ייִדיש־וועלט, קולטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
צייכענונג פֿון ס. גאָראָדעצקי
צייכענונג פֿון ס. גאָראָדעצקי

וועגן זייער אַ סך זאַכן וואָלט מען געקענט שרײַבן צו שלום אַשס יוביליי — ער איז געבוירן געוואָרן דעם ערשטן יאַנואַר 1880. אויף דער שקאַלע פֿון דערפֿאָלג, פֿאַרנעמט ער, בלי-ספֿק, איינע פֿון די העכסטע ערטער אין דער ייִדישער ליטעראַטור. שלום-עליכם און יצחק באַשעוויס-זינגער זײַנען, אַ פּנים, די איינציקע, וואָס האָבן אים איבערגעשטיגן. אמת, דער הײַנטיקער דור קען אַשן זייער ווייניק.

איך האָב קאָנטראָלירט די קאַטאַלאָגן פֿון דער ניו-יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק און פֿון דער ביבליאָטעק פֿון קאָנגרעס, און ביידע האָבן מיר באַוויזן, אַז זינט 2006 איז קיין איין בוך פֿון אַשן ניט אַרויס אויף ענגליש. אויף רוסיש — יאָ, אין 2008 און 2009. אָבער דווקא אין אַמעריקע, אויף ענגליש, איז שלום אַש געווען אַ מאָל געוואַלדיק ברייט געלייענט. אַ סבֿרא, אַז דאָס איז געווען, דער עיקר, אַ פּאָפּולערקייט צווישן אַ געוויסן דור ייִדן — קינדער פֿון ייִדיש־רעדנדיקע עלטערן. פֿאַר זיי איז די מיזרח-אייראָפּעיִשע קולטור ניט געווען ווילד-פֿרעמד, אָבער אויף ייִדיש האָבן זיי שוין לייענען ניט געקענט. וועגן זײַן פּאָפּולערקייט זאָגט עדות דער Asch Loop — דער אָנהייב-טייל פֿון דעם באַוווּסטן בראָנקסער "קאָאָפּ-סיטי", אין ניו-יאָרק. איך בין אָבער זיכער, אַז די איצטיקע תּושבֿים פֿון דעם "קאָאָפּ-סיטי", ס׳רובֿ פֿון זיי ניט קיין ייִדן, האָבן ניט קיין אַנונג, לכּבֿוד וואָס פֿאַר אַן "אַש" איז זייער געגנט אָנגערופֿן געוואָרן מיט אַרום פֿיר יאָרצענדליק צוריק.

וואָס שייך שלום אַשס ייִדישן לייענער, איז ער דראַמאַטיש מינימיזירט געוואָרן צוזאַמען מיט דער מינימיזאַציע פֿון דער וועלטלעכער ייִדישער פּרעסע. אַ מאָל פֿלעגט דאָך די פּרעסע דערטראָגן זײַן נאָמען צו הונדערטער טויזנטער יחידים. אין משך פֿון אַ פֿערטל יאָרהונדערט האָט שלום אַש געשפּילט די ראָלע פֿון דעם ליטעראַרישן שטערן פֿון "פֿאָרווערטס". מענדל אָשעראָוויטש, אַ פֿירנדיקער זשורנאַליסט פֿון "פֿאָרווערטס", האָט געשריבן וועגן אַשס פֿאַרבינדונגען מיט דער צײַטונג, אַז "דאָס זײַנען געווען די בעסטע יאָרן פֿון שלום אַשס שאַפֿן". "און די ווערק וואָס ער האָט דאַן געשריבן — די ווערק וואָס דער ׳פֿאָרווערטס׳ האָט שטענדיק מיט אַזאַ פּאַראַד אַרײַנגעפֿירט אין די ברייטע קרײַזן פֿון די ייִדישע פֿאָלקס־מאַסן — האָבן אים געמאַכט באַרימט אין דער ייִדישער ליטעראַטור און אויך אין דער וועלט-ליטעראַטור".

אַ פּאָר צענדליק אַשס ביכער זײַנען אויך אַרויסגעגעבן געוואָרן דורכן "פֿאָרווערטס". זײַנע ווערק פֿלעגט מען הערן אין ייִדישע ראַדיאָ-פּראָגראַמען. אויף דער ייִדישער בינע האָט מען געשפּילט זײַנע פּיעסעס. אַש פֿלעגט אַרויסטרעטן אויף ליטעראַרישע אָוונטן. ער איז אויך געווען ברייט באַקאַנט ווי אַ כּלל-טוער, בפֿרט פֿון "דזשוינט", וווּ ער איז געווען איינער פֿון די גדולים.

מיר איז שווער צו זאָגן, וואָס מע לערנט הײַנט אין ייִדישע שולן אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער. כ׳האָב זיך מיט דעם קיין מאָל פּראָפֿעסיאָנעל ניט אינטערעסירט. אָבער מיר שײַנט, אַז שלום אַש גייט ניט אַרײַן אין די לערן-פּראָגראַמען פֿון ייִדישע בילדונג-אינסטיטוציעס, לכל-הפּחות, פֿון ס׳רובֿ פֿון זיי. איך האָב די העזה צו טענהן עס, ווײַל די סטודענטן, וואָס איך זע יאָר-אײַן יאָר-אויס אין מײַנע אוניווערסיטעט-קלאַסן, האָבן וועגן אַשן קיין מאָל ניט געהערט. עס האָט זיך באַקומען אַזוי (כ׳וועל דאָ ניט אַנאַליזירן די סיבות פֿון דעם פֿענאָמען), אַז זײַנע ווערק האָבן כּמעט ניט געפֿונען קיין אָרט אין דער הײַנטיקער, ניט-ייִדיש-שפּראַכיקער, ייִדישער קולטור.

