ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Maurice Samuels.Inventing the Israelite: Jewish Fiction in Nineteenth-Century France. Stanford University Press, 2010.
Maurice Samuels.Inventing the Israelite: Jewish Fiction in Nineteenth-Century France. Stanford University Press, 2010.

אינעם 19טן יאָרהונדערט האָט זיך דאָס פֿראַנצויזישע ייִדנטום קונה־שם געווען ווי אַ מוסטער פֿון אַסימילאַציע. אָבער די פֿראַנצויזישע ייִדן האָבן אויך געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקע ליטעראַרישע קולטור, וואָס האָט אָפּגעשפּיגלט זייערע האָפֿענונגען און אַנטוישונגען, הצלחות און מפּלות.

מאָריס סעמועלס, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿראַנצויזיש אין יעל־אוניווערסיטעט, האָט דורכגעאַקערט טויזנטער זײַטן פֿון אַלטע פֿראַנצויזיש־ייִדישע צײַטשריפֿטן און ביכער, און האָט אָנגעשריבן אַ היסטאָרישן איבערזיכט פֿון דער ייִדישער בעלעטריסטיק אויף דער פֿראַנצויזישער שפּראַך. דאָס רובֿ נעמען זײַנען קוים באַקאַנט הײַנט, אָבער אין זייער צײַט האָבן די דאָזיקע מחברים געמאַכט אַ היפּשן רושם אי אין דער ייִדישער, אי אין דער ניט־ייִדישער סבֿיבֿה אין פֿרנאַקרײַך און אין אַנדערע לענדער.

אין סאַמע אָנהייב פֿון דער פֿראַנצויזיש־ייִדישער ליטעראַטור שטייט אַ פֿרוי מיטן נאָמען עזשעני פֿאָאַ (1796—1852), אַ טאָכטער פֿון איינער פֿון די רײַכסטע און בכּבֿודיקסטע ספֿרדישע משפּחות פֿון באָרדאָ. אין אירע ווערק (די ראָמאַנען "לאַ קידושים", "לאַ זשויִוו", די דערציילונג "ראַשעל") האָט זי געשאַפֿן אַן אידעאַליזירטע פֿאַנטאַסטישע וועלט פֿון ייִדישן לעבן. אירע העלדן זײַנען געווען רײַכע אָריענטאַלישע ייִדן, וואָס באַוווינען אַ וועלט, וווּ עס איז ניטאָ קיין דיסקרימינאַציע און רדיפֿות. דער הויפּט־קאָנפֿליקט אין די דאָזיקע מעשׂיות קומט פֿאָר צווישן דעם יחיד און דער ייִדישער טראַדיציע׃ "פֿאָאַ איז געווען אויסן צו פֿאַרלאָזן ייִדישקייט, אָבער צו פֿאַרבלײַבן דערבײַ אַ ייִדישע שרײַבערין". אָבער די דאָזיקע פּראָגראַם איז דורכגעפֿאַלן; סוף־כּל־סוף, האָט פֿאָאַ פֿאַרלאָזט דאָס ייִדישע גלויבן און געוואָרן אַ קריסטין.

דער קומעדיקער דור פֿון פֿראַנצויזיש־ייִדישע מחברים האָט געשטאַמט פֿון עלזאַס און לאָטאַרינגיע. דאָס זײַנען געווען קינדער און קינדס־קינדער פֿון ייִדיש־רעדנדיקע אַשכּנזים, וועלכע האָבן באַקומען אַ מעגלעכקייט זיך אַריבערצוקלײַבן קיין פּאַריז. זייער היסטאָרישע דערפֿאַרונג האָט אויסגעזען גאָר אַנדערש פֿון די רײַכע און קאָסמאָפּאָליטישע ספֿרדים פֿון באָרדאָ. ייִדן האָבן טראַדיציאָנעל געהאַנדלט אין עלזאַס און לאָטאַרינגיע מיט פֿערד און בהמות, און געוווינט אין די דערפֿער און קליינע שטעטלעך.

