ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Natan Meir.
Kiev: Jewish Metropolis.
A History, 1859—1914.
Bloomington: Indiana University Press, 2010.

דאָס בוך פֿון פּראָפֿעסאָר נתן מאיר געהערט צו דער רעלאַטיוו נײַער און אין אַ געוויסן זין רעוויזיאָניסטישער שיטה פֿון דער היסטאָרישער פֿאָרשונג וועגן ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. אַנשטאָט צו פֿאַרפֿאַסן אַרומנעמיקע היסטאָרישע נאַראַטיוון וועגן דעם ייִדישן נאַציאָנאַלן כּלל, וואָס ראַנגלט זיך קעגן אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, גיט מען זיך אָפּ מיט קלענערע ענינים, אַזעלכע ווי געשיכטעס פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע קהילות, אינסטיטוציעס, גרופּעס אָדער יחידים.

דער דאָזיקער בײַט אין דער פֿאָרשערישער אָריענטאַציע לאָזט זיך דערקלערן דורך פֿאַרשידענע סיבות׃ דער סוף פֿון דער "קאַלטער מלחמה", נײַע מעגלעכקייט פֿאַר דער פֿאָרשונג אין מיזרח־אייראָפּעיִשע אַרכיוון, אַפֿילו די נײַע אַקאַדעמישע מאָדע אויף "מיקראָ־געשיכטע". ווי עס זאָל ניט זײַן, דאַרף מען זײַן זייער דאַנקבאַר דעם נײַעם דור ייִדישע היסטאָריקער, און נתן מאיר בתוכם, פֿאַרן נײַעם, דערפֿרישנדיקן קוק אויף דעם אַמאָליקן רוסישן ייִדנטום.

די שטאָט קיִעוו פֿאַרנעמט אַ ספּעציעל אָרט אין דער געשיכטע פֿון דרײַ פֿעלקער׃ רוסן, אוקראַיִנער און ייִדן. הגם ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין דער שטאָט נאָך אינעם צענטן יאָרהונדערט, הייבט זיך די מאָדערנע געשיכטע פֿון קיִעווער ייִדן אָן ערשט אין 1859, ווען דער ליבעראַלער צאַר אַלעקסאַנדר דער צווייטער האָט דערלויבט ייִדישע סוחרים פֿון דער ערשטער גילדיע צו וווינען אין דער "הייליקער" רוסישער שטאָט. מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט די מלוכה פֿאַרברייטערט די קאַטעגאָריעס פֿון ייִדן, וואָס האָבן באַקומען דאָס וווינרעכט אין דער שטאָט, אָבער די שטאָט גופֿא איז ביז 1917 פֿאַרבליבן אויסגעשלאָסן פֿונעם ייִדישן תּחום־המושבֿ. אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר האָט ניט געטאָרט פֿאַרבלײַבן אין קיִעוו אויף מער ווי איין טאָג.

די דאָזיקע לעגאַלע דיסקרימינאַציע האָט משפּיע געווען אויף דער קאָמפּאָזיציע פֿון קיִעווער ייִדנטום, וואָס איז געווען מער פֿאַרמעגלעך און אַסימילירט איידער די באַפֿעלקערונג פֿון די אַרומיקע שטעטלעך. אָבער בשכנות מיט דעם שטאָט־צענטער זײַנען געווען אָרעמע געגנטן, אַזעלכע ווי פּאָדאָל, וואָס זײַנען געווען פֿול מיט ייִדן. אַזוי אַרום איז קיִעוו געווען סײַ איינע פֿון די "טיפּיש־ייִדישע" שטעט אינעם דרום־מערבֿדיקן קאַנט פֿון דער רוסישער אימפּעריע, סײַ אַ יוצא־מן־הכּלל, אַן "עכט־קריסטלעכע" שטאָט אין דער סאַמע מיט פֿונעם ייִדישן תּחום־המושבֿ.

די פֿאָרשונג פֿון נתן מאיר אַנטפּלעקט די דינאַמיק פֿונעם ייִדישן פּאָליטישן און עפֿנטלעכן לעבן אין קיִעוו בעת דער רעלאַטיוו רויִקער תּקופֿה פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען די איינציקע טראַגישע געשעענישן זײַנען געווען די פּאָגראָמען פֿון 1881 און 1905. די קיִעווער ייִדישע בורזשואַזיע מיט די בראָדסקיס בראָש איז געקומען צו שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע ניט נאָר אין דער שטאָט־פּאָליטיק, נאָר אויף דער אַלרוסישער בינע. דער עקאָנאָמישער וווּקס פֿון דער קיִעווער ייִדישער בורזשואַזיע איז פֿאָרגעקומען אין דער צײַט פֿאַר דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע פֿון 1905 (די אַטמאָספֿער פֿון יענער תּקופֿה איז גלענצנדיק איבערגעגעבן אין צווייטן און דריטן טייל פֿון שלום־עליכמס "מנחם־מענדל"), אָבער דעמאָלט האָט קיִעוו נאָך ניט פֿאַרמאָגט קיין ממשותדיקע ייִדישע אינטעליגענץ.

