|
"אַ באַזוך האַלבע נאַכט אין בית־עולם" מאָלערײַ פֿון מאיר קירשענבלאַט |
|
די שטודיע פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר האָט, במשך פֿון 150 יאָר, זיך גאָר אַ סך אַנטוויקלט. אויב מע פֿאַרגלײַכט פּראָפֿ׳ דבֿ נויס אַרטיקל אין דער "ענציקלאָפּעדיע יודאַיִקאַ" פֿון 1971, וואָס מיר האָבן באַטראַכט אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל אין אונדזער פֿאָלקלאָר־רובריק, מיט די אַרטיקלען וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿון דער "Jewish Encyclopedia" פֿון 1903, זעט מען ווי ווײַט דער באַנעם פֿון פֿאָלקלאָר צווישן די אַקאַדעמיקער און פֿאָרשער האָט זיך געביטן.
די פּאָזיציע "פֿאָלקלאָר" אין דער ענציקלאָפּעדיע פֿון 1903 האָט אָנגעשריבן יוסף דזשייקאָבס (1854—1916), אַ באַקאַנטער בריטיש־ייִדישער היסטאָריקער און פֿאָלקלאָריסט. זײַנע זאַמלונגען פֿון ענגלישע (נישט־ייִדישע) פֿאָלקס־מעשׂיות, וואָס מע לייענט נאָך הײַנט, האָבן אים באַרימט געמאַכט. בײַם אָנהייב פֿון זײַן עסיי טײַטשט ער "פֿאָלקלאָר" מיט די ווערטער: "די וויסנשאַפֿט וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט די אינסטיטוציעס, מינהגים, ליטעראַטור און גלייבענישן פֿונעם פֿאָלק אָדער נישט־קולטורעלע מענטשן, וואָס זייער שורש קען מען נישט געפֿינען אין דער רעגירונג אָדער בײַ יחידים". ווײַטער שרײַבט ער, אַז פֿאָלקלאָר פֿאָרשט די "רעשטלעך", דעם זכר, פֿון "פּרימיטיווע אינסטיטוציעס". לויט אים גלייבט מען אין מינהגים נאָר ווײַל מע האָט דרך־ארץ פֿאַר דעם פֿריִערדיקן גלייבער פֿונעם מינהג. קיין זינען, קיין לאָגיק אין די טראַדיציעס קען מען נישט געפֿינען.
הײַנט רעדט מען שוין נישט וועגן "נישט־קולטורעלע" אָדער "פּרימיטיווע" מענטשן, ווײַל אַזוינע באַגריפֿן זענען גאָר סוביעקטיוו און זיי באַליידיקן. אין דזשייקאָבס׳ צײַט, די תּקופֿה פֿון בריטישן קאָלאָניאַליזם, האָט מען אָבער באַנומען די וועלט און אירע פֿאַרשיידענע פֿעלקער אַנדערש. דזשייקאָבס האָט געהאַלטן, אַז דער פֿאָלקלאָריסט דאַרף אויסגעפֿינען אַ סיבה פֿאַר די "אַומראַציאָנעלע" גלייבענישן און מינהגים, און כּדי דאָס דורכצופֿירן, מוז מען זיי אויסזוכן אינעם לעבן פֿון אַמאָליקע "ווילדע מענטשן", וואַלדמענטשן. דזשייקאָבס האָט דעם געדאַנק איבערגענומען בײַ אַנדערע בריטישע פֿאָלקלאָריסטן, דער עקיר, דזשיי. דזשי. פֿרייזער און אי. בי. טײַלאָר. אָבער ביז די 1960ער יאָרן האָט מען נאָך געקענט לייענען וועגן "פּרימיטיווע" גלייבענישן אין דער פֿאָלקלאָר־ליטעראַטור. אינעם ייִוואָ־האַנטביכל פֿאַר זאַמלערס, "וואָס איז אַזוינס עטנאָגראַפֿיע?", געדרוקט אין 1929, אָן קיין מחבר (אָבער זעט אויס געשריבן פֿון ח. חיות און נפֿתּלי ווײַניג), שרײַבט מען אויך, אַז די זאַבאַבאָנעס און אַנדערע גלייבענישן בײַ ייִדן שטאַמען פֿון אַ פּרימיטיווער תּקופֿה אין דער געשיכטע. י. ל. כּהן האָט רעאַגירט אויף דעם, און געשריבן צו חיות, אַז מע זאָל גיכער זוכן בײַ די שכנותדיקע פֿעלקער, איידער בײַ די פּרימיטיווע מענטשן.
