Aaron Zeitlin. Poems of the Holocaust and Poems of Faith.
Edited and Translated by Morris M. Faierstein.
New York: Universe, 2007.
אַהרן צייטלין פֿאַרנעמט אַ באַזונדער אָרט אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע. איינער פֿון די סאַמע פֿילזײַטיקע און פּראָדוקטיווע דיכטער, איז ער אַזוי ווי אַרויסגעפֿאַלן פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן קאַנאָן און בלײַבט כּמעט ניט באַקאַנט, מחוץ די ד׳ אַמות פֿון די מומחים און ליבהאָבער פֿון פּויליש־ייִדישער ליטעראַטור.
די ברייטערע וועלט קען אים ווי דעם מחבר פֿונעם פּאָפּולערן ליד "דאָנאַ דאָנאַ", און אפֿשר — ווי אַ גוטן פֿרײַנד פֿון יצחק באַשעוויס. און כאָטש צייטלין האָט פֿאַרבראַכט מער ווי דרײַסיק יאָר אין ניו־יאָרק, וווּ ער האָט אָנגעשריבן אַ גרויסע צאָל פֿון זײַנע ייִדישע און העברעיִשע ווערק, איז ער פֿאַרבליבן אַ טייל פֿון דער וואַרשעווער ליטעראַרישער לאַנדשאַפֿט.
אַהרן צייטלינס האַרבקייט שטעקט אינעם "אַנאַכראָניסטישן" מהות פֿון זײַן שעפֿערישקייט. זײַנע ליטעראַרישע טעקסטן זײַנען אָנגעזעטיקט מיט כּלערליי רמזים און רעפֿערענצן צו תּנ״ך, מדרש, קבלה, חסידות, ווי אויך צו די קלאַסישע ווערק פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, אָבער זײַן ווערק בלײַבט מחוץ דעם גערעם פֿון די ליטעראַרישע טענדענצן פֿון דער מאָדערנער תּקופֿה. צייטלין פּאַסט זיך ניט אַרײַן אין די עסטעטישע השׂגות פֿונעם אייראָפּעיִשן אָדער אַמעריקאַנישן מאָדערניזם, פֿון נעאָ־ראָמאַנטיק אָדער שטייגערישן רעאַליזם, און, על אַחת כּמה וכּמה, פֿונעם פּראָלעטאַרישן אָדער סאָציאַלן רעאַליזם. זײַן ליטעראַרישער וועלטבאַנעם געהערט בעצם צו דער פֿאַר־מאָדערנער צײַט, צו דער באַראָק־תּקופֿה; אָבער דער דאָזיקער סטיל איז ניט קיין טייל פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער טראַדיציע (חוץ, אפֿשר, עטלעכע איטאַליענישע העברעיִשע דיכטער).
איבערצוזעצן צייטלינס דיכטונג אויף אַן אַנדער שפּראַך איז אַ האַרבע טירחה. ווי עס דערקלערט משה (מאָריס) פֿײַערשטיין אין דער הקדמה צו זײַן מאָנומענטאַלער זאַמלונג "לידער פֿון חורבן און לידער פֿון גלויבן", האָט ער באַשלאָסן "צו קאָנצענטרירן זיך אויף דעם מיין פֿון די לידער און מקריבֿ צו זײַן די גראַמען, דעם מעטער און אַנדערע אַספּעקטן, וואָס זײַנען אַ יחיד־במינו פֿאַר דער אייגנטימלעכער שפּראַך פֿונעם מקור." טעמאַטיש, פֿאָקוסירט זיך דער ענגלישער אויסקלײַב אויף דעם חורבן, הגם דער איבערזעצער האָט באַשלאָסן ניט אַרײַנצונעמען די לידער, "וואָס פֿאָדערן אַ באַקאַנטשאַפֿט מיט דער ייִדישער מיסטיק אָדער רבנישן געדאַנק".
