אין אָקטאָבער 1930 האָט זיך אין מאָסקווע באַוויזן אַ צײַטונג אויף ענגליש "מאָסקאַו ניוס". די רעדאַקטאָרין, אַנאַ-לויִז סטראָנג, איז געווען אַן אַמעריקאַנער זשורנאַליסטקע מיט גאַנץ עקסצענטרישע אידעאָלאָגישע איבערצײַגונגען; איינע פֿון די פּען-מענטשן וואָס פֿלעגן באַשרײַבן די וועלט ניט אַזוי, ווי זיי האָבן זי געזען, נאָר אַזוי, ווי זיי האָבן זי געוואָלט זען. די ענגלישע צײַטונג האָט זיך באַוויזן אין רוסלאַנד, ווײַל צו יענער צײַט האָט מאָסקווע און אַנדערע גרויסע שטעט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד גענומען זיך אָנפֿילן מיט ענגליש-רעדנדיקע מיגראַנטן. אייניקע פֿון זיי זײַנען געקומען, דער עיקר, פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָנגעלאָדן מיט אידעען פֿון בויען אַ נײַע סאָציאַליסטישע געזעלשאַפֿט; אַנדערע זײַנען אידעאָלאָגיש געווען ווײַט פֿון סאָציאַליזם און קאָמוניזם, אָבער זיי האָבן זיך דערוווּסט, אַז אין רוסלאַנד קען מען געפֿינען אַ גוט-באַצאָלטע אַרבעט. בעת די אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע האָט זיך געמאַטערט בעת דער דעפּרעסיע, האָט דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד זיך געשטעלט אויפֿן וועג פֿון אינדוסטריאַליזאַציע (און מיליטאַריזאַציע), אָבער דאָס לאַנד האָט ניט געהאַט גענוג אויסגעשולטע און דערפֿאַרענע ספּעציאַליסטן. מחמת דעם דוחק אין אינזשענירן, הויך-קוואַליפֿיצירטע אַרבעטער, בויער, אַרכיטעקטן וכ’ האָט מען זיך געוואָנדן צום אויסלאַנד.
אין ניו-יאָרק האָט מיט רעקרוטירן ספּעציאַליסטן זיך באַשעפֿטיקט די אָרגאַניזאַציע "אַמטאָרג". בעת קיין דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען זײַנען צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ניט געווען, האָט דער "אַמטאָרג", אויף 261 פֿינפֿטער עוועניו, געשאַפֿן אַ סוראָגאַט-ביוראָ פֿאַר אַזעלכע פֿאַרבינדונגען. ישעיה כורגין (1887—1925), אַן אַקטיווער טוער אין דער ייִדישער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג אין אוקראַיִנע און שפּעטער, אַ קאָמוניסט, איז געווען דער ערשטער אָנפֿירער פֿון "אַמטאָרג". אָבער אין אויגוסט 1925 איז ער, און זײַן גאַסט, אַפֿרים סקליאַנסקי (אַ פֿירנדיקער טראָצקיסט), אין רעטענישדיקע אומשטאַנדן, דערטרונקען געוואָרן אין אַן אָזערע, ניט ווײַט פֿון ניו-יאָרק. די אָרגאַניזאַציע האָט, אָבער, פֿאָרגעזעצט איר טעטיקייט.
אין 1931 האָט דער "אַמטאָרג" פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע אַ רעקלאַמע וועגן זעקס טויזנט שטעלעס, וואָס מע האָט געקענט באַקומען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אָפּגערופֿן האָבן זיך מער פֿון אַ הונדערט טויזנט מענטשן. אין אַפּריל 1929, איז געשאַפֿן געוואָרן די סאָוועטישע מלוכישע אַגענץ פֿאַר טוריזם, "אינטוריסט", און אַ סך אַמעריקאַנער האָבן זיך געלאָזט קיין רוסלאַנד דורך דעם דאָזיקן טוריסטישן קאַנאַל, כאָטש אין דער אמתן איז זייער ציל געווען צו געפֿינען דאָרטן אַן אַרבעט. אין דעם שטראָם, פֿון אַמעריקע קיין רוסלאַנד, זײַנען געווען אַ סך ייִדן.
וועגן דעם גורל פֿון די אַמעריקאַנער ספּעציאַליסטן, וואָס זײַנען געפֿאָרן קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, דערציילט דאָס בוך פֿון טים צוליאַדיס "די איבערגעלאָזטע אויף הפֿקר" (The Forsaken). דאָס בוך איז גוט אָנגעשריבן, כאָטש מיר האָט שטאַרק געשטערט די שלעכטע רעדאַקטור פֿונעם טעקסט — אַ היפּש ביסל באַגריפֿן, דאַטעס וכ’ זײַנען אָנגעוויזן ניט ריכטיק.
