבער וועלכער מע קאָן אַ לאַך טאָן. זאָל מען זיך לאַכן געזונטערהייט. מענטשן, וואָס האָבן נאָך קיין מאָל קיין פּולווער ניט געשמעקט, מיינען אַוודאי, אַז אויפֿן פֿראָנט גייט מען אַרום מיט אַראָפּגעלאָזטע קעפּ, מיט זויערע צורות ווי פֿאַרזעסענע מוידן. אַ נעכטיקער טאָג! דאַכט זיך, אַז אין ערגעץ איז ניט אַזוי פֿריילעך, ווי צווישן אמתע סאָלדאַטן. פֿרעגט וועמען איר ווילט, וועט איר הערן. נו, און אַז די חבֿרה וואַרפֿן אַ ווערטל, וועלן זיי בײַ מיר קריגן אויסגאָב זעקס, ווײַל נאָך קיין וואָרט דאַרף קאַראַס אין קעשענע ניט קריכן און אין אָדעסער גובערניע איז ער אַמאָל אויך געווען...
קאַראַסן האָט בלויז ניט אָפּגעגליקט מיט די קאָרעספּאָנדענטן, וואָס האָבן אים באַשריבן אין די צײַטונגען, מע האָט אים געוואָלט מאַכן פֿאַר אַ קראַסאַוועץ, נאָר קיין שיינער איז ער ווײַט ניט. אַ קורצוווּקסיקער, דאָס פּנים — פֿול מיט קלײַען. די נאָז — אַ קורצע, עטוואָס פֿאַרריסענע. נו, און וואָס איז שייך די אויגן, — געוויינלעכע העלע אויגן. הכּלל, מיט גאָרניט שיידט ער זיך ניט אונטער פֿון אַ סך רויטאַרמייער פֿון זײַן פּאָלק. אַז מע קומט אָבער אַהער און מע דערהערט, אַז אַ פּשוטער קעכער טוט אויף נסים, קומט מען צו אים און מע באַשרײַבט אים פֿון קאָפּ ביז די פֿיס. איינער אַ קאָרעספּאָנדענט האָט אַפֿילו אָנגעשריבן וועגן אים אין אַ בכּבֿודיקער צײַטונג אַ מעשׂה, אַז ער, קאַראַס, האָט אין די שווערסטע מינוטן פֿון שלאַכט זיך דערמאָנט אָן זײַן כּלה מאַרוסיע. אַז ער, קאַראַס, האָט גאָר ניט קיין כּלה מאַרוסיע, ער האָט אַ ווײַב מיט אַ קינד. ווען דאָס ווײַב האָט איבערגעלייענט אין בלאַט די געשיכטע מיט מאַרוסיען, איז איר פֿינצטער געוואָרן אין די אויגן און זי האָט אָנגעשריבן דעם קאָמיסאַר פֿון פּאָלק אַ בריוו, ער זאָל אויספֿאָרשן בײַ אים, בײַ קאַראַסן, וואָס טראַכט ער זיך און וואָס הייסט, ער זוכט זיך אָפּ אַ כּלה אין דער צײַט, ווען ער האָט אַ ווײַב מיט אַ קינד. נאָך ביז הײַנטיקן טאָג קאָן ער ניט איבערצײַגן זײַן פֿרוי, די באַשיידענע ראָזע, אַז די מעשׂה מיט דער כּלה איז אַן אויסגעטראַכטע מעשׂה. אין שלאַכטן איז ער טאַקע געווען און אַ סך מאָל, דאָס איז אמת. נאָר קיין כּלה האָט ער ניט און ער דאַרף זי ניט האָבן. נאָר גיי רייד... נאָך אַ סך צרות האָבן אים אָנגעטאָן די קאָרעספּאָנדענטן, און צוליב דעם טאַקע האָט ער ליב אַליין צו דערציילן זײַן קורצע געשיכטע, אַז מע בעט אים גאָר שטאַרק און אַז ער האָט אַ פּאָר פֿרײַע מינוטן. קאַראַס דערציילט אַזוי:
— אַליין בין איך אַ קעכער אַ פּעכאָטנער, כאָטש מײַן קיך איז אויף גומענע רעדער. די גאַנצע מלחמה גיי איך מיט אונדזער פּעכאָטע, וואָס האָט שוין אויסגעהאַלטן גענוג שלאַכטן מיט דעם פּאַרשיוון דײַטש. אַז אַ פּעכאָטנער פּאָלק באַקומט דעם טיטל גוואַרדיייִשער און דערצו אַן אָרדן, איז דאָך ערלעך פֿאַרדינט און ס׳איז ניט קיין פּשוטער פּאָלק. יעדער פֿון אונדז האָט צוגעלייגט אַ האַנט, דער פּאָלק זאָל האָבן אַ פֿײַנעם שם. נו, און איך פּערזענלעך האָב אויך אַ חלק דערין, ווײַל אַליין זײַט איר ניט קליין צו פֿאַרשטיין, אַז דער חבֿר קאַלינין וועט ניט געבן קיין אָרדן מיט קיין מעדאַל בלויז פֿאַר קאָכן באָרשטש... עפּעס אַ דײַטשישער גענעראַל האָט שוין אַפֿילו באַקומען פֿון היטלערן אַ צלם פֿאַר צעקלאַפּן אונדזער פּאָלק, נאָר אַ נעכטיקער טאָג, אונדזער פּאָלק שלאָגט זיך און וועט נאָך באַווײַזן, וואָס ער קען. דערפֿאַר איז ער דאָך אַ גוואַרדיייִשער! מיט אונדזער חבֿרה וועט מען אין ערגעץ ניט פֿאַרשעמט ווערן. די טאַנקיסטן, מיט וועלכע מיר גייען אָפֿט אין אַטאַקע, האָבן צו אונדז קיין טענות ניט, דערפֿאַר די דײַטשן האָבן טענות און גרויסע טענות: אַלמאַי מיר פֿאַלן אָן אויף זיי דעמאָלט, ווען זיי וואַרטן ניט אויף אונדז...
און וואָס איז מײַן זאַך? מײַן זאַך איז זען, אַז די יאַטן זאָלן האָבן צו דער צײַט און געשמאַק אָפּצועסן. ווייסן זיי טאַקע, די יאַטן, גוט, אַז ס׳מעג דונערן און בליצן, ס׳מעג די ערד ברענען, וועט קאַראַס זיי ניט לאָזן אָן עסן. דער דײַטש מעג אײַנלייגן די וועלט, סײַ ווי וועל איך מײַנע חבֿרה ניט איבערלאָזן אָן געקעכטס.
איך דאַרף זיך אַליין ניט לויבן, נאָר איין זאַך קאָן איך אײַך זאָגן, אַז קאַראַס קען אָפּקאָכן אַ באָרשטש און אַנדערע געשמאַקע זאַכן. איך האָב ליב גרייטן געקעכטסן מיט פֿאַנטאַזיע. אונדזער צרה איז טאַקע, וואָס אויפֿן פֿראָנט זײַנען פֿאַראַן אַ סך קעכער, וואָס פֿאַרמאָגן ניט פֿאַר קיין דרײַ גראָשן פֿאַנטאַזיע. איך ווידער טראַכט צו אַזוינע געריכטן, וואָס מע זאָל זײַן מיט צוועלף קעפּ, ווייסט מען ניט, ווי אַזוי ס׳איז צוגעגרייט. נאָר ס׳איז געשמאַק, און די חבֿרה זײַנען צופֿרידן. אויב דו, ברודער־לעבן, ביסט אַ קעכער, דאַרפֿסטו וויסן זײַן, אַז דרײַ מאָל אַ טאָג ביסטו אויף דער צונג בײַ אַ גאַנצן פּאָלק. גאַנץ פֿרי — בשעתן איבערבײַסן, בײַ טאָג — בשעת וואַרמעס און פֿאַר נאַכט — בײַ וועטשערע. טאָ זע, אַז מע זאָל ניט וואַרפֿן אויף דיר קיין אומחן. פֿאַרשטייט זיך, אַז אויף דער מלחמה דאָס איז דיר ניט אין וויניצע, אין גרויסן רעסטאָראַן, וווּ די פּליטע איז אַ פּליטע, דאָס וואַסער איז אונטער דער האַנט, טרוקן האָלץ, שפּענער, פּעטרישקע, מערן, דאָס יענץ — און דו קאָנסט מאַנעוורירן. אָבער דאָ אין מיטן פֿעלד אָדער אין מיטן וואַלד גיי, זײַ אַ בריה! דערפֿאַר טאַקע דאַרפֿסטו זײַן ניט פּשוט אַ קעכער, נאָר אַ מיליטערישער קעכער, דאָס הייסט, אַ מענטש מיט פֿאַנטאַזיע. אָט זעצסטו זיך, למשל, אַוועק אונטער אַ בוים מיט דײַנע געהילפֿן גרייטן דאָס פֿלייש אויף וואַרמעס, שיילן קאַרטאָפֿליעס, און די דײַטשישע אַרטילעריע טאַפּט אָן דאָס אָרט און הייבט אָן שיטן אויף אײַך סנאַריאַדן, מינעס, און דו מוזסט בײַטן דײַן פּאָזיציע. אָדער שטעלסט זיך אין פֿעלד גרייטן וועטשערע, צעלייגסט פֿײַער און ס׳פֿאַלט צו די נאַכט און דו דאַרפֿסט זיך מאַסקירן. נאָר אָן עסן וועסטו דאָך דעם עולם ניט איבערלאָזן, דאַרף דיר שוין העלפֿן די פֿאַנטאַזיע.