אין דער אַקאַדעמישער וועלט פֿאַרגעסט מען ניט וועגן אים. זײַנע ווערק פּאַלמעסט מען אויף קאָנפֿערענצן און אין ספּעציעלע פּובליקאַציעס. אָבער ווײַטער פֿון דעם גייט עס בדרך-כּלל ניט. קיין באַלעבאַטישע ביאָגראַפֿיע פֿון שלום אַשן איז ניטאָ, און קיינער שרײַבט עס, דאַכט זיך, ניט. אמת, פֿון מאָל צו מאָל דערמאָנט מען זיך וועגן סקאַנדאַלן אַרום שלום אַשן.

וואָס שייך סקאַנדאַלן איז שלום אַש טאַקע געווען אַ מײַסטער. מע וואָלט אַפֿילו געקענט אָנשרײַבן אַ בוך נאָר וועגן די דאָזיקע סקאַנדאַלן. ערשטנס, אין שײַכות מיט דער פּיעסע "גאָט פֿון נקמה" (מיט אַ שאַנדהויז און אַ לעסביאַנער ליבע אין צענטער פֿון דער סיפּור-המעשׂה), וואָס די אַמעריקאַנער פּרעסע האָט געהאַלטן אין איין אַרומרעדן אין די 1920ער יאָרן. צווייטנס, אַשס גאַנץ גוטע באַציִונגען מיט דער פּוילישער רעגירונג פֿון מאַרשאַל יוזעף פּילסודסקי (אין 1932 איז אַש געווען באַלוינט מיטן אָרדען "פּאָלאָניאַ רעסטיטוטאַ"), ניט געקוקט אויף דעם אַנטיסעמיטישן קלימאַט אין לאַנד. דריטנס, זײַנע "קריסטלעכע" ראָמאַנען, צוליב וועלכע עס האָט זיך סוף-כּל-סוף איבערגעריסן אַשס פֿאַרבינדונג מיטן "פֿאָרווערטס" (וועגן דעם דאָזיקן ענין האָב איך געהאַט געשריבן אין דעם זשורנאַל "צוקונפֿט" — זען www.tsukunft.org/shalom esh.html). פֿערטנס, אַשס מיטאַרבעט מיט דער קאָמוניסטישער צײַטונג "מאָרגן-פֿרײַהייט".

מע קען צוגעבן נאָך אַ היפּש ביסל קלענערע סקאַנדאַלעכלעך. ניט זעלטן איז עס געווען פֿאַרבונדן מיט קינה, ווײַל אַש איז געווען דער רײַכסטער צווישן אַלע ייִדישע פּען-מענטשן. ער איז געווען אין אַ באַזונדערער ליגע. און דאָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, אַרויסגערופֿן פֿאַרשיידענע געפֿילן. אַ סך מענטשן האָבן אים עס ניט געקענט פֿאַרגינען. בפֿרט נאָך, אַז אַש האָט זיך אָפֿט מאָל אויפֿגעפֿירט ווי אַ פּריץ צווישן אָרעמע לײַט; האָט ניט געקענט זיך אײַנהאַלטן פֿון שיטן זאַמד אין די אויגן.

איינער פֿון זיי איז געווען פֿאַרבונדן מיט זײַן נסיעה, אין 1928, קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אַ טוץ "פֿאָרווערטס"-לײַט, אַרײַנגערעכנט דעם רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן, האָבן באַזוכט רוסלאַנד, אָבער נאָר אַשס רײַזע האָט געהאַט אַ באמת רעשיקן אָפּקלאַנג אין דער ייִדישער פּרעסע. אייניקע פּרטים פֿון די געשעענישן אין מאָסקווע האָט באַשריבן הערש סמאָליאַר אין זײַן בוך "פֿון אינעווייניק: זכרונות וועגן דער ,יעווסעקציע׳" (תּל-אָבֿיבֿ, 1978). אַ פֿירנדיקע פֿיגור אינעם פּויליש־ייִדישן לעבן אין די יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה, איז סמאָליאַר דעמאָלט געווען אַ יונגער אַקטיוויסט אין דער "יעווסעקציע", ווי מע האָט גערופֿן די ייִדישע סעקציעס בײַ דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.

* * *

צוויי מאָל איז אויף די זיצונגען פֿון צענטראַל-ביוראָ [פֿון די ייִדישע סעקציעס בײַ דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי] באַהאַנדלט געוואָרן דער ענין שלום אַש. דאָס ערשטע מאָל — וועגן דעם אופֿן פֿון אים אויפֿנעמען. דערבײַ האָבן סײַ טשעמעריסקי און סײַ אסתּר [ביידע זײַנע געווען די פֿירער פֿון די ייִדישע סעקציעס] אונטערגעשטראָכן דעם האַלב-אָפֿיציעלן כאַראַקטער פֿון שלום אַשס וויזיט (די אײַנלאַדונג איז געקומען לויט דער איניציאַטיוו פֿון מאַקסים גאָרקי) און די נייטיקייט אַרויסצוּווײַזן לגבי אים מאַקסימום טאַקט, אַפֿילו פֿרײַנדשאַפֿט, נישט געקוקט אויף אַלע אידעאָלאָגישע באַוואָרענישן לגבי זײַנע ווערק און דערווידערונגען לגבי זײַנע פּאָליטישע שטעלונגען. אין הסכּם מיט דער דאָזיקער ריכטליניע האָט געדאַרפֿט האַנדלען דער פֿאַראַנטוואָרטלעכער מצד דעם צענטראַל־ביוראָ משה ליטוואַקאָוו [הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון דער מאָסקווער ייִדישער צײַטונג "עמעס"]. געשען איז אָבער פּונקט דאָס פֿאַרקערטע.