פֿאָלקלאָר לויט דזשייקאָבס "גיט זיך אָפּ מיטן אומראַציאָנעלן עלעמענט אינעם לעבן, כאָטש דאָס נעמט אַרײַן אויך די רײַך פֿאַרטראַכטסע אַספּעקטן". קומט ער צו דער מסקנא, אַז אַזוי ווי די ייִדן באַשטייען פֿון אַ ראַציאָנעל פֿאָלק, "איז בעצם נישטאָ קיין פֿאָלקלאָר בײַ ייִדן". אין די תּנכישע און תּלמודישע צײַטן, האַלט דזשייקאָבס, האָבן די ייִדן יאָ געהאַט אַ רײַכן פֿאָלקלאָר, דער עיקר, איבערגענומען פֿון אַנדערע פֿעלקער. אָבער זײַענדיק אין גלות, שרײַבט ער ווײַטער, האָבן די ייִדן געשאַפֿן זייער פֿאָלקלאָר אויפֿן סמך פֿון "פֿרעמדע" השפּעות. צו יעדן מינהג און טראַדיציע געפֿינט דזשייקאָבס אַ מקור בײַ אַן אַנדער פֿאָלק. דער געדאַנק, אַז פֿעלקער טיילן זיך מיט פֿאָלקלאָר, אָדער, אַז דאָס שכנותדיקע פֿאָלק האָט געקאָנט דעם מינהג איבערנעמען בײַ די ייִדן איז אים ניט אײַנגעפֿאַלן.
"מע קען קיין מאָל נישט זיכער זײַן, אַז אַ מאָדערנער ייִדישער מינהג איז טאַקע אַ ייִדישער", שרײַבט ער. מכּוח דער טראַדיציע פֿון טראָגן אַ שייטל, געפֿינט ער פּאַראַלעלן בײַ די אײַנוווינער פֿון די פֿידזשי־אינדזלען! ווײַל די דײַשטן האָבן אויך אַ מינהג צוצודעקן די שפּיגלען נאָכן טויט, דאַרף עס שוין מער נישט באַטראַכט ווערן ווי אַ ייִדישער מינהג. נאָר די מינהגים און גלייבענישן וואָס זענען ענג פֿאַרבונדן מיט ייִדישן ריטואַל, האַלט ער פֿאַר ייִדישע. למשל, ער דערמאָנט, אַז אין מינסק, ווען מע האָט עמעצן נישט אַרויפֿגערופֿן צו דער תּורה דרײַסיק טעג, איז ער באַטראַכט געוואָרן ווי אַ פֿאַרשטאָרבענער — אַ כּהן טאָר זיך נישט דערנענטערן צו אים. ווען מע רופֿט אים אַרויף נאָך 30 טעג און ער קען נאָך לייענען די אותיות, איז אַ סימן, אַז ער איז נישט טויט, ווײַל די טויטע קענען נישט לייענען, ווען מע רופֿט זיי אַרויף בײַ נאַכט. אַזאַ מינהג האַלט ער פֿאַר עכט ייִדישלעך.
דער גלות פֿון די ייִדן האָט נישט געהאָלפֿן צו שאַפֿן אַן אייגנאַרטיקן פֿאָלקלאָר, לויט דזשייקאָבס, אָבער אַ דאַנק די וואַנערונגען, האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק געדינט ווי אַ וויכטיקער פֿאַרשפּרייטער פֿונעם וועלט־פֿאָלקלאָר. אַזוי איז געווען מיט די ייִדישע סוחרים, וואָס האָבן זיך אויסגעלערנט אַ סך שפּראַכן און האָבן געבראַכט די מעשׂיות פֿון אינדיע קיין מיזרח־ און מערב־אייראָפּע. נאָך הײַנט איז מען מסכּים מיט דער אָבסערוואַציע.
וועגן פֿאָלקס־מעשׂיות, שרײַבט דזשייקאָבס באַריכת אין אַ באַזונדער פּאָזיציע, אַז "דעם ייִדישן כאַראַקטער קען מען קוים געפֿינען אין נאָר עטלעכע מעשׂיות". "ווי אין אַנדערע צווײַגן פֿון פֿאָלקלאָר, האָבן די ייִדן אָפֿט געבאָרגט בײַ זייערע שכנים, און קיין אָריגענעל שאַפֿערישקייט איז בײַ זיי נישט פֿאַראַן". ער האָט אויך אָנגעשריבן די פּאָזיציע אין דער "ייִדישער ענציקלאָפּעדיע" פֿון 1903 וועגן פֿאָלקמעדיצין. אויך וועגן דעם זשאַנער האָט ער געהאַלטן, אַז נאָר "נישט קולטורעלע" ייִדן גלייבן אין די רפֿואות.
וועגן פֿאָלקסלידער האָט אָבער אַן אַנדערער — דער לעקסיקאָגראף אַלעקסאַנדער האַרקאַווי געשריבן, אַז די לידער אויף ייִדיש האָט מען באַאַרבעט פֿון דײַטשע לידער אָדער איבערגעזעצט פֿון סלאַווישע שאַפֿונגען, אָבער "דאָך, איז זייער גײַסט דורכויס אַ ייִדישער." אַזאַ פּאָזיטיווע באַמערקונג קען מען נישט געפֿינען אין דזשייקאָבס אַרטיקלען, און ווען מע פֿאַרגלײַכט זיי מיט דבֿ נויס צוגאַנג, פֿאַרשטייט מען שוין, וואָס פֿאַר אַ לאַנגן וועג די שטודיע פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר איז דורכגעגאַנגען.