אַלעקסאַנדער סאָכאַטשעווסקי |
אין וואַרשע איז פֿאַראַן אַ פֿעסטונג — רופֿט מען זי די ציטאַדעל. אין די צאַרישע צײַטן איז די ציטאַדעל געווען אַ תּפֿיסה, דער עיקר, פֿאַר פּוילישע קעמפֿער פֿאַר זעלבשטענדיקייט. הײַנט צו טאָג איז אין דער־אָ אַמאָליקער תּפֿיסה פֿאַראַן אַ נאַציאָנאַלער מוזיי. די קרוין פֿון די דאָרטיקע עקספּאָנאַטן איז די גרויסע קאָלעקציע בילדער פֿון ייִדישן קינסטלער אַלעקסאַנדער סאָכאַטשעווסקי — דעם מאָלער פֿון דער סיבירער קאַטאָרגע אין 19טן יאָרהונדערט.
ווי באַקאַנט האָט פּוילן פֿאַרלוירן איר זעלבשטענדיקייט אין די סופֿיקע יאָרן פֿון 18טן יאָרהונדערט. אירע שכנים — עסטרײַך, רוסלאַנד און פּרײַסן האָבן צווישן זיך אײַנגעטיילט די פּוילישע טעריטאָריע און דאָרט אײַנגעשטעלט אַ רעזשים פֿון אָקופּאַציע. דאָס לעבן אונטער דער צאַרישער הערשאַפֿט איז געווען ביטער ווי גאַל. דער צאַרישער געהיים־דינסט האָט געהאַלטן אַן אויג אויף די פּוילישע פּאַטריאָטן, און דעם מינדסטן מיסברויך שטרענג באַשטראָפֿט. ווי דער שטייגער, זענען פּוילישע פּאַטריאָטן נישט געזעסן מיט פֿאַרלייגטע הענט און געוואַרט אויף נסים... זיי האָבן אָרגאַניזירט קרײַזלעך און געגרייט אַן אויפֿשטאַנד. צו איינעם פֿון די־אָ קרײַזלעך האָט זיך אָנגעשלאָסן דער יונגער ייִדישער בחור, סטודענט פֿון דער קונסטשול אין וואַרשע — אַלעקסאַנדער סאָכאַטשעווסקי. ער האָט אַפּנים געהאַלטן פֿון כּלל — "פֿאַר אײַער און אונדזער פֿרײַהייט!" בכדי צו צוימען דעם פּויליש־פֿרײַהייטלעכן קאַמף האָט דער צאַר ניקאָלאַי דער ערשטער, אויסגעבויט אין די דרײַסיקער יאָרן פֿון 19טן יאָרהונדערט די ציטאַדעל־תּפֿיסה: דאָרט געמישפּט די פּוילישע פֿרײַהייט־קעמפֿער און זיי פֿאַראורטיילט צו הענגען, צו שיסן; אין בעסטן פֿאַל — אויף לאַנגע יאָרן קאַטאָרגע אין "וואַרעמען" סיביר. אין אַ טאָג, נאָך אַ נישט געלונגענעם אַטענטאַט אויף אַ הויכן מושל פֿון צאַר אין פּוילן האָט מען דעם יונגן בחור סאָכאַטשעווסקי אַרעסטירט און אים פֿאַרשפּאַרט אין דער ציטאַדעל־פֿעסטונג. נאָך אַן אויספֿאָרשונג באַגלייט מיט שווערע עינויים אים פֿאַראורטיילט צו הענגען. איצט אונטער דער תּליה האָט מען אים געמאָלדן, אַז צוליב זײַן מינדעריעריקייט ווערט ער פֿאַרשיקט אויף לאַנגע יאָרן קאַטאָרגע אין סיביר...
הכּלל — ווער איז דאָס געווען דער יונגער בחור אַלעקסאַנדער סאָכאַטשעווסקי? אַלעקסאַנדער סאָכאַטשעווסקי, מיט זײַן אמתן נאָמען — לייבל סאָנדער — איז געווען אַ זון פֿון אַ שמשׂ אין אַ שיל אין קליינטשיקן שטעטעלע אילאָוואַ — געבוירן איז ער אין יאָר 1843.