דער ליטעראַרישער כּוח־הדימין פֿון אָט די אַשכּנזישע מחברים איז געווען מער רעאַליסטיש. זיי האָבן באַהאַנדלט דעם מצבֿ פֿון אַ ייִדישן יחיד אין דער גרויס־שטאָטישער פֿראַנצויזישער געזעלשאַפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, אָנהייבנדיק פֿון דער נאַפּאָלעאָנישער תּקופֿה. סעמועלס האַלט, אַז זייערע טעקסטן דאַרף מען באַטראַכטן ווי אַ מין צוגאָב צו דער הויפּטשטראָמיקער פֿראַנצויזישער ליטעראַטור פֿון יענער צײַט, וואָס איז דאָמינירט געווען פֿון אַזעלכע קלאַסיקער ווי באַלזאַק, סטענדאַל, פֿלאָבער און זאָלאַ. די פֿראַנצויזיש־ייִדישע שרײַבער האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר אַ טייל פֿון דער גרויסער פֿראַנצויזישער קולטור — ווי עס דערקלערט סעמועלס אין זײַן הקדמה, "ייִדישע מאָדערניטעט אין פֿראַנקרײַך האָט מען פֿאָרגעשטעלט אין די פֿאָרמען פֿון דער פֿראַנצויזישער ליטעראַרישער טראַדיציע".

סעמועלס טענהט, אַז דער פּאָפּולערער זשאַנער פֿון "געטאָ־מעשׂיות", נאָסטאַלגישע דערציילונגען פֿונעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן לעבן אין די דערפֿער און שטעטלעך, איז געבוירן געוואָרן דווקא אין פֿראַנקרײַך. צווישן די סאַמע באַקאַנטע ווערק פֿונעם דאָזיקן זשאַנער זײַנען "סצענעס פֿונעם ייִדישן לעבן אין עלזאַס" פֿון דניאל שטאַובען (פּסעוודאָנים פֿון אָגוסט ווידאַל, 1822—1875). דאָס בוך מיט קלאַסישע אילוסטראַציעס פֿון אַלפֿאָנס לוי האָט אויסגעהאַלטן עטלעכע אויסגאַבעס (אַן ענגלישע איבערזעצונג איז אַרויס אין 1991).

די ייִדן ווערן פֿאָרגעשטעלט אין די דאָזיקע מעשׂיות ווי עכטע פּויערים, טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם לאַנד, מיט אַן אייגענער שפּראַך און אייגענע מינהגים. דווקא דאָ, אינעם מיטלאַלטערלעכן לוטיר, איז געבוירן געוואָרן — לויט מאַקס ווײַנרײַכס טעאָריע — די ייִדישע שפּראַך. ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין עלזאַס און לאָטאַרינגיע נאָך איידער די דאָזיקע לענדער זײַנען געוואָרן אַ טייל פֿון דער פֿראַנצויזישער מלוכה, אינעם 17טן יאָרהונדערט, אָבער זיי זײַנען געוואָרן געטרײַע פֿראַנצויזן, פּונקט ווי די אָרטיקע קריסטן.

כּדי צו באַטאָנען דעם אייגנטימלעכן מהות פֿון זײַנע העלדן, וואַרפֿט שטאַובען אַרײַן דאָ און דאָרט ייִדישע ווערטער, באַזאָרגט מיט איבערזעצונגען אין פֿוסנאָטעס. סעמועלס דערקלערט, אַז שטאַובענס מעשׂיות האָבן געהאַט אַ ספּעציעלע פֿונקציע אין דער נאַציאָנאַלער פֿראַנצויזישער קולטור. זיי האָבן בפֿירוש דערוויזן, אַז די ייִדן, פּונקט אַזוי ווי אַנדערע רעגיאָנאַלע עטנישע גרופּעס, זײַנען געווען דער יסוד פֿון דער אוניווערסאַלער פֿראַנצויזישער נאַציע.