הגם די מיטגלידער פֿונעם צענטראַל־ביוראָ האָבן גוט געקענט ליטוואַקאָוון און געוווּסט, אַז אין זײַן סטיכיע געפֿינט ער זיך תּמיד ווען ער האָט די געלעגנהייט זיך אָפּצורעכענען מיט אַן אידעיִשן קעגנער אָדער מיט אַ שרײַבער, וועמענס ווערק עס געפֿעלן אים נישט, אָדער ווען ער האָט געוויסע פּאָליטישע חשבונות מיטן אויטאָר — האָט מען אים דאָך אָנגעטרויט די מיסיע אויפֿצונעמען שלום אַשן און צו זײַן דעליקאַט בעת יעדער באַגעגעניש מיט אים.

אַ צווייטן מאָל איז דער ענין שלום אַש געשטאַנען אויף אַ זיצונג פֿון דעם צענטראַל־ביוראָ וואָס האָט זיך פֿאַרוואַנדלט ממש אין אַ מישפּט איבער ליטוואַקאָוון.

דער גרויסער באַנקעט לכּבֿוד שלום אַשן, אין וועלכן עס האָבן זיך באַטייליקט צענדליקער ייִדישע פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע טוער, ייִדישע שרײַבער, אַקטיאָרן, קינסטלער, האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ רעדע פֿון ליטוואַקאָוון, וואָס ער האָט נישט באַוויזן צו פֿאַרענדיקן. אים האָט מיט אַ הילכיקן קלאַפּ אין טיש איבערגעריסן שלום אַש, וועלכער האָט זיך אויפֿגעשטעלט און אַליין גענומען רעדן, פֿול מיט אויפֿרעגונג.

אין דער ערשטער מינוט איז שווער געווען זיך צו אָריענטירן וואָס אייגנטלעך דאָ איז פֿאָרגעקומען, פֿאַר וואָס האָט שלום אַש אַזוי רעאַגירט? אַפֿילו אויף דער זיצונג פֿונעם צענטראַל־ביוראָ, ווען מען האָט געוואָלט זיך דערוויסן די סיבה פֿון אַזאַ שאַרפֿער רעאַקציע מצד שלום אַשן, האָט מען אויסגעדריקט די מיינונג, אַז וואַרשײַנדלעך איז ער פֿון פֿאָרויס געווען אײַנגעשטעלט דערויף, כּדי צו ווײַזן "פֿאַר דער וועלט", אַז די ליניע פֿון מאָסקווע "אַוועקצולייגן אויף דער באַנק און אָפּצושמײַסן", וועט צו אים קיין שײַכות נישט האָבן. אַנאַליזירנדיק אָבער די רייד פֿון ליטוואַקאָוון, וועלכע האָבן שלום אַשס רעאַקציע אַרויסגערופֿן, האָבן מיר צווישן זיך זיי קאָמענטירט מיטן רוסישן שפּריכוואָרט: "גאָרבאַטאָגאָ מאָגילאַ איספּראַוויט" — "אַ הויקער וועט שוין דער קבֿר פֿאַרריכטן". פֿון ליטוואַקאָוון איז אַרויסגעקראָכן בעת-מעשׂה דאָס גאַליקע, דאָס "שפּילקעלע". ער האָט גערעדט וועגן דעם, אַז בײַ ייִדן קרוינט מען באַלד "פֿאַר אַן אויסערגעוויינטלעך גרויסן" (ער האָט זיך באַנוצט מיטן רוסישן אויסדרוק "מאַסטיטי") יעדן קינסטלער.

שלום אַש האָט זיך דערפֿון געפֿילט געטראָפֿן און געזאָגט דערבײַ, אַז ער וועט קיינעם נישט דערלויבן צו פּסקענען וועגן זײַן ליטעראַרישער כּשרות. דערבײַ איז ער אַרויס פֿון הינטערן טיש און אַרום אים האָבן זיך גענומען זאַמלען מענטשן, אים באַרויִקן. עמעץ האָט געעצהט ליטוואַקאָוון צו געבן אַ דערקלערונג, רופֿן צו פֿירן ווײַטער דעם שמועס. געבליבן איז דער אײַנדרוק פֿון אַן עפֿנטלעכן סקאַנדאַל.

אַזעלכע געשרייען ווי עס זענען געווען בעת דער צווייטער זיצונג פֿון דעם צענטראַלן ביוראָ האָב איך קיין מאָל נישט געהערט. דער טויבלעכער טשעמעריסקי פֿלעגט בכלל רעדן הויך. דאָס מאָל האָט ער מיט אַזאַ שנעלקייט און געשריי אויסגעדריקט דעם צאָרן לגבי דעם געשעענעם, וואָס וועט זיך אויסווירקן אויף אונדזער גאַנצער אַרבעט, אַז מיר האָבן זיך געריכט אויף זײַן פֿאָרשלאָג אויסצושליסן ליטוואַקאָוון פֿון באַשטאַנד פֿון דעם צענטראַל-ביוראָ. אַזאַ פֿאָרשלאָג איז אָבער נישט געקומען. דאַקעגן איז געקומען אסתּרס אַ רעדע, בעת וועלכער אונדז האָט פּשוט אָנגענומען אַ רחמנות אויף ליטוואַקאָוון. ער האָט זיך אײַנגעקאָרטשעט אין זיך, איז נאָך קליינוווּקסיקער געוואָרן ווי געוויינטלעך און האָט געהאַלטן אין איין אַראָפּנעמען די פּענסנע און זיי צוריק אַרויפֿזעצן אויף זײַן צעפֿאַלדעוועטער קליינער נאָז — אַ סימן פֿון העכסטער אויפֿרעגונג.