אָדער ס׳מאַכט זיך אַזוי: מע דאַרף אַוועקטראָגן דאָס עסן אויף די פֿאָדערשטע פּאָזיציעס. נעמסט דײַן ביקס אויפֿן אַקסל, עטלעכע גראַנאַטעס, אַ טערמאָס עסן, אַ פּאָר לעבלעך ברויט און לאָזסט זיך אַוועק אַהין. קומסט אַהין צו גיין, און דער דײַטש הייבט זיך אויף אין אַטאַקע, וועסטו אים גיין דערציילן, אַז דו ביסט אַ קעכער? דו לאָזסט זיך אַוועק קעגן דײַטש באַגלײַך מיט אַלעמען. דערצו ביסטו דאָך אַ קעכער ניט אין וויניצע, נאָר אויפֿן פֿראָנט.
איך פֿיר זיך מײַן חשבון מיטן דײַטש. אַלץ ווערט בײַ מיר אין ביכעלע פֿאַרשריבן. פֿאַר דער צײַט פֿון דער מלחמה האָב איך אַוועקגעלייגט צוויי און פֿופֿציק רומענער, דרײַסיק איטאַליענער און אַכט און צוואַנציק דײַטשן. ס׳טרעפֿט, דו פֿאָרסט איינער אַליין און ס׳פֿאַלן פּלוצעם אָן אויף דיר דײַטשן אָדער אַנדערע רוחות. נו, פֿאַרגעסטו, אַז דו ביסט אַ קעכער און נעמסט זיך פֿאַר דער עבֿודה — הרגענען די אויסוווּרפֿן. קורץ גערעדט, מיט דער פּעכאָטע האָבן מיר זיך אַזוי צונויפֿגעלעבט, ווי אייגענע ברידער.
טרעפֿט אַ געשיכטע אין זעניטנעם פּאָלק ווערט דערהרגעט דער קעכער, און מע באַפֿעלט מיר אַריבערגיין צו די זעניטשיקעס אויף אַרבעט. ס׳איז מיר געוואָרן גאַנץ קאַלעמוטנע. וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָב איך צו זעניטשיקעס? זיי זײַנען טאַקע טײַערע חבֿרה, נוצלעכע מענטשן, נאָר איך וויל זיך מיט זיי ניט אָנקערן, עפּעס אַ נודנע אַרבעט בײַ זיי. מע קוקט גאַנצע טעג און נעכט אין הימל. און אויף צו טרעפֿן דאַרפֿסטו האָבן מאַטעמאַטיק, חשבונות, מיט איין וואָרט, אַ גאַנצע תּורה. און נאָך אַלע זיבן זאַכן, מאַכט זיך, אַז מע שיסט און מע טרעפֿט ניט.
נאָר וואָס זאָל מען טאָן? אַ באַפֿעל איז אַ באַפֿעל. האָב איך זיך געזעצט אויף דער מאַשין און בין אַוועקגעפֿאָרן צו די זעניטשיקעס.
ס׳שטייען זיך זייערע פֿײַנע מאַשינעס, גלאַנצן אַ מחיה צו קוקן. נאָר די חבֿרה זײַנען עפּעס ניט אַזעלכע, ווי בײַ אונדז אין פּעכאָטע. גאַנצע פּראָפֿעסאָרן, אײַזערנע שווײַגער. ניטאָ מיט וועמען אויסצוריידן אַ וואָרט.
