נתן אַלטערמאַן |
פּלוצעם, אָן שום צוגרייטונג איז אַראָפּגעפֿאַלן אויף אונדז אַ גאַנצע וואָך פֿון פּאָעזיע. איך זאָג אויף אונדז, און כ׳בין אויסן — אויף תּל־אָבֿיבֿ. ס׳איז אַזוי אויסגעקומען, אַז אין דער זעלבער וואָך האָט מען אָפּגעמערקט די שלושים פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, וווּ באַוווּסטע ייִדיש־שאַפֿער אין איינעם מיט יונגע ישׂראלדיקע קינסטלער, האָבן דורכגעפֿירט אַן אייגנאַרטיקן טרויער־צערעמאָניאַל אויף ייִדיש און אויף העברעיִש.
נישט ווײַט פֿון דאָרט, אין מוזיי ארץ־ישׂראל אין תּל־אָבֿיבֿ, איז דערעפֿנט געוואָרן אַ ברייט־פֿאַרנעמיקע אויסשטעלונג "נתן אַלטערמאַן — דער דיכטער אין זײַן שטאָט — 100 יאָר פֿון זײַן געבורט".
שווער מ׳זאָל נישט וויסן ווער נתן אַלטערמאַן איז אין ישׂראל. מ׳לערנט אים אין די שולן, מ׳זינגט אָן אויפֿהער זײַנע לידער, ער איז פּאָפּולער בײַ אַלע שיכטן פֿונעם פֿאָלק. 40 יאָר נאָך זײַן טויט איז ער פֿאַרבליבן פֿריש, מאָדערן און עניגמאַטיש, פּונקט ווי ער איז געווען בײַם לעבן; גאָרנישט פֿאַרעלטערט. אַן אויסשטעלונג איבער זײַן לעבן און שאַפֿן מוז זײַן אַן אַלץ אַרומנעמיקע, אַנטפּלעקן אים אין זײַן פֿילפּנימדיקייט — ווי אַ דיכטער, פּובליציסט, קאָלומניסט, דראַמאַטורג, איבערזעצער; און דורכגעפֿירט דאַרף די אויסשטעלונג זײַן אין אָנגעזעענסטן פּאַוויליאָן פֿון מוזיי, אין ראָטשילד־פּאַוויליאָן.
די קוראַטאָרין, שׂרה טורעל, האָט טאַקע געאַרבעט איבער דעם פּראָיעקט העכער אַ יאָר צײַט. זעט אויס, אַז ס׳איז נישט פֿון די לײַכטע זאַכן זיך פֿאַרנעמען מיט אַן אויסשטעלונג וועגן אַ מענטש וואָס אַלע קענען אים, אַ סך געדענקען אים נאָך בײַם לעבן; ווייסן, אין וועלכן קאַפֿעהויז ער האָט ליב געהאַט צו זיצן און זײַנען באַהאַוונט אין פּרטים פֿון זײַן פּריוואַט לעבן. נאָך שווערער אָבער איז צו פּרוּוון, אַפֿילו מיט דער הילף פֿון די הײַנטיקע טעכנישע מיטלען, אַרײַננעמען אין די ראַמען פֿון אַן עקספּאָזיציע דאָס לעבן און שאַפֿן פֿון אַ קינסטלער, אַ שאַפֿער, אַ פּאָעט.
זעט אויס, אַז דער בעסטער וועג אויסצושטאַלטיקן די פֿיזישע פֿיגור ווי אויך דאָס וועזנטלעכע און, אויב מעגלעך, זײַן נשמה־יתרה, איז זיך צו לאָזן פֿירן דורכן דיכטער אַליין איבער די תּל־אָבֿיבֿער גאַסן, אַזוי ווי עס דריקט זיך אויס דער באַגאַבטער ישׂראלדיקער אינטעלעקטואַל, אַריאל הירשפֿעלד: "נישט פֿאַראַן נאָך אַ דיכטער 'אַרײַנגעטאָן׳ אין דעם לעבן פֿון דער שטאָט און איר אַרום ווי אַלטערמאַן; ער איז איר באַזינגער; אין זײַן לעבן און אין זײַנע לידער איז תּל־אָבֿיבֿ געווען פֿיל מער ווי אַ שטאָט: פֿאַר אים איז זי געווען די אָפּשפּיגלונג פֿון דער מדינה, נאָך איידער איר אַנטשטייונג... דער עיקר אָבער איז געווען די ממשותדיקע שטאָט: תּל־אָבֿיבֿ, אירע מויערן און גאַסן אירע טראָטואַרן און יאַרידן, קאַפֿעהײַזער, איר באַלויכטונג און איר ברעג־ים... פֿאַר אים איז די שטאָט די וועלט און נישט ווייניקער פֿון דעם — זי איז די אינקאַרנאַציע פֿון מענטש"...