זײַן טאַטע, דער שמשׂ, איז געווען אַ ייִד — אַ ביטערער אָרעמאַן, קוים געהאַט אַ ביסן ברויט צו לייגן אין מויל אַרײַן. לייבל האָט זײַט זײַנע ייִנגסטע יאָרן ליב געהאַט צו צייכענען. ווי דער שטייגער איז, האָט לייבל געלערנט אין אַ חדר. בכדי זײַן זון זאָל נישט דאַרפֿן פֿאַרשוואַרצט ווערן אין דער פּרנסה האָט זײַן טאַטע געוואָלט ער זאָל ווערן אַ רבֿ. אינטערעסאַנט ביז גאָר — דער שמשׂ האָט זײַן זון נישט אַרײַנגעגעבן אין אַ ישיבֿה, נאָר אין דער מאָדערנער וואַרשעווער ראַבינער־שול, געשאַפֿן פֿון צאַר אין 1825. דאָרט האָט מען, מחוץ ייִדיש־רעליגיעזער בילדונג, געלערנט אויך וועלטלעכע לימודים — מאַטעמאַטיק, געאָגראַפֿיע, געשיכטע און שפּראַכן. געזאָרגט פֿאַר דער־אָ ראַבינער־שול האָבן די ייִדישע רײַכע פּני פֿון דער קהילה מיט דעם רײַכן ייִדישן אינדוסטריעלער טעאָדאָר טעפּליץ. מען דאַרף זאָגן — פֿאַר אַ שמשׂ פֿון אַ שיל איז די־אָ מעשׂה אַ קאַפּיטשקע מאָדנע... אַזוי אָבער דערציילן ביאָגראַפֿן.
געשלאָסן אין אײַזערנער קייטן |
ביאָגראַפֿן דערציילן, אַז לייבעלע האָט פֿון זײַנע ייִנגסטע יאָרן געהאַט אַ נייגונג צו צייכענען. היות ווי קונסט איז געווען זײַן לײַדנשאַפֿטלעכער באַגער, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז קיין רבֿ וועט ער נישט ווערן — איז ער נאָך אַ קורצער צײַט לערנען אַוועק פֿון דער ראַבינער־שול, און מיט דער הילף פֿון טעאָדאָר טעפּליץ (ער האָט שוין אויף לייבלען אין דער ראַבינער־שול געוואָרפֿן אַן אויג) אַרײַן אין דער וואַרשעווער קונסטשול. טעפּליץ, דער אוהבֿ־קונסט, אַ מבֿין אויפֿן טאַלאַנט פֿון בחור, האָט ער אים מקרבֿ געווען, אים פֿאַרבעטן אין זײַן סאַלאָן וווּ ס׳פֿלעגן פֿאַרברענגען ייִדן פֿון די הויכע קרײַזן. דאָרט האָט מען באַהאַנדלט פּאָזיטיוו דעם פּוילישן קאַמף פֿאַר זעלבשטענדיקייט.
הכּלל, לייבל סאָנדער איז אַוועק לערנען תּורת־קוסט, און אין 1858 האָט ער זײַן נאָמען געטוישט אויף אַלעקסאַנדער סאָכאַטשעווסקי. גאַנץ שנעל האָבן די פּייזאַזשן פֿון סאָכאַטשעווסקי גענומען מאַכן אַ רושם; און באַלד, נאָך אַן אויסשטעלונג אין יאָר 1861, האָט אים די קריטיק שטאַרק געלויבט! קורץ פֿון דער זאַך — טעפּליץ איז געוואָרן דער מעצענאַט פֿון יונגן קינסטלער לייבל סאָכאַטשעווסקי.
ליידער, האָט דער יונגער און באַגאַבטער סאָנדער־סאָכאַטשעווסקי קיין מזל נישט געהאַט צו געניסן פֿון זײַן מעצענאַט טעפּליץ... אָנגעשטעקט פֿון די שמועסן אין טעפּליץ־סאַלאָן איז סאָכאַטשעווסקי געוואָרן אַ קעמפֿער פֿאַר פּוילנס פֿרײַהייט און זיך אָנגעשלאָסן אין אַן אומלעגאַל קרײַזל פֿון פּוילישע סטודענטן. צו זײַנע 18 יאָר נאָך אַ נישט־געלונגענעם אַטענטאַט אויף אַ צאַרישן מושל אין וואַרשע איז סאָכאַטשעווסקי געוואָרן אַרעסטירט און געמישפּט.