אַזוי אַרום קאָן מען באַטראַכטן די דאָזיקע ענגלישע פּובליקאַציע ווי אַ פּרוּוו צו באַקענען דעם ענגלישן לייענער מיט איין אַספּעקט פֿון צייטלינס ליטעראַרישער ירושה. אַ סבֿרה, אַז דווקא די חורבן־לידער דאַרפֿן זײַן די סאַמע צוטריטלעכע פֿאַרן הײַנטיקן אַמעריקאַניש־ייִדישן עולם. אָבער דאָס בוך האָט באַקומען זייער אַ קנאַפּן אָפּרוף אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע, און צייטלינס נאָמען בלײַבט עד־היום אומבאַקאַנט דעם ענגלישן לייענער.
עס איז ניט קיין ספֿק, אַז עס וועט קומען די צײַט, ווען מען וועט נאָך "אַנטדעקן" צייטלינען ווי איינעם פֿון די אָריגינעלסטע ייִדישע דיכטער, אָבער געשען וועט עס, מסתּמא, ניט אַזוי גיך. ערשטנס, איז צייטלין "צו ייִדיש", און צו די קוואַלן פֿון זײַן ייִדישקייט איז שווער צו דערגיין אַפֿילו פֿאַר דעם אינטעליגענטן ענגלישן לייענער, וואָס האָט באַקומען זײַן "דזשויִש עדיוקיישן" אין דער אַמעריקאַנער "היברו־סקול". וועגן דעם שרײַבט צייטלין אַליין אין זײַן פּרעכטיקער סאַטירע "משיח און דער ראַבײַ"׃ "אַ פּערזענלעכער משיח — וואָס איז קריסטלעך, אויך קבליש, אָבער ניט אויטענטיש דזשויִש".
צווייטנס, איז צייטלינס פּאָעטישע שפּראַך צו עקזאָטיש און ווײַט פֿון די מבֿינות וועגן פּאָעזיע, וואָס זײַנען אָנגענומען אין דער ענגליש־רעדנדיקער וועלט. צייטלין איז באַריידעוודיק און פּאַטעטיש, אָבער ער היט אָפּ זײַן אינערלעכע פּערזענלעכקייט פֿון פֿרעמדע אויגן. ער אָפּערירט מיט אימאַזשן, מחשבֿות און באַגריפֿן, וואָס ער שעפּט פֿון פֿאַרשידענע טראַדיציעס, אָבער זײַן קוק אויף דער וועלט בלײַבט באַשטימט דורך דער קבליסטישער וויזיע.
דער חורבן איז פֿאַר צייטלינען, קודם־כּל, אַ פּריוואַטע טראַגעדיע; דער חורבן פֿון זײַן משפּחה און פֿון זײַן גאַנצער וועלט, וואָס איז פֿאַרבליבן אין וואַרשע, ווען ער האָט זיך, על־פּי־נס, געראַטעוועט קיין אַמעריקע. די לעצטע 34 יאָר זײַנע, כּמעט אַ העלפֿט פֿון זײַן לעבן, האָט ער פֿאַרבראַכט "אין ערגעץ אַ צווישן" — ניט טויט, אָבער אויך ניט לעבעדיק, ווי אַ צעבראָכענער און איינזאַמער מענטש, "וואָס אַמעריקע איז זײַן מאָדנע יענע־וועלט". צייטלינס חורבן איז ניט קיין אַמעריקאַנער "האָלאָקאָסט" (אין דעם זין איז אפֿשר די ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם טיטל דווקא ניט זייער אַ געלונגענע), ניט קיין שרעקלעכער מבול, וואָס האָט זיך געטראָפֿן ערגעץ־וווּ און ערגעץ־ווען. און אין דעם אונטערשיד שטעקט אפֿשר די הויפּט־סיבה, פֿאַר וואָס צייטלין בלײַבט נאָך אַלץ פֿרעמד דער אַמעריקאַנער מאַסן־קולטור פֿון "האָלאָקאָסט", וואָס איז פּשוט ניט בכּוח אים צו פֿאַרדײַען.
