|
מאָני מאָשאָנאָוו — "דער פּאָליציסט אַזולאַי" |
|
"דער פּאָליציסט אַזולאַי", דער פֿילם געשאַפֿן דורך אפֿרים קישון אין 1971, איז אַ יאָר שפּעטער געווען אַ קאַנדידאַט צו באַקומען דעם געגאַרטן פּרײַז "אָסקאַר", וואָס די קינאָ־אַקאַדעמיע פֿון האָליוווּד טיילט צו, צווישן אַנדערן, אויך פֿאַרן בעסטן נישט־אַמעריקאַנער פֿילם. דעם "אָסקאַר" האָט ער נישט באַקומען, (ער האָט באַקומען אַנדערע נישט ווייניק וויכטיקע פּרײַזן), נאָר "דער פּאָליציסט אַזולאַי" וואָס דערציילט וועגן דעם נאַיִוון גוטהאַרציקן מענטש מיט דעם אומפֿאַרגעסלעכן פֿאַרשטאָרבענעם אַקטיאָר און קאָמיקער שײַקע אופֿיר אין דער הויפּט־ראָלע, פֿאַרנעמט שוין פֿון לאַנג דעם אויבנאָן אויף דער פּאָליצע פֿון די קלאַסישע ישׂראלדיקע פֿילמען.
אַ טיפֿע נאָסטאַלגיע נאָך אָט דעם פֿילם דערוועקט "דער פּאָליציסט אַזולאַי" אין זײַן טעאַטער־ווערסיע, וואָס דער "הבימה"־טעאַטער פֿירט איצט אויף, מיט מאָני מאָשאָנאָוו אין דער הויפּט־ראָלע. די אַדאַפּטאַציע פֿאַר דער בינע האָט דורכגעפֿירט דער טעאַטער־שרײַבער דניאל לאַפּין, לויטן אָריגינעלן טעקסט פֿון אפֿרים קישון, אונטער דער רעזשי פֿון סענסיטיוון טעאַטער־מענטש מיכה לעווינסאָן, וואָס האָט אויפֿגעפֿירט נישט ווייניק דערפֿאָלגרײַכע ספּעקטאַקלען. וועט איר דאָך פֿרעגן: צו וואָס זשע האָט מען דאָס געדאַרפֿט? מע מוז באַלד זאָגן, אַז די פֿאָרשטעלונג פֿאַרשפּילט אין פֿאַרגלײַך מיטן פֿילם. איז דער ענטפֿער — מאָני מאָשאָנאָוו.
אַן אויסגעשולטער אַקטיאָר מיט אַ גרויסן טאַלאַנט, פֿון בולגאַרישער אָפּשטאַמונג, איז מאָני מאָשאָנאָוו אַן אַטראַקציע אין יעדער ראָלע, אין וועלכע ער נעמט אָנטייל; ער פֿאַרנעמט אַן אָנגעזעען אָרט נישט בלויז אין טעאַטער, וווּ פֿון צײַט צו צײַט גיט ער זיך אָפּ אויך מיט רעזשיסור, נאָר אויך ווי אַ קינאָ־אַקטיאָר האָט ער זיך דערוואָרבן אַ נאָמען, זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך, בײַ אונדז אין ישׂראל; בעיקר, מיט זײַן באַטייליקונג אינעם פֿילם "אַ פֿאַרשפּעטיקטע חתונה", וווּ עס קומען צום אויסדרוק די טראַדיציעס און געוווינהייטן פֿון דער גרוזינער עדה (אין דעם דערמאָנטן פֿילם, למשל, טאָר די כּלה נישט זײַן עלטער פֿונעם חתן); מאָשאָנאָוו נעמט אויך אָנטייל אין פֿאַרשיידענע פֿילמען, אויסגעפֿירט אין אויסלאַנד און שוין אָפּגערעדט, אַז מיט גרויס הצלחה. איצט אין דער אַדאַפּטאַציע פֿאַרן טעאַטער פֿון פֿילם "דער פּאָליציסט אַזולאַי" איז זײַן באַטייליקונג אפֿשר די איינציקע באַרעכטיקונג צו דער אַוואַנטורע מיט גוטע כּוונות וואָס דער "הבימה" האָט זיך אונטערגענומען.
