|
פֿונעם טראַדיציאָנעלן לעבן אין סיעראַ־טאַראַהומאָראַ, מעקסיקע |
|
מײַן מאַמע פֿלעגט אויסרופֿן "ס׳איז אַ וועלט מיט וועלטעלעך!", ווען זי האָט דערהערט אָדער דערזען עפּעס אַ חידוש. אין דער אמתן איז די וועלט טאַקע אַזאַ: פֿול מיט ניט־פֿאָרויסגעזעענעם וווּנדער, קליין און גרויס. ווויל איז יענעם, וואָס קען יעדן טאָג אַנטדעקן נײַעסן אין דער אייגענער סבֿיבֿה. און דאָס איז וואָס ציט מיך צו פֿאָרשונג: דאָס שפּאָגל נײַע וואָס איז אָפֿט אומדערוואַרט באַהאַלטן אינעם אַלטן און גוט־באַקאַנטן. די פֿון אונדז וואָס זענען טיף אַרײַנגעטאָן אין שפּראַך־פֿאָרשונג, דער עיקר מיט פּרוּוון אויפֿצוהיטן לפֿי־ערך קליינע און שוואַכע לשונות, האָבן מיט רעכט געקענט אויסרופֿן "ס׳איז אַ וועלט מיט וועלטעלעך" בשײַכות מיט דער אַרבעט פֿון אַ קליינער גרופּע קאָלעגעס,
וואָס האָבן אויסגעפֿונען, אַז שפּראַכן היטן זיך אויף מער און גרינגער דאָרטן וווּ עס לעבן אויך מערערליי פֿאַרשיידענע פֿלאַנצן, געוויקסן און חיות. עס ווײַזט זיך אַרויס אַז "לעבן פֿירט צו לעבן". אין וועלכע טיילן פֿון דער וועלט געפֿינט מען די גרעסטע צאָל פֿאַרשיידענע מינים פֿלאַנצן, געוויקסן, פֿייגל און כּל־מיני חיות? אין די וואַרעמסטע לענדער: אין די דזשונגלען פֿון אַפֿריקע, אין די הייסטע און פֿײַכסטע טיילן פֿון דרום־ און פֿון צענטראַל־אַמעריקע און פֿון דרום־אַזיע. גיט נאָר אַ טראַכט: דאָרטן געפֿינט מען דאָך אויך די גרעסטע צאָל קולטורן און לשונות! פֿון אַזעלכע מקומות שטאַמען מיר דאָך אַלע (דער מענטשלעכער מין)!
לויט אונדזער מסורה זענען דאָך די ערשטע ייִדן אַליין אַרויסגעקומען פּונקט פֿון אַזעלכע לענדער און קלימאַטן. אַ מאָל, אַ מאָל זענען אָט די מקומות געווען פֿײַכטע און וואַרעמע. מיטן בײַט פֿונעם וועטער איבער דער גאַנצער וועלט זענען יענע מקומות געוואָרן ס׳רובֿ מידברדיק און טרוקענער, נאָר וואַרעמלעך זענען זיי נאָך עד־היום. גאָר לעצטנס באַמערקט מען אי אַ שאַרפֿע פֿאַרקלענערונג אין דער צאָל לשונות אויף דער וועלט און אי אַז די וועלט בכלל ווערט אַלץ וואַרעמער און וואַרעמער. צי זענען אָט די צוויי פּראָצעסן פֿאַרבונדן צווישן זיך אָדער אפֿשר זענען זיי גאָר קעגנערישע טענדענצן? גאָר לעצטנס האָט מען אַנטוויקלט קוואַנטיטאַטיווע אופֿנים און מעטאָדן צו מעסטן אָט די אַלע טענדענצן און זיי צו שטודירן פֿאַרגלײַכיק. מען קען רעכענען, אַז לײַדן פֿון דער פֿאַרוואַרעמונג וועלן, דער עיקר, די קאַלטע און קילערע (און עקאָנאָמיש און געזעלשאַפֿטלעך אַוואַנסירטע) טיילן פֿון דער וועלט. די דזשונגלען וועלן בלײַבן און זיך אַפֿילו בהדרגהדיק אַ ביסל צעוואַקסן. דאָס וועט פֿאַרהיטן די ביאָ־דיווערסיטעט פֿון דער וועלט מער ווי ס׳וועלן זיך פֿאַרהיטן די אײַזגלעטשערס. עס וועט אפֿשר שטאַרק שטערן די גרויסע שטעט און די צענטערס פֿון מאַסן־פּראָדוקציע און פֿון מאָדערנער קולטור און ציוויליזאַציע, אָבער עס וועט אין דער זעלבער צײַט העלפֿן די אויפֿהיטונג פֿונעם רובֿ לשונות און בעלי־חי.