אמת טאַקע, אַז נתן אַלטערמאַן לאָזט נישט אין זײַן שאַפֿונג קיין באַזונדערן פּלאַץ פֿאַר זײַן פּערזענלעכער ביאָגראַפֿיע. בלויז, ווען ער פֿירט דורך אַ סך־הכּל איבער זײַן לעבן אין צײַט און אין רוים — דאַן פֿאַרמאָגט זײַן פּערזענלעכע געשיכטע אַן אַנטשיידנדיקן געוויכט. נתן אַלטערמאַן איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין 1910, ווי דער עלטסטער זון פֿון בעלע לייבאָוויטש, אַ ציין־דאָקטערין, און יצחק אַלטערמאַן, אַ שול־לערער. דרײַ יאָר שפּעטער איז געבוירן געוואָרן נתנס שוועסטער לאה. נתן איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ העברעיִש־רעדנדיקער ציוניסטישער היים. אין 1925 איז די משפּחה עולה געווען און האָט זיך באַזעצט אין תּל־אָבֿיבֿ. צו 15 יאָר איז נתן אַרײַנגעטראָטן אין דער גימנאַזיע "הרצליה" און האָט זיך אויסגעצייכנט אין ליטעראַרישע קעגנשטאַנדן. נאָכן פֿאַרענדיקן די מיטלשול איז ער געפֿאָרן — לויטן פֿאָטערס פֿאַרלאַנג — זיך לערנען אַגראָנאָמיע אין פֿראַנקרײַך. דאָרט האָט ער זיך דערנענטערט צו די באָהעמישע קרײַזן און אָנגעהויבן איבערשיקן זײַנע לידער קיין ישׂראל, וואָס זײַנען אָפּגעדרוקט געוואָרן אין פֿאַרשיידענע זשורנאַלן. נאָך זײַן צוריקקומען אַהיים האָט ער אָנגענומען אַ דראַסטישן באַשלוס: צו ווידמען זײַן לעבן דעם שרײַבן.
ווי אַ מאָדערניסטישער דיכטער, געהערט אַלטערמאַן צו דער פּאָעטישער גרופּירונג "יחדיו" (צוזאַמען), אין וועלכער די בולטסטע — אַבֿרהם שלאָנסקי, לאה גאָלדבערג, אַלכּסנדר פּען — טרעטן אַרויס קעגן דעם ליטעראַרישן עסטאַבלישמענט אין שפּיץ מיט חיים־נחמן ביאַליק; דאָס טרעף־אָרט פֿון נײַעם דור שרײַבער, מאָלער, אַקטיאָרן און יונגע זשורנאַליסטן זײַנען די תּל־אָבֿיבֿער קאַפֿעהײַזער. אין איינעם פֿון זיי באַקענט זיך אַלטערמאַן מיט דער אַקטריסע רחל מאַרקוס. אין 1935 האָבן זיי חתונה געהאַט.
אָן ספֿק, אַ וויכטיקע אַרבעט האָט זיך אונטערגענומען דורצופֿירן די קוראַטאָרין שׂרה טורעל מיט אירע מיטאַרבעטער בײַם פֿאַרוואַנדלען דעם אַבסטראַקטן געדאַנק פֿון אַן אויסשטעלונג ביז צו דער ממשותדיקער רעאַליזירונג "דער דיכטער אין זײַן שטאָט"; די עקספּאָזיציע פֿאַרנעמט זיך, בעיקר, מיט אַן ערנסטער דאָקומענטאַציע איבער דער איינמאָליקער פּערזענלעכקייט און די ווערק פֿון נתן אַלטערמאַן ווי אַ קולטור־בויער אין דער צײַט פֿון אויפֿשטײַג פֿון דעם "ישׂראלישן" נאַראַטיוו, וואָס ציט זיך זינט די מיטל־1930ער יאָרן, ביז צו דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, וועלכע האָט געענדערט זײַן פּאָליטישע שטעלונג (מפּא״י), און ער ווערט גערעכנט צווישן די גרינדער פֿון דער "ארץ־ישׂראל השלימה"־באַוועגונג. די פּשוטע שילדערונג איבער אַלטערמאַנס לעבן שפּאַרט זיך אָן אויף דאָקומענטן, צײַטונגס־אויסשניטן, כראָניקעס, פּאָליטישע קאָמענטאַרן, אויטענטישע ביאָגראַפֿישע פּרטים, בילדער, וואָס זײַנען עדות פֿון אַלטערמאַנס נאָענטקייט מיט דער פּאָליטישער און מיליטערישער פֿירערשאַפֿט אין די יאָרן נאָך דער מדינה־אַנטשטייונג; פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זײַן ווײַב רחל מאַרקוס, פֿון זײַן געליבטער, דער מאָלערין ציליע בינדער; דער טאָכטער, דער דיכטערין תּירצה אתר (אַטאַר).
