Jeffrey Veidlinger, Jewish Public Culture in the Late Russian Empire, Bloomington: Indiana University Press, 2009. |
די טעטיקייט פֿון ייִדישע עפֿנטלעכע אָרגאַניזאַציעס און געזעלשאַפֿטן, וואָס זײַנען געשאַפֿן געוואָרן אין דער רוסישער אימפּעריע פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה איז לעצטנס געוואָרן אַ טעמע פֿון עטלעכע נײַע היסטאָרישע פֿאָרשונגען. ברײַען האָרוויץ האָט געשריבן וועגן דער גרעסטער און עלטסטער רוסיש־ייִדישער וועלטלעכער אָרגאַניזאַצע, דער "געזעלשאַפֿט פֿאַר פֿאַרשפּרייטן אויפֿקלערונג צווישן ייִדן"; יאַשע נעמצאָוו (פּאָטסדאַם) האָט געווידמעט עטלעכע פֿאָרשונגען דער טעטיקייט פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער פֿאָלקסמוזיק; בנימין (קענעט) מאָס האָט געמאַכט אַ פֿאַרגלײַכיקע שטודיע פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער אויפֿלעבונג אין די ערשטע פּאָר יאָר פֿון דער סאָוועטישער מאַכט.
דאָס נײַע בוך פֿון דזשעפֿרי וויידלינגער, דעם פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אין אינדיאַנאַ־אוניווערסיטעט, באַהאַנדלט דעם אויפֿקום פֿון דער ייִדישער "עפֿנטעלכער קולטור" אין רוסלאַנד פֿאַר דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. עס גייט דאָ די רייד וועגן עפֿנטלעכע ביבליאָטעקן, געזעלשאַפֿטן פֿאַר ייִדישער מוזיק און ליטעראַטור, טעאַטעראַלע געזעלשאַפֿטן און קרײַזן, היסטאָריש־עטנאָגראַפֿישער געזעלשאַפֿט און אירע פּובליקאַציעס. אַ גרויסע מעלה פֿונעם בוך איז וואָס עס נעמט אין באַטראַכט ניט נאָר די קולטור־טוערישע אונטערנעמונגען אין די גרויסע שטעט, אָבער אויך די ייִדישע קולטורעלע אַקטיוויטעטן אין דער פּראָווינץ.
וויידלינגער האָט דרוכגעאַקערט אַ ריזיקע צאָל געדרוקטע און אַרכיוואַלע מקורים אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן און אויפֿגעבויט אַ פֿילזײַטיק בילד פֿון ייִדישן קולטורעלן לעבן אין אַמאָליקן רוסלאַנד. ער אַנטפּלעקט די וואָרצלען און די טרײַבקראַפֿטן פֿון דער דאָזיקער עפֿנטלעכער באַוועגונג. די קולטורעלע געזעלשאַפֿטן זײַנען געווען אַ נײַע, מאָדערנע און וועלטלעכע פֿאָרעם פֿון ייִדישן כּלל־לעבן, אָבער זיי ציִען זייער ייִחוס פֿון די טראַדיציאָנעלע חבֿרות, וואָס האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם לעבן פֿון דער אַלטער ייִדישער קהילה. הגם די נײַע געזעלשאַפֿטן זײַנען בטבֿע געווען "עולם־הזהדיק" (ווי וויידלינגער רופֿט זיי), האָבן זיי ממשיך געווען די אַלטע ייִדישע טראַדיציע פֿון לערנען זיך בחבֿרותא; אָבער אַנשטאָט לערנען ספֿרים האָט מען איצט געלייענט ביכער.
די באַריכטן פֿון ייִדישע עפֿנטלעכע ביבליאָטעקן אַנטפּלעקן אַן אינטערעסאַנטע סטאַטיסטיק פֿון די סאַמע פּאָפּולערע ביכער. דעם אויבנאָן האָבן פֿאַרנומען די פּאָפּולערע ראָמאַנען פֿון די רוסישע שרײַבער אַנאַסטאַסיאַ ווערביצקאַיאַ און מיכאַיִל אַרציבאַשעוו, וואָס האָּבן באַהאַנדלט די ענינים פֿון פֿרײַער ליבע און פֿרײַען טויט, און דערצו נאָך האָבן זיי געהאַט ייִדישע העלדן. פֿון די ייִדישע מחברים איז דער סאַמע פּאָפּולערער געווען שלום־עליכם; עס איז אינטערעסאַנט, וואָס יצחק דינעזאָן, דער מחבר פֿונעם ערשטן ייִדישן "בעסטסעלער", "דער שוואַרצער יונגער-מאַנטשיק", ווערט בכלל ניט דערמאָנט אין דער דאָזיקער סטאַטיסטיק.
אַן אַנדערער וויכטיקער טייל פֿונעם ייִדישן קולטורעלן לעבן זײַנען געווען די עפֿנטלעכע לעקציעס און לייענונגען פֿון באַרימטע ליטעראַרישע פֿיגורן. אַ באַזונדערס שטאַרקן רושם האָט אויפֿן עולם כּסדר געמאַכט י. ל. פּרץ, און דווקא ניט אַזוי מיט דעם, וואָס ער האָט געלייענט אָדער געזאָגט, ווי מיט דעם, ווי ער האָט עס געטאָן. ווי עס האָט זיך מיט פֿופֿציק יאָר שפּעטער דערמאָנט אין זײַנע זכרונות נחום אויסלענדער וועגן פּרצס באַזוך אין קיִעוו אַרום 1910, האָט פּרץ אַ לאַנגע צײַט פּשוט געשוויגן אויף דער בינע, ניט אַרויסריידנדיק קיין איין וואָרט, און דאָס האָט זיך אײַנגעקריצט אין אויסלענדערס זכּרון שטאַרקער, ווי פּרצעס לייענען.