ס׳איז אַפֿילו שווער אָנצוּווײַזן גענוי, וווּ ס׳געפֿינט זיך דער פֿעלער וואָס פֿאַרוואַנדלט די דאָזיקע אונטערנעמונג אין אַ שוואַכער טעאַטער־פֿאָרשטעלונג. די קאָמפּאָנענטן וואָס בויען דעם ספּעקטאַקל, זײַנען לרובֿ אויף אַ הויכן ניוואָ, אָנהייבנדיק פֿון מחבר אַליין, אפֿרים קישון, וואָס איז געווען במשך פֿון די אַלע יאָרן אַ זעלטענע דערשײַנונג ווי אַ טעאַטער־, קינאָ־ און ליטעראַטור־שאַפֿער. ס׳וואָלט אפֿשר געקאָנט זײַן אינטערעסאַנט אויסצוברייטערן אַ ביסל דעם בליק איבער קישונס פֿילצאָליקע פֿעיִקייטן און זײַן באַציִונג צו דער ישׂראלדיקער ווירקלעכקייט.
די געשיכטע דערציילט, אַז נישט קישון האָט געשאַפֿן דעם פּערסאָנאַזש אַזולאַי, נאָר שײַקע אופֿיר, וועלכער איז אויך געווען דער בעסטער אויספֿירער פֿון דעם שלימזלדיקן פּאָליציסט. די טעאַטער־פֿאָרשטעלונג גייט נאָך טריט בײַ טריט דעם פֿילם, אָבער אין צווישן דערוועגט זי זיך אויך אייגענע אײַנפֿאַלן; זי גיט אַן אָרט פֿאַרן פּערסאָנאַזש פֿון קישונס אַן אַנדערן סאַטירישן פֿילם "דער בלאַומילך־קאַנאַל", ווי אויך קישונען אַליין, וועלכער דערשײַנט אין דער האַנדלונג ווי דער מחבר וואָס וואַרפֿט אַרײַן אײַנפֿאַלערישע באַמערקונגען. פֿאַראַן ווער ס׳פֿאַרגלײַכט דעם פּאָליציסט אַזולאַי מיט אַן עכטער טשעכאָוו־געשטאַלט, אַ געמיש פֿון פּאַטעטישער אומבאַהאָלפֿנקייט און לעכערלעכער שלימזלדיקייט. אָדער, אויב מ׳וויל אַ געמיש פֿון טרערן און געלעכטער.
איז ווער איז ער, אַבֿרהם אַזולאַי, דער שלימזלדיקער, גוטהאַרציקער און איבערגעגעבענער פּאָליציסט, וועלכער פֿאַרדינט נישט צו דערגרייכן אַ העכערן ראַנג, ווי צו זײַן אַ פּשוטער גאַסן־פּאָליציסט אין משך פֿון די צוואַנציק יאָר זײַנע אין דער פּאָליציי? אַזולאַי איז שטאָלץ מיט זײַן פּאָזיציע, האָט ליב זײַן אַרבעט און לייגט אין דעם אַרײַן זײַן גאַנצן וועזן, נאָר דאָס העלפֿט אים נישט, זײַנע דורכפֿאַלן פֿירן דעם קאָמיסאַר און דעם סערזשאַנט צום באַשלוס אים אָפּצוזאָגן, נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן דאָס דורכצופֿירן (אויך זיי האָבן אַ "ווייך האַרץ") און נישט געקוקט אויף די געשמאַקע "בורעקעס" פֿון זײַן ווײַב, וואָס זײַנע העכערע באַאַמטע האָבן אַזוי ליב. נאָך זײַן דורכפֿאַל אין געיעג נאָך אַ געגנבֿעטן אויטאָ זאָגט מען אים אָפּ, נאָר דאַן באַשליסן די אונטערוועלטניקעס דורכצופֿירן כּלומרשט דעם פֿולקאָמען פֿאַרברעכן, צו העלפֿן אים ער זאָל זיי כאַפּן און אַזוי אַרום, גלייבן זיי, וועט מען אים איבערלאָזן אויפֿן פּאָסטן. דער נאַיִווער אַזולאַי פֿירט כּמעט דעם גאַנצן פּלאַן דערצו ער זאָל דורכפֿאַלן, נאָר בײַם סוף, מיט דער הילף פֿון דער באַנדע פֿאַרברעכער, "כאַפּט" ער זיי און ווערט באַלוינט מיט אַ העכערונג. ערשט נאָך דעם, זאָגט מען אים אָפּ.
צי איז כּדאַי צו זען די פֿאָרשטעלונג? אַוודאי, נישט געקוקט אויף אַלע חסרונות, רעקאָמענדיר איך אײַך די פֿאָרשטעלונג, אין זכות פֿון מאָני מאָשאָנאָוו, אין זכות פֿון די אַנדערע אָנטיילנעמער, אין זכות פֿון אפֿרים קישון.