|
Larry Wolff. The Idea of Galicia: History and Fantasy in Habsburg Political Culture. Stanford University Press, 2010. |
|
דער באַגריף "גאַליציע" איז גאַנץ טיף אײַנגעוואָרצלט אינעם ייִדישן היסטאָרישן באַוווּסטזײַן. די סטערעאָטיפּישע געשטאַלט פֿון "גאַליציאַנער" איז דער היפּוך צו דעם סטערעאָטיפּישן "ליטוואַק". דער ערשטער איז אַ נאַיִווער און פּאַטעטישער חסיד, צומאָל אַ ביסל אַ צעטראָגענער; דער צווייטער איז אַ קאַלטער און שאַרפֿזיניקער מתנגד. אָבער ווי עס באַווײַזט פּראָפֿעסאָר לאַרי וווּלף אין זײַן פֿאָרשונג וועגן דער "אידעע פֿון גאַליציע", איז דער גאַנצער באַגריף פֿון גאַליציע היסטאָריש רעלאַטיוו נײַ, להיפּוך צו דעם באַגריף פֿון "ליטע", וואָס שטאַמט פֿונעם מיטלאַלטערלעכן ליטווישן גרויספֿירשטנטום, וואָס האָט אויפֿגעהערט צו עקזיסטירן נאָך אינעם 16טן יאָרהונדערט.
גאַליציע איז געווען אַ פֿרוכט פֿון דער עסטרײַכישער ביוראָקראַטישער שעפֿערישקייט. ווען עסטײַך, אין שותּפֿות מיט רוסלאַנד און פּרײַסן, האָט צעטיילט פּוילן בײַם סוף פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, האָט מען געדאַרפֿט צוטראַכטן אַ פּאַסיקן נאָמען פֿאַר דעם חלק, וואָס איז אַרײַן אינעם האַבסבורגער מלכות. דער אָפֿיציעלער נאָמען פֿון דער פּראָווינץ, "דער קעניגרײַך פֿון גאַליציע און לאָדאָמעריע", שטאַמט פֿון די נעמען פֿון צוויי סלאַווישע פֿירשטנטומס, האַליטש און וולאַדימיר (לודמיר אויף ייִדיש). אָבער אין דער אמתן איז די נײַע פּראָווינץ געווען אַ סך גרעסער, איידער אָט די צוויי געגנטן, און דער גאַנצער מערבֿדיקער טייל פֿון גאַליציע צווישן קראָקע און לעמבערג האָט גאָר ניט געהאַט צו טאָן מיט האַליטש און לודמיר.
די פּראָבלעם, וואָס איז געשטאַנען פֿאַר דער נײַער עסטרײַכישער מאַכט, איז געווען אַ סך האַרבער, איידער סתּם צוטראַכטן אַ נײַעם נאָמען פֿאַר די אַלטע פּוילישע שטחים. מען האָט געדאַרפֿט אויפֿבויען אַ נײַע אידענטיטעט, וואָס זאָל זײַן סײַ גאַליציש און סײַ עסטרײַכיש. די באַפֿעלקערונג פֿון גאַליציע איז באַשטאַנען פֿון בערך 45 פּראָצענט פּאָליאַקן, 45 פּראָצענט "רוטענער" (אוקראַיִנער) און 10 פּראָצענט ייִדן. קיין איינע פֿון די דאָזיקע דרײַ נאַציאָנאַלע עדות האָט זיך ניט געהאַלטן פֿאַר "גאַליציאַנער" און האָט געהאַט אַ פֿעסטע אייגענע רעליגיעזע און עטנישע אידענטיטעט.
פּראָפֿעסאָר לאַרי וווּלף האָט זיך קונה־שם געמאַכט מיט זײַן שטודיע וועגן דעם, ווי אַזוי ס׳האָט זיך אויסגעפֿורעמט דער קולטורעל־געאָגראַפֿישער באַגריף פֿון "מיזרח־אייראָפּע" אין דער תּקופֿה פֿון אייראָפּעיִשער אויפֿקלערונג. אין זײַן נײַעם בוך גיט ער זיך אָפּ מיטן אויספֿאָרשן אַן ענלעכן פּראָצעס, ווי אַזוי ס׳האָט זיך אויספֿאָרמירט די "אידעע" פֿון גאַליציע׃ "די געשיכטע פֿון דער אידעע פֿון גאַליציע איז אויך די אינטעלעקטועלע געשיכטע פֿונעם היסטאָרישן שרײַבן."
דערפֿאַר איז דער פֿאָקוס פֿונעם בוך אָנגעשטעלט ניט אויף די רעאַלע היסטאָרישע געשעענישן, נאָר אויף זייער אויפֿנעמען פֿאַרשידענע גרופּעס פֿון דער גאַליצישער באַפֿעלקערונג. פֿון סאַמע אָנהייב אָן איז גאַליציע געווען מער אַן אימאַזש איידער אַ ממשותדיקער מהות, און אינעם לעצטן סך־הכּל איז עס עד־היום פֿאַרבליבן אַ חלום. די דרײַ פֿאַרשידענע גרופּעס — פּאָליאַקן, אוקראַיִנער און ייִדן, זײַנען קיין מאָל ניט געוואָרן איין נאַציע. די סאַמע געטרײַע "גאַליציאַנער" זײַנען טאַקע געווען די ייִדן, וועלכע האָבן ריכטיק פֿאַרשטאַנען, אַז דווקא דער קײַזער איז זייער איינציקער באַשיצער פֿון דער שכנישער שׂינאה. אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿון גאַליציע האָבן זיך אָפּגעהיט עטלעכע אינטערעסאַנטע מעשׂיות, וואָס דערציילן וועגן דעם קײַזערס סימפּאַטיע צו זײַנע ייִדישע אונטערטאַנען.