די ייִדישע עפֿטלעכע געזעלשאַפֿטן און קרײַזן זײַנען געווען די אַרענע פֿונעם הייסן פּאָליטישן און אידעאָלאָגישן געראַנגל, צווישן ציוניסטן און בונדיסטן, העברעיִסטן און ייִדישיסטן. וויידלינגער באַהאַנדלט דעם דאָזיקן אַספּעקט גאַנץ פּרטימדיק, אָבער זײַן הויפּט־אינטערעס ליגט אינעם אַנדערן שטח. ער באַשרײַבט און אַנאַליזירט דעם אויפֿקום פֿונעם ברייטערן ייִדישן "עפֿנטלעכן רוים", וואָס איז כּולל געווען אָט די פֿאַרשידענע פֿאָרמען פֿון געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקייט.
דער דאָזיקער טראַף אויף דער "עפֿנטלעכקייט", אַנשטאָט פּאָליטיק און אידעאָלאָגיע, איז אַ סימן פֿון אַ וויכטיקן אידעיִשן און מעטאָדאָלאָגישן בײַט אין די רוסיש־ייִדישע היסטאָרישע פֿאָרשונגען. אַנשטאָט צו באַהאַנדלען די אָדער יענע פּאָליטישע, אָדער אידעאָלאָגישע באַוועגונג, איז דער נײַער דור היסטאָריקער אויסן צו שאַפֿן אַן אַרומנעמיק בילד פֿון אַ געוויסער תּקופֿה, צי אַ געוויסן מין אַקטיוויטעט. די פּאָליטישע אינטערעסן שפּילן דערבײַ מער ניט קיין מכריעדיקע ראָלע און ווערן באַהאַנדלט ווי אַ טייל פֿונעם ברייטערן באַגריף פֿון "געזעלשאַפֿטלעכקייט" אָדער "קולטור". אין תּוך גענומען, קומט מען צוריק צו דער טעזע, וואָס דוד בערגעלסאָן האָט אַרויסגערוקט אין זײַן באַרימטן עסיי "דיכטונג און געזעלשאַפֿטלעכקייט" מיט נײַנציק יאָר צוריק.
דער לעצטער טייל פֿונעם בוך באַהאַנדלט די טעטיקייט פֿון די רוסיש־ייִדישע היסטאָריקער, מיט שמעון דובנאָוו בראָש, וועלכע האָבן זיך גענומען פֿאַר אַ קאָלעקטיווער אונטערנעמונג צו שרײַבן אַ כּלל־געשיכטע פֿונעם רוסישן ייִדנטום. וויידלינגער באַטראַכט גאַנץ פּרטימדיק די צײַטשריפֿטן און אַלמאַנאַכן, וואָס האָבן פֿאַרעפֿנטעלכט מאַטעריאַל און פֿאָרשונגען, און שטעלט זיך אָפּ אויף עטלעכע וויכּוחים, אָבער עס שעפּט ניט אויס דעם פֿולן פֿאַרנעם פֿון דער דאָזיקער אונטערנעמונג, וואָס האָט זיך איבערגעריסן אין דער צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. די דאָזיקע טעמע איז לעצנטס געוואָרן פּאָפּולער בײַ רוסיש־שפּראַכיקע היסטאָריקער אין רוסלאַנד און ישׂראל, און מען דאַרף ספּעציעל אָפּמערקן די צוויי פֿונדאַמענטאַלע ביאָגראַפֿישע שטודיעס פֿון וויקטאָר קעלנער (וועגן שמעון דובנאָוו) און גאַלינאַ עליאַסבערג (וועגן ישׂראל צינבערג), וואָס האָבן עד־היום נאָך ניט זוכה געווען צוצוציִען דעם אויפֿמערק פֿון ייִדישע היסטאָריקער, מחוץ רוסלאַנד.
די באַציִונגען צווישן קולטור, פּאָליטיק און ייִדישער "געזעלשאַפֿטלעכקייט" זײַנען תּמיד געווען אַן אָנגעשפּאַנטער ענין, און וויידלינגערס בוך דאַרף זײַן ניצלעך און אינטערעסאַנט ניט נאָר פֿאַר אַ מנין מומחים, וואָס פֿאַרנעמען זיך ספּעציעל מיט דער רוסיש־ייִדישער געשיכטע. מען קאָן זיך אַ סך אָנלערנען פֿון די הצלחות און מפּלות פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ, וואָס האָט בדעה געהאַט צו שאַפֿן אַ נײַע, וועלטלעכע עפֿנטלעכע סבֿיבֿה. די דאָזיקע פּראָבלעם בלײַבט ניט ווייניקער אַקטועל הײַנט, און וועט ווערן נאָך מער וויכטיק אין דער צוקונפֿט, ווײַל דווקא קולטור, אין דעם ברייטערן זין, איז דער אוניווערסאַלער רינג, וואָס האַלט אַלע טיילן פֿונעם ייִדישן כּלל צוזאַמען.