איבערגעריסן האָט זיך זײַן טרוים צו פֿירן אַ לעבן פֿון אַ קינסטלער און שאַפֿן גרויסע ווערק. ער האָט געמוזט אַלץ לאָזן שטיין, און אַ געשלאָסענער אין קייטן איז ער מיט אַ מאַסע פֿרײַהייט־קעמפֿער אַוועק צו פֿוס אַ לאַנגן וועג פֿון 16 טויזנט קילאָמעטער — קיין סיביר. נאָך אַ יאָר צײַט גיין איז ער ענדלעך אָנגעקומען אין אַ סיבירער וויסטעניש און אָנגעהויבן דאָרטן אַרבעטן אין זאַלצגריבער — אַ ביטערע און שווערע האָרעוואַניע. און דאָך! אויף להכעיס אַלע זײַנע געברענטע צרות — די ביטערע האָרעוואַניע, דאָס בענקעניש נאָך זײַן היים, נאָך זײַ סבֿיבֿה אין וואַרשע — האָט ער דאָך זײַן לעבנסטרוים נישט אויפֿגעגעבן — ער האָט געהאַלטן אָפֿן זײַנע אויגן און אַ סך געצייכנט: ער האָט געצייכנט אַ מין "מאָלעריש טאָגבוך". ער האָט געמאָלן סקיצן פֿון דער סיבירער לאַנדשאַפֿט, געצייכנט זײַנע אַחים־לצרה און געשאַפֿן פּאָרטרעטן פֿון וויכטיקע פּערזענלעכקייטן אויף קאַטאָרגע. מילא, די אינטעליגענטע קאַטאָרזשאַניקעס, זיי האָבן אים גערופֿן — "דער ראַפֿאַעל פֿון אוסאָל" (דער נאָמען פֿונעם אָרט אין סיביר).
נאָכן אָפּפֿינצטערן אַריבער 20 יאָר איז ער, אויפֿן סמך פֿון אַמנעסטיע, געוואָרן באַפֿרײַט פֿון קאַטאָרגע.
אַ פֿיזיש צעבראָכענער, און אַ פּסיכיש דערשלאָגענער איז ער אַוועק קיין לעמבערג, און שוין נישט קיין יונגער־מאַן האָט ער דאָרט חתונה געהאַט; ער האָט חתונה געהאַט מיט דער שיינער און רײַכער טאָכטער פֿון אַ רבֿ אין לעמבערג. קורץ נאָך דער חתונה איז ער מיטן ווײַב אַוועק קיין מינכען.
ליידער — סאָכאַטשעווסקי איז מער צו אַ נאָרמאַלער עקזיסטענץ נישט פֿעיִק געווען. איבער זײַן לעבן האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אַ פֿינצטערע נאַכט — זײַן פּסיכישער מצבֿ איז געוואָרן צעשטערט, אים האָבן געמאַטערט די זכרונות פֿונעם קאַטאָרזשנעם לעבן. ער האָט געפֿילט אַ באַדערפֿעניש די זכרונות זײַנע מיט פֿאַרבן אויף לײַוונט אַרויסצוברענגען. דאָס מאָלן די דאָזיקע טעמאַטיק, האָט ער געפֿילט, איז פֿאַר אים אַ רפֿואה... זײַנע רעאַליזירטע בילדער זײַנען געווען פֿאַר אים אַ סגולה צו די אים מאַטערנדיקע ליידן. האָט ער גאַנצע טעג געמאָלן; מענטשן האָבן זײַנע בילדער געוואָלט אַרײַננעמען אין זייערע קאָלעקציעס; ער האָט אָבער נישט מסכּים געווען; ער האָט קיין איינציק בילד נישט געוואָלט פֿאַרקויפֿן!