די גרעסטע סענסאַציע פֿאַר אונדז איז אָבער געווען, ווען אין "עמעס" האָט זיך נאָך דעם באַוויזן אַן אַרטיקל פֿון ליטוואַקאָוון, וועלכער האָט נאָך שאַרפֿער אָנגעגריפֿן שלום אַשן צוליב זײַן באַגריסן און לויבן פּילסודסקין. דעם "סוד" פֿון באַווײַזן זיך פֿון דעם אַרטיקל האָב איך זיך דערוווּסט פֿון יאַשע ריוועסן [ריוועס איז געווען דער געהילף פֿון אַלעקסאַנדער טשעמעריסקי]. דאָס אַרטיקל איז געווען אַ רעאַקציע און אַן אופֿן פֿון זעלבסט-פֿאַרטיידיקונג — שוין נישט מצד ליטוואַקאָוון בלויז, נאָר פֿון דעם צענטראַל-ביוראָ פֿון די ייִדישע סעקציעס קעגן די פֿילצאָליקע אַרטיקלען אין דער גאַנצער ייִדישער (חוץ קאָמוניסטישער) פּרעסע אין דער וועלט, וואָס האָט שלום אַשס אַרויסטרעטונג אָפּגעשאַצט ווי אַ נצחון איבער דער יעווסעקציע. פֿון ריוועסעס רייד האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז ליטוואַקאָווס לעצטער אַרטיקל קעגן שלום אַשן איז געווען אין הסכּם מיט העכערע אינסטאַנצן.

* * *

דער דאָזיקער ענין אילוסטרירט דעם אינטערעסאַנטן פֿענאָמען, וואָס איז געווען כאַראַקטעריש פֿאַר ייִדישער קולטור-טעטיקייט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. איך מיין דעם אונטערשייד צווישן די "גענעראַל-ליניעס" פֿון דעם ייִדישן אַפּאַראַט, דאָס הייסט פֿון דער "יעווסעקציע", און אַנדערע אָפּטיילן פֿון דער סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע-מאַשין. נחום כאַנין, דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער ייִדישער אַרבעטער-טוער, האָט געשריבן אין "פֿאָרווערטס" (דעם 28סטן דעצעמבער 1928), אַז בעת די ווערק פֿון אַזעלכע אויסלענדישע שרײַבער ווי שלום אַש זײַנען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אויף ייִדיש ניט אַרויסגעגעבן געוואָרן, זײַנען זיי אָפּגעקויפֿט געוואָרן פֿון פֿאַרלאַגן אויף אַרויסצוגעבן זיי אין רוסישע איבערזעצונגען. למשל, אַזוי זײַנען אויף רוסיש אַרויס ווערק פֿון שלום אַשן, אַב. קאַהאַנען און י. י. זינגערן.

גלײַכצײַטיק, אַ קאָנטאַקט מיט שלום אַשן האָט געקענט קלינגען ווי אַ באַשולדיקונג אין דער סאָוועטיש-ייִדישער סבֿיבֿה. אַזוי איז עס געווען, אַ שטייגער, מיט שלמה מיכאָעלס און בנימין זוסקין, די פֿירנדיקע פֿיגורן אין דעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער (וואָס האָט אָנהייב 1920ער יאָרן געשפּילט אַשס "גאָט פֿון נקמה"). בעת אַשס רײַזע אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט זיך דער טעאַטער געפֿונען אין אייראָפּע. מיט אַשן האָבן מיכאָעלס און זונסקין זיך באַגעגנט בײַ דוד בערגעלסאָנען, אין זײַן בערלינער דירה. שפּעטער, שוין אין פּאַריז, ווען אַש האָט זיך אומגעקערט פֿון רוסלאַנד, האָט ער פֿאַרבעטן די אַקטיאָרן צו זיך, צו טרינקען טיי אין אַשס ווילע הינטער פּאַריז. "טיי מיט אַשן" האָט מען אין מאָסקווע אָפּגעשאַצט ווי אַ פֿלעק אויף דער רעפּוטאַציע פֿונעם טעאַטער. אמת, אין פֿופֿצן יאָר אַרום, אין 1943, איז שלום אַש צוניץ געקומען, ווײַל ער איז דעמאָלט געוואָרן פּראָ־סאָוועטיש, געדרוקט זײַנע ווערק אין דער קאָמוניסטישער פּרעסע.

וואָס שייך שלום אַשס פֿאַרבינדונגען מיט מאַקסים גאָרקין, דעם גורו פֿון דער סאָוועטישער ליטעראַרישער וועלט, איז וועגן דעם שוין ניט ווייניק אָנגעשריבן געוואָרן. דאָס איז אַ געשיכטע, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מער ווי מיט אַ יאָרהונדערט צוריק. ווײַטער ווערט געבראַכט אַן אויסצוג פֿון דעם אַרטיקל "מאַקסים גאָרקי און דער יונגער שלום אַש" (1977) פֿון דעם סאָוועטישן (בעסאַראַבישן) ליטעראַטור-היסטאָריקער בערל רויזן:

שלום אַש איז מער ווי פֿיל אַנדערע ייִדישע שרײַבערס אין אָנהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט גיך אַריבערגעטראָטן די ראַמען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, און זײַענדיק נאָך גאָר אַ יונגער שרײַבער, אין עלטער פֿון קוים 25—26 יאָר, איז שוין זײַן נאָמען געווען באַקאַנט אין דער דײַטשישער, פּוילישער און אויך דער רוסישער ליטעראַטור.

זײַן ערשטע דערציילונג אויף ייִדיש "משהלע" איז געווען געדרוקט אין דער וואָכנשריפֿט "דער יוד" אין יאָר 1900, און זײַנע אַ זאַמלונג דערציילונגען "אין אַ שלעכטער צײַט", וואָס איז אין גיכן דערשינען (1903), האָט צוגעצויגן די אויפֿמערקזאַמקייט פֿון די לייענערס און קריטיקערס. באַרימט געמאַכט אין דער שרײַבער-וועלט האָט אים "דאָס שטעטל", וואָס איז דערשינען אין בוכפֿאָרם לערך אַ יאָר שפּעטער.