דעם ערשטן טאָג האָב איך אָפּגעקאָכט אַ וואַרמעס, און ער האָט אויסגענומען. אַלע לויבן, נאָר איך שווײַג. דערווײַל איז אין דער הייך רויִק, אומעטיק. אין הימל שפּאַצירן אַרום וואָלקנס און צווישן זיי די לבֿנה, ווי אין די שיינע פֿרידלעכע צײַטן. זי, די אַלטע, ווייסט ניט פֿון קיין חכמות. און איך קאָן זיך אונטער איר קיין אָרט ניט געפֿינען. דער קאָמאַנדיר פֿרעגט מיך, ווי געפֿעלן מיר די זעניטקעס. "זייער שיין, — זאָג איך, — נאָר מיך נעמען זיי ניט". — "אפֿשר וועסטו זיך נעמען לערנען שיסן. אַלץ קומט צו נוץ", — זאָגט ער. זאָג איך: "מיטן גרעסטן כּבֿוד, אמת, איבעריקס ציִען זיי מיך ניט, נאָר אַז צײַט איז פֿאַראַן, פֿאַרוואָס זאָל מען זיך ניט צולערנען. אין טעאָריע, אין די קליינע אותיותלעך וועל איך אפֿשר אַ ביסל אונטערהינקען, נאָר אין פּראַקטיק וועט זיך, דאַכט זיך, באַקומען". און אַזוי צו ביסלעך האָב איך אויסגעשטודירט די האַרמאַטלעך, און ניט שלעכט.
יענע וואָך קום איך צו פֿאָרן אויף אַ באַטאַרייע מיטן עסן. אין הימל איז שטיל. פּלוצעם גיט מען אונדז איבער אין טעלעפֿאָן, — פֿריץ פֿאָרט. פֿון די וואָלקנס גיט אַ פֿאַל אַרויס איין עראָפּלאַן, אַ צווייטער. נו, דאָ האָבן אונדזערע זעניטשיקעס געוואָרפֿן דאָס עסן און זײַנען אַוועק צו די האַרמאַטן, האָבן גענומען אַרבעטן און איינעם תּיכּף אַראָפּגעשמיסן. שפּעטער מיט אַ האַלבער שעה זײַנען אַהער געקומען נאָך דרײַ שטיק און אַראָפּגעוואָרפֿן עטלעכע באָמבעס, און דער פּערסאָנאַל פֿון איין האַרמאַט איז שווער פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. דאָ האָב איך געוואָרפֿן דעם טערמאָס, זיך אַוועקגעלאָזט צום האַרמאַט און גענומען שיסן, ווי מע האָט מיך געלערנט. מיטן פֿינפֿטן סנאַריאַד האָב איך אים אַראָפּגעקלאַפּט, דעם מעסערשמידט, און מער זײַנען זיי יענעם טאָג אַהין ניט געקראָכן. קאַראַס האָט ניט ליב, אַז מע קריכט אויפֿן קאָפּ.
ניט געקוקט אויף אַלץ, איז דאָ פֿאָרט אומעטיק. איין גליק, וואָס מע האָט מיך צוריק אַריבערגעפֿירט צו מײַנע יאַטן, אין אונדזער גוואַרדיייִשן פּאָלק. ס׳גאַנצע לעבן מײַנס האָב איך ליב פּעכאָטע. צוליב וואָס זשע דאַרף איך ווערן אַ גאַנצער אַסטראָנאָם, אַז איך האָב קיין מאָל ניט ליב געהאַט שטאַרק די לבֿנה, און בפֿרט איצט, ווען ס׳גייט אַזאַ מלחמה.
נו, איז בעט איך בײַ אײַך: אויב איר ווילט עפּעס אָנשרײַבן פֿון מיר, איז שרײַבט אַזוי ווי איך האָב אײַך דאָ דערציילט און מאַכט מיך ניט פֿאַר קיין העלד, פֿאַר קיין חתן־בחור און שרײַבט מיר ניט צו קיין כּלות, ווײַל חוץ סקאַנאַדלן פֿונעם אייגענעם ווײַב, וועט קיין זאַך דערפֿון ניט אַרויסקומען.
אַזוי ענדיקט זײַן געשיכטע זלמן, דער פֿאַרדינסטפֿולער קעכער פֿון אונדזער פּאָלק.