אַ חוץ באַשרײַבונגען פֿון טראַגישע לעבנס-געשיכטעס פֿון די אַמעריקאַנער ספּעציאַליסטן און זייערע משפּחות, וואָס האָבן זיך אַרײַנגעפּאַקט אין דעם פֿליישמילכל פֿון דער בלוטיקער סאָוועטישער סאָציאַלער אינזשענעריע, מיט אירע תּפֿיסות און לאַגערן, גיט אָפּ טים צוליאַדיס אַ סך אָרט די אַמעריקאַנער זשורנאַליסטן און דיפּלאָמאַטן, וועלכע האָבן, אין תּוך אַרײַן, געהאָלפֿן דעם סטאַליניסטישן רעזשים. למשל, דעם 6טן אַפּריל 1937, אין דער צײַט ווען הונדערטער טויזנטער סאָוועטישע תּושבֿים פֿלעגן פֿאַרשוווּנדן אין דעם "גולאַג", האָט דזשאָזעף דייוויס, דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין מאָסקווע, גערעדט צו דער אַמעריקאַנער פּרעסע מיט אַזעלכע ווערטער:
"אַ וווּנדערלעכער און סטימולירנדיקער עקספּערימענט קומט פֿאָר אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דאָס איז אַ ריזיקע לאַבאָראַטאָריע, אין וועלכער עס ווערט דורכגעפֿירט איינער פֿון די גרעסטע עקספּערימענטן אין דעם געביט פֿון מלוכה-אַדמיניסטרירונג. דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד טוט פּרעכטיקע זאַכן. די מלוכה-פֿירער שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ ביז גאָר פֿעיִקע, ערנסטע, שווער-אַרבעטנדיקע און מעכטיקע גרופּע מענער און פֿרויען."
בינו-לבינו, האָט די "ריזיקע לאַבאָראַטאָריע" אַרײַנגעשלונגען אין אירע עקספּערימענטן טויזנטער אויסלענדישע בירגער, וועמען דער גורל (צי זייער תּמימות) האָט פֿאַרנאַרט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. טים צוליאַדיס דערציילט וועגן צענדליקער פֿאַלן, אין וועלכע די אַמבאַסאַדע אין מאָסקווע האָט ניט געוואָלט העלפֿן די אומגליקלעכע אַמעריקאַנער בירגער. זיי האָט מען אָפּגעגעבן אין די הענט פֿון דער "ביז גאָר פֿעיִקער, ערנסטער, שווער-אַרבעטנדיקער און מעכטיקער גרופּע מענער און פֿרויען". טיילווײַז האָט מען עס געטאָן, כּדי חלילה ניט אָפּסמען די באַציִונגען מיט סטאַלינען, און טיילווײַל (אפֿשר אַפֿילו דער עיקר), ווײַל מע האָט זיי אַלעמען געהאַלטן פֿאַר געפֿערלעכע ראַדיקאַלן, וועלכע האָבן ניט פֿאַרדינט קיין שטיצע מצד דער אַמעריקאַנער רעגירונג.
אַ היפּשער טייל פֿונעם בוך איז געווידמעט אויך די אַמעריקאַנער זשורנאַליסטן, וועלכע פֿלעגן פֿאַרשפּרייטן פּראָ-סאָוועטישע מאַטעריאַלן. למשל, שווער פֿלעגן זיך דורכרײַסן אויף די זײַטן פֿון די אַמעריקאַנער צײַטונגען אַרטיקלען וועגן דעם שרעקלעכן הונגער, וואָס דער סאָוועטישער רעזשים האָט געמאַכט מיט זײַנע אייגענע הענט — בײַ פּויערים האָט מען פּשוט צוגענומען דאָס גאַנצע גערעטעניש. ווי אַ פּועל-יוצא, זײַנען מיליאָנען מענטשן אויסגעשטאָרבן אין די פֿריִע 1930ער יאָרן, בפֿרט אין אוקראַיִנע.
אַגבֿ, איז דער "פֿאָרווערטס" געווען איינע פֿון די צײַטונגען, וועלכע האָט יאָ געשריבן וועגן דעם הונגער. איך האָב אַ מאָל (אין אַן אַרטיקל געדרוקט דעם 20סטן אַפּריל 2007) דערציילט וועגן דעם "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסט הערץ (הערי) לאַנג און זײַנע אַרטיקלען אויף אָט דער טעמע. טים צוליאַדיס דערמאָנט די פּובליקאַציעס אין "פֿאָרווערטס" פֿון אַרטיקלען, געשריבן דורך פֿרעד ביל (Fred Beal). איינער פֿון די אַמעריקאַנער ספּעציאַליסטן, האָט ער זיך אַרויסגעריסן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און אָנגעשריבן וועגן דעם טרויעריקן מצבֿ אין דער "ריזיקער לאַבאָראַטאָריע". דער "פֿאָרווערטס" איז געווען די ערשטע צײַטונג, וואָס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע אַרטיקלען.