במשך פֿון מײַ און יוני האָב איך באַקומען צוויי ערשט־דערשינענע קאָמפּאַקטלעך, וואָס זיי וואַרפֿן זיך אין די אויגן מיט זייער אַנדערשקייט; ביידע קלינגען זיי אַנדערש פֿון דער געוויינטלעכער הײַנטיקער ייִדישער מוזיק, און אַנדערש איין קאָמפּאַקטל פֿונעם אַנדערן. איין גרופּע באַציט זיך צו דער מוזיק מיט אַ ביסל איראָניע, די אַנדערע מיט אַן אינטענסיווער נײַגעריקייט.
די זינגערין פֿון דער גרופּע "ייִדישע פּרינצעסין" איז שׂרה־מינע גאָרדאָן, די טאָכטער פֿון דער באַקאַנטער זינגערין און געזאַנג־לערערין חנה (אַדריאַן) קופּער. יענע וואָך האָט די ענגלישע צײַטונג "דזשויִש וויק" [Jewish Week] זי אַרויפֿגעשטעלט אויף זייער יערלעכער רשימה פֿון "36 ייִדן ייִנגער פֿון 36" וועלכע וועלן מאַכן, ווי מע האָפֿט, אַ רושם אין דער צוקונפֿט. דאָס הייסט, אַז די וועלט האַלט שוין אַן אויג אויף שׂרה־מינע גאָרדאָן און איר קאַריערע.
יאָרן לאַנג האָט זי זיך צוגעהערט צו כּלערליי ייִדישע זינגערס, סײַ פאָלקישע, סײַ פּראָפֿעסיאָנעלע, און באַשלאָסן אַרײַנצוטרעטן אין דער וועלט פֿון ייִדישן געזאַנג מיט איר אייגענעם קלאַנג, אַ "ראָק־און־ראָל"־ אויסטײַטש פֿון ייִדישע לידער, וואָס שפּיגלען אָפּ איר דור.
אין "פּאָוער־פּאָפּ", איז דער ריטעם זייער שטאַרק, און די גיטאַר און סינטעזיר־פּיאַנע — זייער פּראָמינענט. די סינטעזיר־פּיאַניע פֿאַרמאָגט כּלערליי קלאַנג־מעגלעכקייטן און מײַקל ווינאָגראַד, וואָס שפּילט אין דער גרופּע, האָט גרויס הנאה אויסצוניצן די דאָזיקע מעגלעכקייטן. די עלעקטרישע גיטאַר־שפּילער, אַבֿי פֿאַקס־ראָזען און יאָשי פֿרוכטער, שפּילן הויך און גיך ווי עס פּאַסט פֿאַר ראָק־און־ראָל.
מאַרק וואַרשאַווסקיס "מילנערס טרערן" זינגט די גרופּע "ייִדישע פּרינצעסין" מיט אַ גאָר גיכן טעמפּאָ, און דער טרויער פֿונעם ליד, פֿאַרבײַט מען אויף אַ כּמעט האָפֿערדיקן יוגנטלעכן טאָן, עלעהיי די זינגערין זאָרגט זיך אין גאַצן נישט וועגן די פּראָבלעמען וואָס ווערן באַטאָנט אינעם ליד. אינעם ליד "אוי אַבֿרהם", הערט מען אין גאָרדאָנס קול די השפּעה פֿון קייט בוש, וועלכע איז איינע פֿון גאָרדינס באַליבטע זינגערינס. ווי בוש, האָט גאָרדאָן נישט מורא זיך אַרומצושפּילן מיט פֿאַלסעטאָ־ און קאָמישע קלאַנגען אין איר קול. אין "ווער וועט בלײַבן" — אַבֿרהם סוצקעווערס פּאָעמע, מיט מוזיק פֿון וועראַ לאָפּאַטניקס מוזיק — האָט די גרופּע אַ ביסל מער געלאָזט הערן די מעלאָדיע ווי אין אַנדערע לידער; אַפֿשר ווײַל די מעלאָדיע איז שוין מער הײַנטצײַטיק און האָט זיך שוין צוגעפּאַסט צו איר עסטעטיק.
