- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דאָס מאָל איז מיר אויסגעקומען צו זען אויף בראָדוויי דעם באַרימטן האָליוווּדער־ און טעלעוויזיע־שטערן אַל פּאַטשינאָ, אין שעקספּירס "דער סוחר פֿון ווענעדיק." דער זאַל איז געווען געפּאַקט. איך דערקען ייִדישע פּנימער. די בינע איז באַצירט ווי אַ הײַנטצײַטיקע וואָל־סטריט־בערזע (מאַרק ווענדלאַנד), די קאָסטיומען (דזשעט גאָלדשטיין) וואָס מ׳קען מסתּמא הײַנט געפֿינען אין אַ לוקסוריעזן געשעפֿט אויף פֿינפֿטער עוועניו "בערגדאָרף־גורדמאַן." בלויז שײַלאָק, דער ייִד (אַל פּאַטשינאָ), דרייט זיך אַרום איבער דער בינע ווי אַן אָפּגעריסענער, היישעריק, פֿאַרשוויצטער פּראָצענטניק. און די ייִדן אַרום אים זעען אויס ווי זיי וואָלטן אַרויסגעקומען פֿון הײַנטיקן וויליאַמסבורג, נעט אָנגעטאָן אין אַ ייִדישן גאַרדעראָב. אין דער זעלבער צײַט ווען אין צענטער פֿון לאַנד האָט מען זיך געקענט טרייסטן מיט די ערשטע סימנים פֿונעם ווינטער, האָט מען זיך אין אילת, דער שטאָט פֿון דער אייביקער זון, געקוויקט מיטן זומער. די שטאָט פֿון די פּאַלמען־ביימער, פֿונעם מידבר און פֿונעם רויטן ים איז שטאַרק ווײַט פֿון אייראָפּע. און דאָך, האָט זי זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿיליע פֿונעם פּוילישן שטעטל. הונדערטער מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן זענען דעם חודש אָנגעקומען אין "לעאָנאַרדאָ־קלאָב־האָטעל" צו דער "ייִדישיאַדע", ערשטע אונטערנעמונג פֿון דעם טיפּ אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל, כּדי צו דערהייבן די ייִדישע קולטור אין מיזרח־אייראָפּע און אין דער ייִדיש־קהילה אין לאַנד. דער צוזאַמענפֿאָר איז געווען די בעסטע דעקאָראַציע, וואָס די "ייִדישפּיל"־פֿאַרוואַלטונג האָט געקענט אויסטראַכטן. אָפֿיציעל איז יפֿו אויך תּל־אָבֿיבֿ; זינט 1950 האָט די תּנ״כישע שטאָט פֿון ווײַטן אַלטערטום און די מאָדערנע מעטראָפּאָליע זיך פֿאַרוואַנדלט לויט אַ מלוכישן דעקרעט אין איין שטאָט. פֿאַקטיש אָבער ראַנגלט זיך יפֿו ווי זי קען אויפֿצוהאַלטן איר אייגנאַרטיקן אָריענטאַל־אַראַבישן כאַראַקטער. די גאַלעריע "קיימא" איז קוים נאָך איינע פֿון די פֿילצאָליקע קונסט־גאַלעריעס אין יפֿו. זי פּֿרוּווט אָבער אויף איר אופֿן באַקאַנט צו ווערן דורך איר אַנדערשקייט. "קיימא" פֿאַרנעמט נישט קיין איינעם פֿון די פֿילצאָליקע חלום־ווינקעלעך וואָס באַשײַנען די שטאָט. Emunah Nachmany Gafny. Dividing Hearts: The Removal of Jewish Children from Gentile Families in Poland in the Immediate Post-Holocaust Years. Jerusalem: Yad Vashem, 2009 Nahum Bogner. At the Mercy of Strangers: The Rescue of Jewish Children with Assumed Identites in Poland. Jerusalem: Yad Vashem, 2009. געהערט אַז דער באַרימטער האָליוווּדער