דאָס קולטורעלע און עפֿנטלעכע לעבן אין קיִעוו האָט זיך גענומען אַנטוויקלען ערשט אינעם ערשטן יאָרצענדליק פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, ווען די שטאָט איז געוואָרן אַ וויכטיקער רעגיאָנאַלער צענטער פֿון ציוניסטישער אַקטיוויטעט און פֿון קולטורעלער אַרבעט אויף רוסיש. דעמאָלט איז פֿאָרגעקומען אַ "רעוואָלוציע אינעם קהילה־לעבן", ווען דאָס עפֿנטלעכע לעבן איז געוואָרן מער דעמאָקראַטיש, און די אַלטע גבֿירים האָבן פּאַמעלעך אָנגעוווירן זייער השפּעה.

דער מחבר באַמערקט, אַז כאָטש זײַן ציל איז געווען אָנצושרײַבן אַ געשיכטע פֿון אַלע קיִעווער ייִדן, זײַנען די פֿאַראַנענע מקורים שײַכותדיק, דער עיקר, צו דער געבילדעטער און פֿאַרמעגלעכער עליט. כּלערליי היסטאָרישע מקורים פֿון ייִדישע און ניט־ייִדישע אַרכיוואַלע זאַמלונגען, די פּעריאָדישע פּרעסע, זכרונות פֿון חשובֿע טוערס זײַנען געזאַמלט און אַנאַליזירט אינעם בוך מיט גרויס התמדה. אָבער דאָס מאַכט נאָך בולטער אַ וויכטיקן בלויז אינעם פֿאָרשערישן מעטאָד, דהײַנו, דאָס פֿעלן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און ייִדישע ליטעראַרישע מקורים. אמת, ווי דאָס רובֿ הײַנטיקע היסטאָריקער, איז מאיר אַוודאי באַקאַנט מיט שלום־עליכמס בילדער פֿון קיִעווער לעבן; ער דערמאָנט אויך דוד בערגעלסאָנס נאָמען, אָבער נעמט ניט אין באַנוץ בערגעלסאָנס ווערק, בפֿרט אַזעלכע ווי "נאָך אַלעמען" און "יוסף שור", וועלכע פֿאַרמאָגן אַ רײַכן און פֿײַנעם היסטאָרישן מאַטעריאַל.

עס איז אויך אמת, אַז די "קיִעווער גרופּע" איז פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה געווען בלויז אַ קליין פּינטעלע אויף דער מאַפּע פֿון דער ייִדישער קולטור. אָבער זי איז געוואָרן זייער חשובֿ נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע, און האָט ממש באַשטימט די אַנטוויקלונג פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור. אַזוי אַרום פֿאַרדינט די דאָזיקע גרופּע מער אויפֿמערק, בפֿרט ווען עס גייט די רייד וועגן ייִדישן קיִעוו. די זכרונות פֿון נחום אויסלענדער און נחמן מײַזיל וואָלטן צוגעגעבן וויכטיקע פּרטים צו דער באַשרײַבונג פֿון ייִדישן קולטורעלן און עפֿנטלעכן לעבן אין דער שטאָט נאָך 1905.

מיט זעלטענע אויסנאַמען, האָבן די הײַנטיקע היסטאָריקער פֿון ייִדישן לעבן אין מיזרח־אייראָפּע ניט קיין פֿײַנעם חוש צו ייִדישער ליטעראַטור. אינעם בעסטן פֿאַל באַנוצן זיי זיך מיט די באַקאַנטע ליטעראַרישע ווערק (דער עיקר, פֿון מענדעלע און שלום־עליכעם) ווי אילוסטראַציעס, אָבער זײַנען ניט בכּוח צו אַנאַליזירן ליטעראַרישע טעקסטן ווי אייגנאַרטיקע היסטאָרישע מקורים, וואָס האָבן אָפּגעהיט די אַטמאָספֿער און דעם טעם פֿון זייער תּקופֿה בעסער, איידער אָפֿיציעלע דאָקומענטן.