רוסישע סאָלדאַטן צווינגען פּאַליאַקן צו דינען אין זייער אַרמיי קורץ פֿאַרן אויפֿשטאַנד פֿון 1863 |
סאָכאַטשעווסקי האָט געלעבט אין דחקות. זײַן פֿרוי האָט אַזאַ מין לעבן נישט פֿאַרטראָגן, זי האָט אים אין אַ שיינעם טאָג פֿאַרלאָזט... סאָכאַטשעווסקי איז אַוועק קיין בריסל און אויך דאָרט געמאָלן זײַנע זכרונות. ער האָט געמאָלן ייִדן, רוסן, פּאָליאַקן, גרוזינער — אַלץ קעמפֿער "פֿאַר אײַער און אונדזער פֿרײַהייט!" ער פֿלעגט מיט דערפֿאָלג אויסשטעלן די בילדער אין מינכען, בריסל, לאָנדאָן און קראָקע: פֿאַרקויפֿן זיי האָט ער אָבער בשום־אופֿן נישט געוואָלט...
בסוף דעם 19טן יאָרהונדערט האָט ער זיך — אויף סטאַביל — באַזעצט אין ווין. און דאָרט איז ער אין 1923 אַוועק פֿון דער וועלט.
אַלעקסאַנדער סאָכאַטשעווסקי האָט איבערגעלאָזט אַ גרויסע קאָלעקציע בילדער פֿון אַ היסטאָרישן כאַראַקטער. אינטערעסאַנט ביז גאָר — אָנהייב יאָרהונדערט זענען דאָך אין מינכען און ווין, דאָרט וווּ סאָכאַטשעווסקי האָט געלעבט, פֿאָרגעקומען חידושים אין דער קונסט. אים זענען די חידושים נישט אָנגעגאַנגען. ער איז זיך געגאַנגען זײַן וועג... ער האָט געמאָלן לויט דער רעאַליסטיש־ראָמאַנטישער שיטה פֿון בעת זײַנע קינסטלערישע התחלות. זײַן שאַפֿונג איז די רעאַליסטישע וועלט — אַ "רעאַליסטיש טאָגבוך" פֿון גיהנום אין דער סיביר־קאַטאָרגע בעת דעם 19טן יאָרהונדערט.
* * *
אין 1913, לכּבֿוד דעם 50טן יאָרטאָג פֿון פּוילישן אויפֿשטאַנד קעגן צאַריזם, האָט אַלעקסאַנדער סאָכאַטשעווסקי די גאַנצע קאָלעקציע בילדער זײַנע אַוועקגעשענקט דעם שטאָטראַט אין לעמבערג און באַקומען דערפֿאַר אַ יערלעכע פּענסיע אויפֿן לעבן אַרויס. די סיבירער קאָלעקציע בילדער איז געוואָרן דאָס אייגנטום פֿון לעמבערגער מוזיי.
אין 1941 האָבן די סאָוועטן עוואַקויִרט די בילדער קיין קיִעוו און דאָרט זיי אויסבאַהאַלטן איבער דער מלחמה אין קעלערן. אין 1956 זענען די בילדער פֿון סאָכאַטשעווסקי אַריבער אין היסטאָרישן מוזיי אין וואַרשע. און איצטער, זײַט 1981 איז אַן ערך 125 בילדער אין מוזיי פֿון דער ציטאַדעל — אין היסטאָרישן מוזיי פֿון קאַמף פֿאַר דער זעלבשטענדיקייט פֿון פּוילן. די בילדער ווערן סטאַביל באַזוכט פֿון נײַגעריקע.
* * *
בײַם הײַנטיקן טאָג, איז די שאַפֿונג פֿון ייִדישן מאָלער אַלעקסאַנדער סאָכאַטשעווסקי — פֿאַר די היסטאָריקער, פֿאָרשער פֿון דעם קאַמף פֿאַר פּוילנס פֿרײַהייט — אַ קוואַל פֿון אַ זעלטענער באַדײַטונג: זיי דערלאַנגען דעם טעם פֿון דער סיבירער קאַטאָרגע אין 19טן יאָרהונדערט.