אַקטיאָר ריטשאַרד דרײַפֿוס שפּילט אין אַ פּיעסע באַזירט אויף עפּיזאָדן פֿונעם לעבן פֿון דעם באַרימטן וועגווײַזער און תּלמיד־חכם, ר׳ אַבֿרהם־יהושע העשל, האָב איך זיך נישט געפֿוילט און אַוועק אין "טשערי־ליין"־טעאַטער אין וועסט־ווילעדזש, שעפּן נחת. ווער עס קען נישט דעם באַרימטן אַקטיאָר ריטשאַרד דרײַפֿוס, וועלכער האָט שוין אַרײַנגעלייגט אין זײַן פֿילם־קאַריערע אַ קײַמא־לן פֿון 55 יאָר, אַרײַנרעכענענדיק זײַן מי און צײַט אין צענדליקער וווילטעטיקע פֿרידנס־אָרגאַניזאַציעס, קאָנפֿערענצן וווּ ער האָט צונויפֿגעברענגט אין ניו־יאָרק אַלערליי צדדים זשורנאַליסטן פֿון רעכטס ביז לינקס, אַראַבער, פּאַלעסטינער און ישׂראלדיקע אינטעלעקטואַלן, זשורנאַליסטן, צײַטונגס־לײַט, פֿאַרבונדן זײַן טירחה מיט "סי־ען־ען," "בי־בי־סי" און "אַל־דזשיזיראַ." אין ייִדישן מוזיי פֿון קונסט אין פּאַריז קומט פֿאָר ביז סוף יאַנואַר 2011 אַן אויסשטעלונג פֿון דעם קרבן־החורבן פֿעליקס נוסבאַום. מיט אַ 12—13 יאָר צוריק איז אַן ענלעכע אויסשטעלונג פֿון 80 רירנדיקע בילדער פֿאָרגעקומען אין נאַציאָנאַלן מוזיי אין ירושלים. הקיצור, וועגן דעם דאָזיקן גרויסן קינסטלער קומט צו זאָגן אַ פּאָר ווערטער — ס׳איז כּדאַי! איין מאָל אַ טאָג, אָנפֿאַנגס 20סטן יאָרהונדערט, האָט דער שׂר־הקונסט אין די הימלען, באַשלאָסן — דאָס שטעטל אָסנאַבריק אין צפֿון־מערבֿ־דײַטשלאַנד וועט שענקען דער דײַטשער קונסט אַ מתּנה — אַ מײַסטער פֿון מאָלערײַ. דער גורל האָט געוואָלט, אַז דאָס זאָל זײַן דער זון פֿון דאָרטיקן ייִדישן סוחר בשם נוסבאַום. לכּבֿוד דעם יערלעכן "ייִדישן ביכער־חודש" וואָס הייבט זיך אָן די וואָך, האָבן מיר געפֿרעגט בײַ אַ צאָל "פֿאָרווערטס"־לייענער וועלכע מיר ווייסן זענען זיך עוסק אין דער ייִדישער ביכערוועלט, אונדז צו ענטפֿערן אויף דער קשיא, "וואָס איז אײַער באַליבטסט בוך אויף ייִדיש?". מיר האָבן דערבײַ געבעטן מע זאָל אויך באַשרײַבן פֿאַר וואָס, אָדער איבערגעבן אַ פּערזענלעכע געשיכטע פֿאַרבונדן מיטן בוך. די ענטפֿערס זענען געווען פֿאַרשיידענע, טייל לענגערע, טייל קירצערע. איך קען שוין פֿײַווישן אַ שפּאָר ביסל צײַט און האַלט פֿון אים אַ וועלט. ער איז אַ ליבלעכער, שמייכלענדיקער און צוגעלאָזענער מענטש, אַ טײַערער ייִד, און דערצו — אַ גוטער קאָמעדיאַנט. אַמאָל, ווען ער איז געווען נאָך אַ יונגער־מאַן איז ער געווען הויך און ברייטבייניק, גלײַך ווי אַ ווירע. אָבער ווען ס׳איז געקומען צו זײַנע פֿיס, זאָל גאָט שומר און מציל זײַן; גיגאַנטישע פֿיס, אין זיי קען אַרײַן אַ נאָזהאָרן. און פֿײַוויש, ווי נאָר ער איז אַרויף אויף דער בינע מיט זײַנע גראָמאַדנע, ריזיקע פֿיס, אַזוי האָב איך זיך באַלד געשיט פֿון געלעכטער, און ווי נאָר ער האָט געעפֿנט ס׳מויל און געצויגן די ווערטער ווי מען ציט אַ פֿאָדעם פֿון אַ געשטריקטן זאָק, אַזוי האָב איך זיך שוין ווידער געוואַלגערט אויף דער פאָדלאָגע און געהאַלטן זיך בײַ די זײַטן. דער ייִדישער ביכער-מאַרק איז תּמיד געווען אויף צרות. וועגן דעם האָט געשריבן די ייִדישע פּרעסע, בפֿרט, די וואַרשעווער "ליטעראַרישע בלעטער". איר רעדאַקטאָר, נחמן מײַזעל, פֿלעגט צונויפֿקלײַבן סטאַטיסטיק, וואָס האָט בדרך-כּלל געשאַפֿן אַ טרויעריק בילד. אַ שולד איז געלעגן אויך אויף דער אינטעליגענץ, וועלכע האָט געפֿירט אַ ביטערן קאַמף קעגן דעם "שונד", כאָטש אַזאַ ליטעראַטור האָט מען טאַקע געלייענט. וואָס שייך דער "הויכער ליטעראַטור" איז דער מצבֿ געווען ביטער, ווײַל די ייִדישע אינטעליגענץ האָט פֿון דעסטוועגן געהאַט די נטיה צו לייענען ביכער אויף "הויכע שפּראַכן", בעת די פּרעסע האָט צופֿרידנגעשטעלט דעם ברייטן עולם. אַ פּאָר רוסישע פֿאַרלאַגן האָבן זיך מיט עטלעכע יאָר ערנסט פֿאַרנומען מיט ייִדישער ליטעראַטור — דהײַנו, מיט די קלאַסישע ווערק, וועלכע זענען טאַקע אָנגעשריבן אויף דער ייִדישער שפּראַך. בײַ ס׳רובֿ רוסיש־רעדנדיקע ייִדן, בפֿרט פֿונעם ייִנגערן דור, האָט זיך געשאַפֿן אַזאַ סטערעאָטיפּ, אַז די ייִדישע ליטעראַטור באַשטייט, כּלומרשט, בלויז פֿון רוסישע אָדער ענגלישע ביכער, וווּ עס ווערן כאָטש אַ פּאָר מאָל דערמאָנט די ייִדישע טעמעס, ווי אויך פֿון ווייניק־באַקאַנטע ישׂראלדיקע ביכער אויף העברעיִש. לויט אַן אויספֿרעג אויף אַ באַקאַנטער ליטעראַרישער וועבזײַט "בוקניקי", האַלט אַ גרויסער טייל ייִדן אין רוסלאַנד, אַז זיי "פֿילן זיך ווי אַ ייִד", ווען זיי לייענען די "ייִדישע שרײַבערין" דינה רובינאַ — אַ ישׂראלדיקע פּראָזאַיִקערין, דער "נאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער — פֿאָלקסבינע" הייבט אָן דעם נײַעם סעזאָן — זײַן 96סטן סעזאָן — מיט דער פֿאָרשטעלונג "פֿײַוויש פֿינקעל אויף דער בינע!" [Fyvush Finkel Live!] רעזשיסירט פֿון מאָטל דידנער, מיט דער באַטייליקונג פֿון פֿינקעלס מוזיקאַלישע זין, איִען און עליאָט. פֿײַוויש פֿינקעל איז שוין אַן 88־יאָריקער אַקטיאָר מיט גרויס הצלחה אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע. אין צוויי לאַנג־דויערנדיקע סעריעס — "פּיקעט פֿענסעס" און "באָסטאָן פּאָבליק" — האָט גאַנץ אַמעריקע זיך באַקענט מיט אים. אינעם לעצטן בולעטין פֿונעם "צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע", אין ניו־יאָרק, שטייט אַ ידיעה וועגן אַ פּאַנעל־דיסקוסיע אויף דער טעמע — "ליטעראַרישע עטנאָגראַפֿיע בײַ דעם מיזרח־פֿראָנט, 1914—1918" מיטן לעקטאָר שמואל ספּינער, וואָס מע וועט אָפּהאַלטן דעם 17טן נאָוועמבער. איך ווייס נישט וועגן וואָס מע גייט דאָרטן רעדן, כאָטש איך שטעל זיך פֿאָר, אַז ש. אַנ־סקיס ווערק "דער ייִדישער חורבן פֿון פּוילן, גאַליציע און בוקעווינע" וועט זײַן אַ טייל פֿון דער דיסקוסיע; |