משה פֿײַערשטיין איז גערעכט, ווען ער זאָגט, אַז צייטלינס לידער זײַנען אַ "טעאָלאָגישער געשריי פֿונעם האַרצן אין דער דיכטערישער פֿאָרם". ווען צייטלין וואָלט געשריבן אויף "גוייִש", וואָלט ער בלי־ספֿק געווען איינער פֿון די פּאָפּולערסטע דיכטער פֿונעם "האָלאָקאָסט", און די טעאָלאָגישע אַספּעקטן פֿון זײַן דיכטונג וואָלט מען אויסגעדרשנט אין ביכער און דיסערטאַציעס. ייִדיש האָט ניט קיין שם צווישן אומות־העולם און אַפֿילו צווישן די ייִדן ווי אַ שפּראַך פֿון פֿילאָסאָפֿישע און טעאָלאָגישע חקירות. און דערפֿאַר פּאַסט זיך צייטלין ניט אַרײַן אין די פּאָפּולערע סטערעאָטיפּן פֿון דער "הויכער" קולטור.
אַהרן צייטלין האָט ניט קיין פּאַרעלעל אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור און אפֿשר אין דער מאָדערנער ליטעראַטור בכלל. זײַן אָרט אויף דער מאַפּע פֿון דער וועלט־ליטעראַטור איז לעבן די ענגלישע מעטאַפֿיזישע פּאָעטן פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, אַזעלכע ווי דזשאָן דאָן, ענדריו מאַרוועל און דזשאָרדזש הערבערט. אַזוי ווי זייערע ווערק, איז צייטלינס דיכטונג אָנגעלאָדן מיטן טראַגישן צײַט־געפֿיל און מיט אינטעלעקטועלע פּאַראַדאָקסן. זײַן מעטאַפֿאָרישע שפּראַך איז שווערלעך און סודותדיק, ווײַל ער רעדט וועגן שווערע און קאָמפּליצירטע באַגריפֿן. די "יענע וועלט" האָט פֿאַר אים מער ממשות איידער דער עולם־הזה; דער עבֿר, דער איצט און די צוקונפֿט זײַנען אַלע לעבעדיק און טויט — אין דעם זעלביקן פּאָעטישן מאָמענט.
אָבער צייטלין קאָן זײַן בײַסיק אין זײַנע סאַטירעס, בפֿרט, ווען עס גייט די רייד וועגן די אַמעריקאַנער ייִדן. ער איז אַ גרויסער מײַסטער פֿון פּאַראָדיע, און קען נאָכמאַכן אי אַ "מאָנאָלאָג אויף פּליינעם ייִדיש" פֿון אַן אַמעריקאַנער עם־הארץ, אי די "צײַטונג־שפּראַך", אי אַ דרשה פֿונעם אַמעריקאַנער "ראַבײַ". זײַן אויפֿנעמען פֿון אַמעריקע דערמאָנט באַשעוויסעס דערציילונגען און ראָמאַנען, אָבער צייטלינס עסטעטישער געשמאַק בלײַבט אויף אַ העכערן ניוואָ.
איינער פֿון מײַנע לערער אינעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, וואָס האָט געהאַט די זכיה צו לערנען זיך בײַ אַהרן צייטלין, האָט דערציילט אַזאַ מעשׂה. אַ מאָל האָט צייטלין געפֿרעגט בײַ אים, אַ יונגן סטודענט (דער שמועס איז געווען אויף העברעיִש)׃ "זאָג מיר, וואָס איז אַזוינס ׳רעלעוואַנט׳? מען זאָגט, אַז איך בין ניט ׳רעלעוואַנט׳ — וואָס מיינט דאָס?" אַ פּנים, איז אַהרן צייטלין נאָך אַלץ ניט "רעלעוואַנט", אָבער דאָס איז ניט זײַן שולד, דאָס איז אַ פּראָבלעם פֿון דער ייִדישער קולטור אין אַמעריקע.