אַן אַנדערן קוק אויף דעם ייִדישן עבֿר האָט געהאַט שטאַובענס לאַנדסמאַן דוד שאָרנשטיין. אין זײַנע היסטאָרישע ווערק האָט ער באַטאָנט די טראַגישע מאָטיוון פֿון דער טראַדיציאָנעלער אַשכּנזישער קולטור, אַזעלכע ווי: רדיפֿות, בילבולים און גירושים, וואָס ס׳האָבן איבערגעלעבט די אייראָפּעיִשע ייִדן אין מיטלאַלטער. להיפּוך צו שטאַובען, האָט ער ניט געהאַט קיין נאָסטאַלגיע נאָך די אַלטע "געטאָס" פֿון עלזאַס, און איז געווען קריטיש לגבי דער ייִדישער פּאַסיווקייט. די עמאַנציפּאַציע אין דער פֿראַנצויזישער מלוכה איז געווען פֿאַר אים דער איינציקער אויסוועג פֿונעם "געטאָ".

סעמועלס שטעלט פֿאָר די פֿאַרגעסענע פֿראַנצויזיש־ייִדישע מחברים ווי ליטעראַרישע פֿאָרגייער פֿון מאַרסעל פּרוסט (איינער פֿון יענע מחברים, וואָס האָט געשריבן אונטער דעם פּסעוודאָנים בן־לוי; איז אַפֿילו געווען פּרוסטס אַן עלטער־פֿעטער). זיי האָבן אַרײַנגעפֿירט אין דער פֿראַנצויזישער ליטעראַטור אַ גאַלעריע פֿון ייִדישע כאַראַקטערן און טיפּן, להיפּוך צו די פּאָר סטערעאָטיפּישע נעגאַטיווע געשטאַלטן, וואָס מע געפֿינט בײַ די קריסטלעכע מחברים פֿון יענער צײַט. אָבער די עכטע פֿראַנצויזיש־ייִדישע ליטעראַטור הייבט זיך אָן ערשט שפּעטער, ווי אַ רעאַקציע אויפֿן דרײַפֿוס־פּראָצעס. דעם סאַמע אַרומנעמיקן ליטעראַרישן פּאָרטרעט פֿון דער דרײַפֿוס־תּקופֿה האָט אויסגעמאָלט מאַרסעל פּרוסט אין זײַן עפּישן ראָמאַן "אין זוכענישן פֿון דער פֿאַרלוירענער צײַט". דער גרעסטער מעטאָדאָלאָגישער חידוש פֿון סעמועלסעס בוך, וואָס האָט אַ בײַטעם פֿון אַ בכּיוונדיקער פּראָוואָקאַציע, באַשטייט אין דעם, וואָס ער האַלט פּרוסטן פֿאַר אַ יורש פֿון אָט דער פֿאַרגעסענער פֿראַנצויזיש־ייִדישער ליטעראַרישער טראַדיציע.

דער דאָזיקער געדאַנק ווערט סכעמאַטיש אַנטוויקלט אינעם נאָכוואָרט צו דעם בוך, און מן־הסתּם וועט ער נאָך גורם זײַן הייסע וויכּוחים צווישן די מומחים פֿון דער פֿראַנצויזישער ליטעראַטור. פֿאַר אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישער ליטעראַטור איז דער פּרוסט־ענין אפֿשר ניט אַזוי חשובֿ. דער אויפֿטו פֿון סעמועלסעס בוך, ווי אויך פֿון ענלעכע נײַע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישע ליטעראַטורן אויף אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן, באַשטייט אין דעם, וואָס מען אַנטפּלעקט די אינערלעכע ספּרוזשינעס פֿון דער ייִדישער שעפֿערישקייט דאָרט, וווּ מען האָט עד־היום געזען נאָר אַסימילאַציע און נאָכמאַכונג פֿון פֿרעמדע מוסטערן.