דאָס טראַדיציאָנעלע וויסן
און די טראַדיציאָנעלע אויפֿפֿירן
דאָרטן וווּ עס וואַקסן די גרעסטע צאָל גראָזן, פֿלאַנצן און געוויקסן, דאָרטן היט זיך צום בעסטן און לענגסטן אויף דאָס טראַדיציאָנעלע וויסן, גלויבן, לשונות, קונסטן און רפֿואות; מוזיקאַלישע סיסטעמען און פֿאָלקלאָרן פֿונעם מענטשלעכן מין. די וועלט פֿון גלויבן (און גלייבעכצן) איז אין אַ גרויסער טייל אַן אַרויסוווּקס פֿונעם זעלבן פֿײַכטן און הייסן וועלטטייל פֿון וועלכן מיר שטאַמען אַלע און וווּ עס יערן און מערן זיך עד־היום די לעבנס־פֿאָרמען וואָס פֿילן כּסדר אָן אונדזער וועלט. די טראַדיציאָנעלע וועלט און די מאָדערנע וועלט זענען ענגער פֿאַרבונדן ווי מערסטע מענטשן מיינען, און איינע איז אַ פֿאַרגיטיקונג און אַ דערגאַנצונג פֿאַר דער אַנדערער.
טעראַלינגוואַ
די אָרגאַניזאַציע וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט אויספֿאָרשן און פֿאַרפּירסומען דעם גאַנצן נײַעם שטראָם אידעען און אויסגעפֿינסן אויפֿן שטח פֿון ביאָ־דיווערסיטעט הייסט "לינגוואַטעראַ" ("שפּראַך [און] לאַנד") און איז אַליין אַ פּראָדוקט פֿונעם מאָדערנעם אַקאַדעמישן לעבן. שוין אַ פֿערטל־יאָרהונדערט ווי זי ברענגט דער וועלט ידיעות, יאָרביכער, אַטלאַסן, קאָנפֿערענצן, פֿילמען, לעקציעס און קורסן וועגן דעם וואַקסנדיקן סכום וויסן אויף אָט דעם וויכטיקן שטח. זי העלפֿט אויך אינדיגענע (אײַנגעבוירענע) פֿעלקער ווידער זיך צו באַקענען, רעסטאַוורירן און ווי אַזוי בעסער אויפֿצופּאַסן אויף זייער טראַדיציאָנעלן האָב־און־גוטס דורך געדולדיקער פֿעלדאַרבעט. מער אינפֿאָרמאַציע וועגן זיי און זייערע אַלע אויסגאַבעס קען מען גרינג געפֿינען אויף דער אינטערנעץ בײַ די וועבערטער, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט איר נאָמען (terralingua) אָדער די זוכווערטער Biocultural Diversity.
צו וועמען באַלאַנגט דאָס אַלץ?
אַ מאָל האָט מען געמיינט, אַז אַ פֿאָרשער פֿון אַן אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט מעג אַוועקפֿליִען צו די דזשונגלען און דאָרטן געפֿינען ניט־באַקאַנטע בלעטער, גראָזן, בליִעכץ, און צווײַגן און קאָרע פֿון ביימער. אין אָט די אַלע פֿרעמדע געוויקסן האָט מען אַנטדעקט רפֿואות אויף קרענק און קראַנקייטן, וואָס מיר האָבן אַ מאָל באַטראַכט ווי ניט־היילעוודיק. פֿון אָט די נײַע אויסגעפֿינסן זענען איייניקע אוניווערסיטעטישע פֿאָרשערס און זייערע אוניווערסיטעטן גופֿא ממש נתעשר געוואָרן און די אַלע פֿעלקער און פֿעלקערלעך וואָס האָבן אָט די אַלע רפֿואות דורות־לאַנג אויפֿגעהיט און אויסגעהיט פֿון פֿאַרשיידענע מינים געפֿאַרן (ווי למשל פֿײַערן, טרוקענישן און חיות־רעות), האָבן פֿאַר זייערט וועגן באַקומען גאָרניט און נאָך ערגער ווי גאָרניט: אינוואַזיעס פֿון צעשטערערישע און אויסנוצערישע סאָלדאַטן און סוחרים, וואָס האָבן בעת־מעשׂה חרובֿ געמאַכט די לאָקאַלע סבֿיבֿות און מינהגים און האָבן נאָך דערצו מיטגעבראַכט אָנשטעקנדיקע פֿרעמדע קראַנקייטן קעגן וועלכע די לאָקאַלע תּושבֿים האָבן ניט געהאַט אַנטוויקלט קיין שום פֿריִערדיקע נאַטירלעכע אימוניטעטן צי אייגענע מעדיצינישע מיטלען. אַנשטאָט צו באַקומען אַ דאַנק און אָנערקענונג פֿאַר זייערע אינדיגענע היילמיטלען האָבן זיי גאָר באַקומען "אַ פּאַטש פֿאַר אַ גוט־שבת". אין אַ סך אַזעלכע פֿאַלן האָט טעראַלינגוואַ צוגעשטעלט אַדוואָקאַטן וואָס האָבן פֿאַר די אינדיגענע באַפֿעלקערונגען באַקומען פֿאָנדן און קאָמפּענסאַציעס פֿאַר זייערע בזיונות.