זײַן ערשטע דראַמע "מיטן שטראָם" איז באַלד איבערגעזעצט געוואָרן אויף פּויליש און אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף דער פּוילישער בינע אין יאָר 1905. "גאָט פֿון נקמה" און "משיחס צײַטן" האָט מען געשטעלט מיט גרויס דערפֿאָלג אויף דער רוסישער בינע אין פּעטערבורג, אויף דער דײַטשישער בינע אין בערלין און אין אַנדערע גרויסע שטעט.

מאַקסים גאָרקי און שלום אַש, מאָסקווע 1930
מאַקסים גאָרקי און שלום אַש, מאָסקווע 1930
FORWARD ASSOCIATION

מאַקסים גאָרקי האָט אין יענעם פּעריאָד זיך זייער אינטערעסירט מיט ייִדן, ייִדישער ליטעראַטור, מיטן ייִדישן לעבן בכלל. אין 1901 האָט ער פּלאַנירט מיט אייגענע מיטלען אַרויסגעבן אַ זאַמלונג "דערציילונגען פֿון ייִדישע בעלעטריסטן", געהאַט בדעה אַליין אָנצושרײַבן אַ פּיעסע, וווּ דער הויפּטהעלד האָט געזאָלט זײַן אַ ייִד.

"...בכלל האָב איך די לעצטע צײַט — שרײַבט גאָרקי אין אַ בריוו צו אַ פֿרײַנד — זיך שטאַרק דערנענטערט צום ייִדנטום. כ׳האָב בדעה זיך נאָך מער צו דערנענטערן, זיך בעסער באַקענען מיט זיי און עפּעס אָנשרײַבן...

"וואָס פֿאַר אַ וווּנדערבאַרע יאַטן עס זײַנען פֿאַראַן צווישן די שרײַבערס — ייִדן! טאַלאַנטירטע חבֿרה! שדים!"

מיט שלום אַשס שאַפֿן איז גאָרקי געווען באַקאַנט פֿון סאַמע אָנהייב פֿון זײַן ליטעראַרישער טעטיקייט. שוין אין 1903 איז אין "ניזשעגאָראָדסקי ליסטאָק", אַ צײַטונג, וווּ גאָרקי איז געווען דער ליטעראַרישער וואָרטזאָגער, דערשינען אַשס דערציילונג "די צוגערויבטע קלאַנגען" אין רוסישער איבערזעצונג.

אָבער צו אַ נענטערער באַקאַנטשאַפֿט צווישן ביידע שרײַבער איז געקומען ערשט שפּעטער, נאָך דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע, אין די יאָרן פֿון פּאָליטישער רעאַקציע פֿון 1907—1912, וואָס האָט זיך שווער אָפּגערופֿן אויפֿן מצבֿ פֿון דער פּראָגרעסיווער און רעאַליסטישער ליטעראַטור אין רוסלאַנד. [...]

מאַקסים גאָרקי האָט דעמאָלט פֿון דער ווײַטנס, פֿון אינדזל קאַפּרי, וווּהין ער האָט געמוזט עמיגרירן און בלײַבן וווינען אַ סך יאָרן, אָנגעפֿירט מיטן פֿאַרלאַג און די זאַמלביכער "זנאַניע" ["קענטעניש"], וווּ עס זײַנען דערשינען די ווערק פֿון די שרײַבערס, וואָס זײַנען טרײַ געבליבן די טראַדיציעס פֿון רעאַליזם. גאָרקי האָט זיך באַמיט צוציִען די בעסטע פֿרישע כּוחות פֿון דער רוסישער און די נאַציאָנאַלע ליטעראַטורן. אָנטרעפֿנדיק אויף אַ יונגן טאַלאַנטירטן שרײַבער, האָט גאָרקי אים געשטיצט, זיך באַמיט צו שטעלן אויפֿן ריכטיקן וועג [...].

כאָטש שלום אַש האָט געהאַלטן, אַז ער איז אַ תּלמיד פֿון לעוו טאָלסטאָי, קאַטעגאָריש דערקלערט, אַז איינפֿאַכקייט אין פֿאָרעם און וואַרהאַפֿטיקייט אין אינהאַלט האָט ער זיך געלערנט בײַ אים, בײַ טאָלסטאָיען, וועלכער האָט אויף אים געווירקט מער ווי אַלע אַנדערע גרויסע שריפֿטשטעלערס, האָט אַשן פֿון דעסטוועגן געצויגן צו דער סבֿיבֿה פֿון לעאָניד אַנדרייעוו, צו די סימבאָלישע שטימונגען פֿון זאַמלביכער "שיפּאָווניק" ["דאָרנרויז"]. [מע מוז זאָגן, אַז לעאָניד אַנדרייעוו איז געווען זייער פּאָפּולער בײַם ייִדישן לייענער אין רוסלאַנד, אַמעריקע און אַנדערע לענדער — ג.ע.]

אין 1908 האָט דער פֿאַרלאַג "שיפּאָווניק" אַרויסגעגעבן צוויי בענדער פֿון ש. אַשס ווערק. ל. אַנדרייעוו האָט אין פֿינפֿטן זאַמלבוך "שיפּאָווניק" פֿאַרעפֿנטלעכט אַשס דראַמע "שבתי צבֿי".

גאָרקי האָט פֿון אָנהייב אָן דערפֿילט ש. אַשס קרעפֿטיקן טאַלאַנט, אים הויך געשאַצט, געשטעלט העכער אין פֿאַרגלײַך מיט אַלע אַנדערע אים באַקאַנטע ייִדישע און רוסיש-ייִדישע שרײַבערס, און אויסגעדריקט זײַן צופֿרידנקייט, ווען אים האָט זיך אײַנגעגעבן אַריבערצוציִען אַשן אויף דער זײַט פֿון "זנאַניע".