די בלוטיקע פּאָגראָמען, וואָס זײַנען אויסגעבראָכן באַלד נאָך דער מפּלה פֿון דער אימפּעריע אין 1918—1919 האָבן באַשטעטיקט, אַז די ייִדן זײַנען געווען גערעכט. אין 20סטן יאָרהונדערט זעט די האַבסבורג־תּקופֿה אויס ווי די "גאָלדענע צײַט" אין דער געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּע. אָבער אין דער אמתן, ווי עס דערווײַזט דער מחבר, איז גאַליציע פֿון סאַמע אָנהייב צעריסן געוואָרן פֿון כּלערליי קאָנפֿליקטן און סתּירות. די אינערלעכע פּאָליטיק פֿון גאַליציע איז געווען פֿול מיט שׂינאה און בלוט. אין 1846 האָבן די פּוילישע פּויערים אויסגעקוילעט מער ווי איין טויזנט פּוילישע פּריצים; אין 1908 האָט אַן אוקראַיִנער נאַציאָנאַליסט דערהרגעט דעם גובערנאַטאָר פֿון גאַליציע גראַף פּאָטאָצקי. אמת, גאַליציע האָט ניט געהאַט אַזעלכע פּאָגראָמען אויף ייִדן ווי רוסלאַנד, כּל־זמן די מאַכט איז געווען אין די הענט פֿון די האַבסבורגן, אָבער די באַציִונגען צווישן ייִדן און זייערע שכנים זײַנען קיין מאָל ניט געווען פֿרײַנדלעך.
דווקא די עקאָנאָמישע פּאָליטיק פֿון דער עסטרײַכישער רעגירונג איז געווען די הויפּט־סיבה פֿון די סאָציאַלע און פּאָליטישע צרות פֿון גאַליציע. אין ווין האָט מען באַטראַכט גאַליציע ווי אַ ווילד לאַנד, ערגעץ צווישן אייראָפּע און אַזיע. די פּראָווינץ איז פֿאַרבליבן צוריקגעשטאַנען און אָרעם. להיפּוך צו די אַנדערע טיילן פֿון דער אימפּעריע, האָט גאַליציע ניט געהאַט קיין אינדוסטריעלע אַנטוויקלונג.
די איינציקע בראַנזשע, וואָס האָט זיך יאָ אַנטוויקלט צום סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט איז געווען דער אַרויסבאַקום פֿון נאַפֿט, וואָס מען האָט אַנטדעקט לעבן דראָהאָביטש. דער ביטערער גורל פֿון אוקראַיִנישע פּויערים, וועלכע זײַנען געקומען צו אַרבעטן אויף די נאַפֿט־פֿעלדער, איז באַשריבן געוואָרן אינעם ראָמאַן "באָאַ קאָנסטריקטאָר" פֿונעם אוקראיִנישן שרײַבער איוואַן פֿראַנקאָ. דער נעגאַטיווער העלד פֿונעם ראָמאַן איז אַ ייִדישער אונטערנעמער, וואָס עקספּלואַטירט די אוקראַיִנישע אַרבעטער. אָבער אידעאָלאָגיש איז פֿראַנקאָ ניט געווען קיין אַנטיסעמיט. ווען ער האָט שטודירט אין ווינער אוניווערסיטעט, האָט ער זיך געטראָפֿן מיט טעאָדאָר הערצל און אַרומגערעדט מיט אים דעם ציוניסטישן פּלאַן פֿון אויפֿבויען אַ ייִדישע מלוכה. שפּעטער האָט פֿראַנקאָ אָנגעשריבן אַ וואַרעמע רעצענזיע אויף הערצלס בוך.
דער בײַשפּיל פֿון פֿראַנקאָ אילוסטרירט דעם פֿאַרפּלאָנטערטן מצבֿ פֿון די צווישן־נאַציאָנאַלע באַציִונגען אין דער אַמאָליקער גאַליציע. סײַ די פּוילישע, און סײַ די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן האָבן געהאַט אַ קנאַפּע טאָלעראַנץ צו ייִדן ווי אַ באַזונדערע עדה אין "זייער" גאַליציע, אָבער זיי זײַנען געשטימט געווען סימפּאַטיש צום ציוניזם, ווי אַן אופֿן צו לייזן די "ייִדישע פֿראַגע".
פּראָפֿעסאָר וווּלף איז אַ בקי אין דרײַ פֿאַרשידענע פֿעלדער׃ אין פּוילישער, עסטרײַכישער און אוקראַיִנישער געשיכטע און קולטור. אָבער ווען עס קומט צו די ייִדן, שעפּט ער זײַן אינפֿאָרמאַציע פֿון די צווייטע הענט. ייִדן רעדן אין זײַן בוך אויף דײַטש און פּויליש, ניט אויף ייִדיש און העברעיִש. עס פֿעלן אויס די זכרונות פֿון מלך ראַוויטש, יעקבֿ מעסטעל, מענדל נײַגרעשל, מאיר ווינער, וואָס טראָגן אַליין זייער אייגענע "אידעע פֿון גאַליציע". אָבער דאָס איז אַ חסרון, וואָס איז טיפּיש פֿאַר כּמעט אַלע היסטאָרישע פֿאָרשונגען פֿון מיזרח־אייראָפּע.