עס ציט אויך צו דעם אויפֿמערק די באַזונדערע אויסשטאַלטונג פֿון פֿיזישן אָרט פֿון דער אויסשטעלונג, כּדי צו שאַפֿן דעם אײַנדרוק פֿון דער גאַסן־אָנוועזנהייט וואָס, ווי באַקאַנט, איז אײַנגעשלאָסן אין זײַנע לידער. דעם דיכטערס פֿאַרוויקלטע פּערזענלעכקייט ווערט פֿאָרגעשטעלט דורכן רעטראָספּעקטיוון און אַקטועלן אַרײַנקוק אין זײַן וויכטיקער און פֿילפֿאַרביקער שאַפֿונג, וואָס ווערן צעטיילט אויף דער אויסשטעלונג אין די פֿאָלגנדיקע סעקציעס: "די געזעלשאַפֿטלעכע ספֿערע" — צוזאַמענגעשטעלט דורך אַקטואַליע־רובריקן אין פֿערזן געדרוקט אין דער צײַטונג "דבֿר" און אין "האָרץ". אין די דאָזיקע רובריקן זײַנען אײַנגעשלאָסן 35 יאָר פֿון לאָקאַלער אַקטואַליע אין גראַמען.
"די זינגלידער": דער אוממידלעכער שטראָם פֿון אַלטערמאַנס לידער מיט מוזיקאַלישער באַגלייטונג באַקומט אויף דער אויסשטעלונג אַ פּאַסיקע אָנוועזנהייט; פֿון אַ באַזונדערן צימער פֿליסן אַרויס כּסדר די באַקאַנטע מעלאָדיעס פֿון זײַנע לידער, אויסגעפֿירט דורך פּאָפּולערע זינגער און אַפֿילו דורך אַלטערמאַנען גופֿא.
"דראַמאַטישע ווערק": בילדער, צייכענונגען, פּראָגראַמען, רעקלאַמעס און קריטיק־אַרטיקלען וועגן זײַנע אויפֿגעפֿירטע פּיעסעס במשך פֿון זײַן לעבן — "כּנרת כּנרת", "אסתּר המלכּה", "די גײַסטן־קרעטשמע", און זײַן גרויסער דערפֿאָלג, דער מיוזיקל פֿון סאַמי גרונעמאַן "שלמה המלך און שאַלמאַי דער שוסטער", וואָס אַלטערמאַן האָט איבערגעזעצט פֿון דײַטש און אויך צוגעגעבן אָריגינעלע לידער.
"די לירישע ספֿערע": די ערשטע אויפֿלאַגעס פֿון זײַנע לירישע ביכער, ווי אויך די טעאָריעס און די עסייען וואָס זײַנען געשריבן געוואָרן וועגן אים. עס ווערן אויך געוויזן ווידעאָ־פֿראַגמענטן פֿון זײַנע טראַנסצעדענטאַלע לידער געלייענט דורך קולטור־פּערזענלעכקייטן, וועלכע האָבן זיך פֿאַרטיפֿט אין זײַן ווערק, ווי: חיים באַר, נסים קאַלדעראָן, ירון לאָנדאָן; אין דער זעלבער ספֿערע איז אײַנגעשלאָסן דער טיפֿער פּאָעטישער דיאַלאָג צווישן נתן אַלטערמאַן און זײַן טאָכטער, דער דיכטערין תּירצה אתר.
"די פּערסאָנעלע ספֿערע": דער דאָזיקער קרײַז פֿאַררופֿט זיך אויף דעם דיכטערס ביאָגראַפֿיע און שליסט אײַן בילדער, אָנהייבנדיק פֿון זײַן קינדהייט אין וואַרשע ביזן סוף פֿון זײַן לעבן אין תּל־אָבֿיבֿ — דאָקומענטן, בריוו מיט זײַן האַנטשריפֿט, צייכענונגען, קאַריקאַטורן, פּערזענעלכע אָביעקטן, ווי זײַן שרײַב־מאַשינקע, בריוו צו זײַן טאָכטער תּירצה, די ערשטע אויפֿלאַגעס פֿון זײַנע ביכער מיט ווידמונגען אאַז"וו.
אָנהייב 1970 איז אַלטערמאַן אָפּערירט געוואָרן אויף אַ מאָגן־קראַנקייט; דעם 28טן מאַרץ איז ער ניפֿטר געוואָרן, נישט זײַענדיק אַלט אַפֿילו קיין 60 יאָר. לעבן זײַן בעט אין שפּיטאָל האָבן זיך געפֿונען זײַן ווײַב רחל, זײַן איין און איינציקע טאָכטער תּירצה און זײַן לאַנג־יאָריקע געליבטע, ציליע בינדער. פֿאַרן שטאַרבן האָט דער דיכטער נאָך באַוויזן אָנצושרײַבן אויף אַ שטיקל פּאַפּיר זײַן לעצטן וווּנטש: "1. אָן הספּדים 2. באַערדיקן אים צווישן סתּם ייִדן 3. פֿון דער "ירושה" וואָס וועט בלײַבן און פֿון די הכנסות (אויב ס׳וועלן זײַן) פֿון די ביכער צוטיילן אַ פֿערטל פֿאַרן לעבנס־געברויך פֿון ציליע בינדער, זי האָט זיך אָפּגעזאָגט איבער מיר פֿון אַ סך מער פֿון דעם, נאָר וואָס זאָל מען טאָן? נתן. 15.3.70".