מיט גוטן קען מען אויך קאַליע מאַכן
אָבער דאָס איז נאָך ניט גענוג. די גרויסע וועלט איז אַזוי גרויס און רײַך און שטאַרק, אַז זי קען אַפֿילו מיט גוטן אויך חרובֿ מאַכן (אָפּקויפֿן און פֿאַרנוצן) די אינדיגענע נאַטירלעכע רײַכטימער וואָס זיי זוכן צוליב די רפֿואות אויף וועלכע זיי טויגן. דאַרף מען אויסלערנען די אינדיגענע שבֿטים ווי אַזוי צו פֿאַרפֿלאַנצן און פֿאַרקויפֿן גרעסערע סכומים פֿון די געזוכטע רעסורסן אָדער צו דערלויבן אויסלענדישע פֿירמעס זיי צו דינגען (פֿאַר אַ פּראָצענט פֿון די פֿאָרויסגעזעענע פּראָפֿיטן), אָדער מיט זיי אונטערצושרײַבן שותּפֿות־קאָנטראַקטן וועגן דעם אַלעמען. דאָס קען זײַן אַ לאַנגער און קאָמפּליצירטער פּראָצעס און אויך אין שײַכות דערמיט קען טעראַלינגוואַ שטאַרק קומען צו הילף. הכּלל, די מאָדערנע אַקאַדעמישע וועלט און די אינדיגענע סבֿיבֿות אין די הייסע און פֿײַכטע קלימאַטן דאַרפֿן זיך אויסלערנען ווי אַזוי צוזאַמענאַרבעטן, כּדי צו דערגרייכן בשותּפֿותדיקע צילן. דערבײַ אַנטוויקלט זיך אַ גאַנצע סיסטעם פֿון צווישן־פֿעלקערלעכע קאָאָפּעראַציעס וואָס מען קען אויך אָנווענדן לגבי שוין־פֿאַראַנענע אָדער פּאָטענציעלע סיכסוכים אין דער אַנטוויקלטער וועלט גופֿא.
נו, און וואָס איז מיט די אײַזגלעטשערס?
די צעשמעלצנדיקע אײַזגלעטשערס געפֿינען זיך, כּי־ידוע, בלויז אין די צפֿונדיקע און קאַלטע לענדער. זיי געפֿינען זיך אַלע אונטער דעם קאָנטראָל פֿון די פֿאָרגעשריטענע מערבֿדיקע מדינות. אפֿשר דערפֿאַר איז נאָך ניט פֿאָרויסצוזען קיין שום אינטערנאַציאָנאַלן ענטפֿער אויף אָט דער גרויסער סכּנה פֿאַר דעם קלימאַט און פֿאַר די לענדער בײַ די ים־ברעגן פֿון דער גאָרער וועלט. דער גרויסער חכם, פּרעזידענט בוש, האָט ערשט מיט עטלעכע יאָר צוריק געלאָזט וויסן, אַז ער האַלט אַז די שטײַגנדיקע גלאָבאַלע ערד־וואַרעמונג איז "ניט קיין אמתע פּראָבלעם". אפֿשר אויף אָט דער "לייזונג" וועלן מיר מוזן וואַרטן ביז די אַקאַדעמיע וועט אונדז אַלעמען מזכּה זײַן מיט די עצות פֿון אַ נײַער אָרגאַניזאַציע וואָס וועט מסתּמא הייסן "טעראַפֿריאַ!"
דערווײַל, מיט אונדזער גרויסער באַוווּנדערונג לגבי טעראַלינגוואַ מוזן מיר אָבער צוגעבן, אַז פֿאַר פֿאַרשווינדנדיקע לשונות איז נאָך דערווײַל אַ סך שווערער צו געפֿינען עפּעס אַ טרופֿה ווי פֿאַר גראָזן און קרײַטעכצער. די הויפּט־קולטור־מכשירים פֿונעם גאַנצן מענטשלעכן מין — לשונות — זענען נאָך אויף גאָר גרויסע צרות; בפֿרט, די קלענערע און די ניט־באַשיצטע צווישן זיי. ס׳איז שוין די העכסטע צײַט זיך מער אָפּצוגעבן מיט זיי ווי לעת־עתּה. זיי גיבן ניט אַרויס פֿון זיך קיין קערעלעך וואָס מען קען גרינג איבערפֿלאַנצן אַנדערשוווּ. דאַרפֿן מיר אַליין זײַן זייערע היטערס און שיצערס, ווײַל קיין אַנדער הילף איז פֿאַר זיי ניטאָ און ווײַל גאָר אַ סך פֿון זיי נייטיקן זיך זייער אין רפֿואות! וייִדיש בתוכן! וועגן אָט דעם ענין וועלן מיר נאָך רעדן באַזונדער, און ניט נאָר איין מאָל.