מע קען אפֿשר זאָגן, אַז די צווייטע רעקאָרדירונג, וואָס ווערט רעצענזירט "ייִדפּאָפּ" פֿון דער גרופּע "פֿײַוויש" איז דער היפּוך פֿון דער "ייִדישער פּרינצעסין". די דײַטשע גרופּע, מיטן זינגער און גיטאַר־שפּילער פֿאַביאַן שנעדלער בראָש, שפּילט אין אַן אָפּגעשפּאַנטן סטיל, וואָס דערמאָנט צו מאָל אין די רעציטאַטיווע "ביטניק"־קלאַנגען פֿון די 1950ער יאָרן. דאָ הערט מען אַקוסטישע אינסטרומענטן, נישט קיין עלעקטרישע, און אַ פּײַקלער, פֿיליפּ בערנהאַרדט, וואָס שפּילט מער אין אַ דזשאַז־זשאַנער.
אין זייער אַראַנזשירונג פֿונעם קלאַסישן ליד וועגן סוועטשאַפּ, "עס רוישן אין שאַפּ אַזוי ווילד די מאַשינען" פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד, ברענגט אַרײַן די גרופּע, מוזיקאַליש, דאָס ליד פֿונעם 19טן יאָרהונדערט אין אונדזער צײַט. אין מער ווי איין ליד קאָמבינירט שנעדלער די טעקסטן פֿון צוויי לידער אין איין נומער; למשל, צו מאָריס ראָזענפֿעלדס ליד גיט ער צו אַ סטראָפֿע פֿון רחל קאָרנס אַ ליד. מיר דאַכט, אַז דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס אַזאַ סינטעז קומט פֿאָר אויף אַ ייִדישער רעקאָרדירונג.
אויך צו מאַנגערס ליד "כ׳וועל אויסטאָן די שיך" מיט חוה אַלבערשטיינס מעלאָדיע, האָט שנעדלער צוגעגעבן זײַן אייגענע סטראָפֿע צום סוף:
"איך וועל אָנטאָן די שיך און קוקן איף מײַן טרויער,
און קוקן צוריק און זען וואָס איז באַדויער,
איך וועל אָנטאָן די שיך... און גיין שריט בײַ שריט".
עס פֿרייט אונדז, וואָס עס געפֿינען זיך מוזיקער, וואָס זענען אַזוי אַרײַנגעטאָן אין די ווערטער פֿון די לידער, נישט נאָר אין דער מוזיק, אַז זיי פֿילן אַ באַדערפֿעניש צוצוגעבן זייער אייגענעם קנייטש. אַמאָל קלינגט עס מער ווי אַ פּאָפּורי, למשל, ווען שנעדלער גיט צו צו וואַרשאַווסקיס "אַכציק ער און זיבעציק זי", סײַ סטראָפֿעס פֿון איציק פֿעפֿערס אַ ליד, סײַ אַ סטראָפֿע פֿון "וווּ ביסטו געווען". כאָטש שנעדלער טראַכט זיך גוט אַרײַן אין די ווערטער, איז אים נישט וויכטיק, צי זײַן געשאַפֿענע מוזיק, למשל, צו וואַרשאַווסקיס ליד, קלינגט ייִדישלעך. דאָ פֿאַרשטייט מען אפֿשר פֿאַרוואָס ער ניצט דאָס וואָרט "פּאָפּ" אין "ייִדישפּאָפּ": עס ציט אים צו אַ ברייטערן עולם.
די סטילן אויף דער רעקאָרדירונג בײַטן זיך פֿון ליד צו ליד; פֿון דער ביטניק־מוזיק, ווי אין זײַן מעלאָדיע צו ביילע שעכטער־גאָטעסמאַנס ליד "מײַן היים ניו־יאָרק", ביזן פֿאָלקישן "ראָק־און־ראָל" אין פּרץ מאַרקישס ליד "איך". די רעקאָרדירונג ענדיקט זיך מיט אַן אָריגינעל ליד, ווערטער און מוזיק פֿון שנעדלער, וואָס איז אַ פאָלקיש ליד, און מיר קוקן אַרויס אויף נאָך אַזוינע שאַפֿונגען.
צו באַשטעלן Yiddish Princess, גיט אַ קוק אויפֿן וועבזײַטל פֿון cdbaby און צו באַשטעלן Yiddpop פֿון "פֿײַוויש", קוקט אויף דער וועבזײַט: www.fayvish.de