"איך בין זייער צופֿרידן — שרײַבט גאָרקי אין אַ בריוו פֿון קאַפּרי צו פּיאַטניצקין, דעם דירעקטאָר פֿון "זנאַניע" — וואָס ש. אַש גייט איבער צו אונדז. לויט מײַן מיינונג איז ער דער טאַלאַנטירטסטער פֿון די הײַנטצײַטיקע שרײַבערס ייִדן..."

דער ראָמאַנטיזם, וואָס לאָזט זיך פֿילן אין ש. אַשס ווערק אין ערשטן פּעריאָד פֿון זײַן שאַפֿן, און באַזונדערס אין "שטעטל", איז גאָרקין גראָד געווען צום האַרצן, ווײַל ער האָט געהאַלטן, אַז:

"דער ראָמאַנטיזם דינט צום פֿאַרשטאַרקן דעם מענטשנס ווילן, דערוועקט אין אים אַ בונט קעגן דער גרויער ווירקלעכקייט... בײַ די גרויסע קינסטלערס זײַנען רעאַליזם און ראָמאַנטיזם שטענדיק ווי פֿאַראייניקט."

אין 1908 האָט שלום אַש זיך געווענדעט אין פֿאַרלאַג "זנאַניע" מיטן פֿאָרשלאָג אַרויסצוגעבן זײַן "שטעטל" אין רוסישער איבערזעצונג אין דער פּאָפּולערער סעריע "די ביליקע ביבליאָטעק". גאָרקי האָט באַלד דערויף געגעבן זײַן הסכּמה. צו יענער צײַט זײַנען גאָרקי און אַש שוין געווען פּערזענלעך באַקאַנט. ווינטער 1907—1908 האָט אַש בעת זײַן רײַזע קיין איטאַליע באַזוכט גאָרקין אין זײַן וווינונג אויפֿן אינדזל קאַפּרי.

אויפֿן צווייטן טאָג נאָך זייער באַגעגעניש האָט גאָרקי געשריבן אין אַ בריוו צו פּיאַטניצקין:

"געווען בײַ מיר נעכטן צו גאַסט ש. אַש. אַן אינטערעסאַנטער חבֿרהמאַן און, ווי עס ווײַזט אויס, גאָר אַ טאַלאַנטירטער".

פֿון דעם זעלבן בריוו ווערן מיר, אַגבֿ, געווויר, אַז שוין דאַן, מיט העכער דרײַסיק יאָר פֿאַרן פֿאַרעפֿנטלעכן "דעם מאַן פֿון נצרת" [דער ערשטער פֿון אַשס "קריסטלעכע" ראָמאַנען], האָט ש. אַש זיך שוין אַרומגעטראָגן מיטן געדאַנק צו שרײַבן אַ בוך וועגן לעבן פֿון יעזוס קריסטוס, וועגן וועלכן ער האָט דערציילט גאָרקין און אים פֿאָרגעלייגט עס אַרויסצוגעבן אין פֿאַרלאַג "זנאַניע".

מ. גאָרקיס פּאָזיטיווע אָפּשאַצונג פֿון ש. אַשס ווערק קאָן מען בעסער פֿאַרשטיין, ווען מען באַטראַכט זי אין צוזאַמענהאַנג מיט זײַן באַציִונג צו די רוסיש-ייִדישע שרײַבער פֿון יענער צײַט.

די רוסיש-ייִדישע ליטעראַטור האָט שוין אין אָנהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט זיך געהאַט באַפֿרײַט פֿון די משׂכּילישע, אַסימילאַטאָרישע און אַפּאָלאָגעטישע טענדענצן, וואָס זײַנען געווען כאַראַקטעריש פֿאַר איר אין די ווערק פֿון לעוואַנדאַ, באַגראָוו א״אַ אין דער צווייטער העלפֿט פֿון 19טן יאָרהונדערט. דער קרײַז פֿון זייערע לייענער האָט זיך באַדײַטנדיק פֿאַרברייטערט, זייערע ווערק זײַנען אַלץ אָפֿטער דערשינען אין די סאָלידע רוסישע זשורנאַלן און זאַמלביכער. אַזוי, למשל, האָבן דוד אײַזמאַן און סאָלאָמאָן יושקעוויטש, די פּאָפּולערע רוסיש-ייִדישע שרײַבער פֿון יענעם פּעריאָד, געדרוקט זייערע ווערק אין "רוסקאָיע באָגאַטסטוואָ", "סאָוורעמענניק", "וועסטניק יעווראָפּי".

מאַקסים גאָרקי איז נישט נאָר געווען גוט באַקאַנט מיטן שאַפֿן פֿון די רוסיש-ייִדישע שרײַבער, נאָר אויך פֿיל פֿון זיי געשטיצט מאָראַליש און מאַטעריעל; פֿיל מיטגעהאָלפֿן אין פֿאַרעפֿנטלעכן זייערע ווערק. אַזוי איז אַ פֿולע זאַמלונג פֿון יושקעוויטשעס ווערק אין 8 בענדער דערשינען אין פֿאַרלאַג "זנאַניע". אײַזמאַנס דערציילונגען האָבן זיך אָפֿט געדרוקט אין די זאַמלביכער "זנאַניע".

אָבער איינצײַטיק מיט זײַן הילפֿס־גרייטקייט און דערמוטיקונג האָט גאָרקי נישט פֿאַרשוויגן זייערע חסרונות; נישט געשוינט, כּסדר אָנגעוויזן און שאַרף געטאַדלט זייערע פֿעלערן און בלאָנדזשענישן. אײַזמאַן און יושקעוויטש האָבן ביידע אין זייערע ווערק, באַשרײַבנדיק די שווערע פּאָליטישע און עקאָנאָמישע לאַגע פֿון די ייִדן אין דער גרויסער שטאָט און שילדערנדיק די גרויזאַמע כוואַליע פּאָגראָמען פֿון 1903—1905, צו פֿיל און צו אָפֿט זיך אַרײַנגעלאָזט אין באַשרײַבן די בלוטיקע און גרויליקע מעשׂים-תּעתּועים, געמאָלט מיט אַ שפֿע דעטאַלן די ווילדע רציחות פֿון די פּאָגראָמשטשיקעס.

גאָרקין איז דאָס, לחלוטין, נישט געפֿעלן, און ער האָט זיך שאַרף אַרויסגעזאָגט קעגן אַזאַ אופֿן שרײַבן וועגן די טראַגישע געשעענישן. ער האָט זיך באַמיט זיי איבערצײַגן, אַז מיט נאַטוראַליסטישע שילדערונגען, מיט גיסן טײַכן טרערן, דערגרייכט נישט דער שרײַבער זײַן ציל; אַז דער צוגאַנג פֿון קינסטלער צו דער טרויעריקער טעמע באַדאַרף זײַן גאָר אַן אַנדערער.

נישט אַרויסרופֿן רחמנות צום קרבן דורך מאָלן זײַנע לײַדן באַדאַרף דער שרײַבער, נאָר אויפֿדעקן און אָנווײַזן, אַז דער רוצח און די מאַכטהאָבער, וואָס שטייען הינטער זײַנע פּלייצעס און פֿירן אָן מיט זײַן בלוטיקער האַנט, ווילדעווען אונטער דער ווירקונג פֿון חיהשן פּחד פֿאַר דעם נײַעם און מענטשלעך-קרעפֿטיקן, וואָס קומט אויף און דראָט די פֿינצטערע מערדער צו פֿאַרלירן זייער מאַכט; אַז וואָס גרעסער זייער שרעק, אַלץ מער איז זייער בלוטדורשטיקייט און אַכזריותדיקייט. נישט קלאָגן און וועקן רחמנות איז דער חובֿ פֿון שרײַבער, נאָר וועקן דעם מוט פֿון געשלאָגענעם, טרייסטן און איינצײַטיק רופֿן צום קאַמף קעגן שלעכטס און אַלדאָס בייז. [...]

פֿון אָט דעם שטאַנדפּונקט האָט גאָרקי אָפּגעשאַצט אַשס ווערק, פֿאַרגלײַכנדיק זיי מיט די ווערק פֿון די רוסיש-ייִדישע שרײַבערס. "ש. אַש. — שרײַבט גאָרקי — ווײַזט די ייִדן נישט נאָר ווי מאַרטירערס, וואָס ס׳האָט שוין אַלעמען דערעסן, און וואָס פֿאַרמינערט דעם כּוח פֿון די מחברים, וועלכע האַלטן אין איין צוטראַכטן פֿאַרשידענע קלאָגלידער "על נהרות רוסיא" ("אויף די טײַכן פֿון רוסלאַנד"). קריטיקירנדיק די ווערק פֿון ס. יושקעוויטש, שרײַבט גאָרקי: "אויף וויפֿל איז ש. אַש טאַלאַנטפֿולער פֿון די דאָזיקע רוסיש-ייִדישע מחברים, אימשטיינס געזאָגט."

גאָרקי שטרײַכט אונטער דעם אָפּטימיסטישן טאָן אין ש. אַשס דערציילונגען און דראַמעס. זײַנע העלדן זײַנען נישט קיין קלאָגמוטערס, נאָר מענטשן, וואָס האָבן ליב דאָס לעבן און קעמפֿן פֿאַר דעם: "אַש שילדערט ייִדן, וואָס קעמפֿן פֿאַר זייער קיום, און עס באַקומט זיך בײַ אים גאָר נישט שלעכט — באַמערקט גאָרקי — עס איז פֿאַראַן בײַ אים אַ בענקעניש אַזאַ, אַ כּוח, וואָס ציט אים צום אַלמענטשלעכן."

אין משך פֿון קאַרגע דרײַ יאָר (1907—1909) זײַנען אין די זאַמלביכער "זנאַניע" דערשינען ש. אַשס פּיעסעס: "גאָט פֿון נקמה", "מיטן שטראָם" און "אין ווינטער-צײַט". באַלד נאָך דעם זײַנען אין פֿאַרלאַג "זנאַניע" דערשינען די געזאַמלטע ווערק פֿון ש. אַש אין דרײַ בענדער.

בײַם אָננעמען ש. אַשס ווערק צום פֿאַרעפֿנטלעכן האָט גאָרקי שטאַרק מקפּיד געווען אויף דער קוואַליטעט פֿון דער רוסישער איבערזעצונג פֿון ייִדישן אָריגינאַל. אין אַ בריוו צום פֿאַרלעגער שרײַבט גאָרקי:

"אַשס דראַמע [׳גאָט פֿון נקמה׳] איז אַ ווערק מיט אַ שטאַרקער פֿאַבולע, נאָר די רוסישע איבערזעצונג איז אַן עקלהאַפֿטע, און דערפֿאַר טאַקע קאָן איך נישט באַשליסן די פֿראַגע וועגן דרוקן די דראַמע אין די זאַמלביכער ׳זנאַניע׳.

כ׳בעט אײַך, זײַט אַזוי גוט, און ראָט דעם מחבר אָט וואָס: זאָל ער שיקן די רוסישע איבערזעצונג אײַזמאַנען, אָדער עמעצן אַנדערש פֿון די ליטעראַטן-ייִדן, וואָס קענען גוט רוסיש — זאָל ער שיקן און בעטן, זיי זאָלן ווי ווײַט מעגלעך אויסבעסערן די רוסישע איבערזעצונג.

זאָגט אַשן, אַז אויב די איבערזעצונג וועט זײַן גוט געמאַכט, וועלן מיר אָפּדרוקן די פּיעסע."

"דאָס שטעטל" איז דערשינען אין זאַמלבוך "זנאַניע", ווען פֿאַר דער איבערזעצונג האָט זיך גענומען ב. פּ. בורדעס, אַ באַוווּסטער אין יענער צײַט זשורנאַליסט און אַן איבערזעצער פֿון פֿאַך. דער פֿאַרלאַג "זנאַניע" האָט אויך פֿאַרבעטן שמעון פֿרוגן ווי רעדאַקטאָר פֿון דער איבערזעצונג פֿון אַשס געזאַמלטע ווערק, וואָס זײַנען דערשינען אין 1909—1910. [...]

אָנהייבנדיק פֿון 1907 האָט ש. אַש פֿיל אַרומגערײַזט, פֿיל פֿאַרבראַכט אין די לענדער פֿון מערבֿ-אייראָפּע, און דאָס האָט באַדײַט אַ שאַרפֿער קער אין זײַן שאַפֿן. שוין נאָכן פֿאַרלאָזן רוסלאַנד שרײַבט ער זײַן ערשטן ראָמאַן "מערי", אין וועלכן ער שילדערט גאָר אַ נײַע סבֿיבֿה און נײַע מענטשן — די ייִדישע אינטעליגענץ און די פּעטערבורגער געזעלשאַפֿטלעכע קרײַזן אין די שטורמישע יאָרן פֿון אָנהייב יאָרהונדערט.

אין דער רוסישער איבערזעצונג האָט דער ראָמאַן באַדאַרפֿט דערשײַנען אין אַ בערלינער פֿאַרלאַג. אָבער ווען די קאָרעקטור איז שוין געווען פֿאַרטיק, האָט ש. אַש, וועלכער האָט דאַן געוווינט אין פּאַריז, זי געשיקט מ. גאָרקין און אין אַ בריוו צו אים אויסגעדריקט זײַן פֿאַרלאַנג, אַז "מערי" זאָל פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן אין רוסלאַנד אין איינעם פֿון די "זנאַניע"-זאַמלביכער.

גאָרקי האָט זיך אָפּגעזאָגט דאָס ווערק צו דרוקן — "מערי" איז שוין געשריבן געוואָרן אונטער אַנדערע השפּעות, ווײַט פֿון דעם, וואָס גאָרקי האָט אַזוי וואַרעם באַשטעטיקט אין די פֿריִערדיקע יאָרן בײַם אויטאָר פֿון ראָמאַנטישן "שטעטל".

* * *

גאָרקי איז געווען ניט דער איינציקער אין דער רוסישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה, וועמען אַשס "שטעטל" האָט ממש פֿאַרכּישופֿט. קאָרניי טשוקאָווסקי, דעמאָלט אַ יונגער דיכטער און קריטיקער און אַ נאָענטער חבֿר פֿון זשאַבאָטינסקין, האָט געשריבן אין זײַן אַרטיקל "ייִדן און רוסישע ליטעראַטור" (1908), אַז ער איז געווען "גרייט טויזנט מאָל איבערצולייענען" דאָס ווערק. טשוקאָווסקי שרײַבט (מײַן איבערזעצונג פֿון רוסיש):

דאָס איז אַ מין ייִדישע "איליאַדאַ", וווּ טויזנטער פּרטים פֿון ייִדישן לעבנס־שטייגער ווערן מיט באַגײַסטערונג באַזונגען דורך דעם האָמער פֿון "שטעטל". און די באַגײַסטערונג איז ניט קיין יום-טובֿדיקע, נאָר אַ ספּעציפֿישע, אינטימע. ... מיט אויפֿמערקזאַמקייט און ליבע קוקט ער זיך אײַן אין אַלע "זאַכן", אויף וועלכע דאָס ייִדנטום האָט איבערגעלאָזט זײַנע שפּורן, און באַשרײַבן זיי מיט אַ שמייכל. ייִדן דאַווענען, פֿירן מיסחר, האָבן חתונה, באַנקראָטירן, ווערן געבראַכט צו קבֿורה, פֿאַרליבן זיך — און אַלע געשעענישן אין זייער לעבן ווערן באַגלייט דורך בילד-שיינע אימאַזשן, דורך אינטים-אייגענע געבעטן. אַלץ קומט פֿאָר לויט אַ פֿון פֿריִער באַשטימטן פּלאַן, און די באַשערטקייט מאַכט עס רירנדיק און נאָענט. ס׳איז ניט שרעקלעך צו לעבן, מחמת דאָס לעבן ווערט פֿון אַלע זײַטן פֿאַרוויקלט דורך דער אוראַלטער קולטור. דער עיקר, אַז דער מענטש זאָל זיך ניט אָפּרײַסן פֿון איר, ניט אָפּטרעטן פֿון איר אויף קיין שריט. גלײַך ווי מיט אַן אַלטער, באָבעס קאָלדרע, האָט זיך שלום אַש צוגעדעקט מיטן אייגענעם לעבנס־שטייגער און — פֿאַר אונדז, רוסן, איז עס אַ ניט־באַקאַנטע דערשײַנונג — זידלט ער ניט דעם דאָזיקן שטייגער, צערײַסט אים ניט אויף שטיקער, טרייסלט זיך ניט אָפּ פֿון אים, נאָר אַלץ שטאַרקער און שטאַרקער פֿאַרוויקלט ער זיך אין אים.

* * *

אינטערעסאַנט, אַז אין די לעצטע יאָרן האָט מען שלום אַשס ווערק גענומען אַרויסגעבן אויף רוסיש. מע זעט זיי אין רוסישע ביכער-געשעפֿטן אויך מחוץ רוסלאַנד — אין ישׂראל, אַמעריקע, דײַטשלאַנד. איך גלייב, אַז מע וואָלט אים געלייענט אויך אויף ענגליש. אָבער עמעצער דאַרף דאָך וועגן אים דערציילן דעם הײַנטיקן ענגליש-רעדנדיקן דור. טאָ אפֿשר איז עס אַ גוטער תּירוץ — דער 130סטער געבוירנטאָג זײַנער?