|
אַ סצענע פֿון דער פֿאַרשטעלונג "אַ שיין מיידעלע" |
Credit: Gerard Alon |
אין דער זעלבער צײַט ווען אין צענטער פֿון לאַנד האָט מען זיך געקענט טרייסטן מיט די ערשטע סימנים פֿונעם ווינטער, האָט מען זיך אין אילת, דער שטאָט פֿון דער אייביקער זון, געקוויקט מיטן זומער. די שטאָט פֿון די פּאַלמען־ביימער, פֿונעם מידבר און פֿונעם רויטן ים איז שטאַרק ווײַט פֿון אייראָפּע. און דאָך, האָט זי זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿיליע פֿונעם פּוילישן שטעטל. הונדערטער מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן זענען דעם חודש אָנגעקומען אין "לעאָנאַרדאָ־קלאָב־האָטעל" צו דער "ייִדישיאַדע", ערשטע אונטערנעמונג פֿון דעם טיפּ אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל, כּדי צו דערהייבן די ייִדישע קולטור אין מיזרח־אייראָפּע און אין דער ייִדיש־קהילה אין לאַנד. דער צוזאַמענפֿאָר איז געווען די בעסטע דעקאָראַציע, וואָס די "ייִדישפּיל"־פֿאַרוואַלטונג האָט געקענט אויסטראַכטן.
ס׳רובֿ געסט אין דעם קבלת־פּנים־זאַל האָבן געהאַט גרויע קעפּ און פֿיל פֿון זיי האָבן זיך אָנגעשפּאַרט אויף אַ שטעקן, אָדער זענען געגאַנגען מיט דער הילף פֿון די געטרײַע פֿיליפּינער. דאָס "יונגוואַרג", וואָס איז געקומען, איז געווען אין די פֿופֿציקער און זעכציקער; דער צווייטער דור, וואָס האָט אײַנגעזאַפּט ייִדיש שוין אין ישׂראל.
אָבער אויב איך האָב געמיינט, אַז די "ייִדישיאַדע" וועט מיך אַוועקטראָגן אין דער ווײַטער און זיסער פֿאַרגאַנגענהייט, אײַנגעהילט מיט נאַפֿטאַלין־ריח, האָב איך זיך טועה געווען. גלײַך מיט דער דערעפֿענונג האָט זיך מײַן שטימונג געענדערט: שמוליק עצמון (81), פֿון די ישׂראלדיקע טעאַטער־וועטעראַנען און גרינדער פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער, איז אַרויף אויף דער בינע און געבעטן פֿאַרלעשן אַלע "עלעקטראָנישע קאַקאַמײַקעס" — אַ סימן, אַז מיר לעבן אין 21סטן יאָרהונדערט.
זעענדיק עצמונס ענערגיע, זײַנע טעאַטער־קאָלעגעס און דעם פּובליקום, איז בײַ מיר נישט געווען קיין ספֿק, אַז אפֿשר איז יאָ עפּעס דאָ אין דעם וואָס מ’זאָגט וועגן אַן אויפֿלעב פֿון ייִדיש אין ארץ־ישׂראל.
"אַזאַ אויפֿלעב איז יאָ דאָ", שטעלט פֿעסט שׂימחה שטיין, שטעל־פֿאַרטרעטער בײַם דירעקטאָר פֿון "ייִדישפּיל". "עס זײַנען דאָ הונדערטער אַבאָנענטן אין טעאַטער, און אינעם פּובליקום קען מען אויך געפֿינען פֿיל יונגע, וועלכע בענקען און גאַרן צו הערן די שפּראַך וואָס זיי האָבן געהערט בײַ זייערע עלטערן און זיידע־באָבעס, וואָס זענען שוין נישטאָ". שטיין איז אָפּטימיסטיש: "כּדי הנאה צו האָבן פֿון אונדזערע פֿאָרשטעלונגען מוז מען אַפֿילו נישט פֿאַרשטיין קיין ייִדיש. גענוג איבערצולייענען די עלעקטראָנישע איבערזעצונג און הערן דעם ליבן און באַקאַנטן קלאַנג פֿון דער שפּראַך", זאָגט ער און רירט אָן אַ ווייטיקלעכן פּונקט; אויך זײַנע חבֿרים רעדן וועגן טויט פֿון דער שפּראַך, וועלכע עקזיסטירט זינט דעם נײַנטן יאָרהונדערט אין די ייִדישע קהילות אין אייראָפּע. לויט זײַן מיינונג, וועט ייִדיש נישט ממשיך זײַן ווי אַ טאָג־טעגלעכע גערעדטע שפּראַך, אָבער ער קלערט, אַז דער ייִדישער טעאַטער, צוזאַמען מיט די פֿאַרשיידענע טעטיקייטן אויפֿצולעבן די שפּראַך, וועלן אָפּהיטן די ייִדישע חכמה און קולטור, "און דאָס איז דער עיקר". נישט סתּם איז דער מאָטאָ פֿונעם טעאַטער — "פֿאַרגעסט נישט".
מען וואַרט אויף דער פּורים־שפּיל
ווי אַ טייל פֿונעם ייִדיש־אויפֿלעב, קומט איצטער פֿאָר די "ייִדישיאַדע". די טוריסטן־אַגענץ "סענטשורי 21", וואָס פֿירט אַדורך די אונטערנעמונג, ספּעציאַליזירט זיך שוין 15 יאָר מיט אַזעלכע פּראָדוקציעס. יעדעס יאָר קומען זיך צונויף טויזנטער מענטשן, כּדי אָנטייל צו נעמען אין דער מאַראָקיאַדע, פּערסיאַדע, רוסיאַדע, טריפּאָליאַדע און ענלעכע געמיינדעס. די הײַיאָריקע "ייִדישיאַדע" איז די ערשטע פּראָדוקציע פֿאַר די ייִדיש־רעדער. אָבער עס ווערט שוין צוגעגרייט דער קומענדיקער צוזאַמענטרעף, און אַ פּורים־שפּיל ווערט געמאָלדן אויף מאַרץ 2011. די פֿאָרשטייערין פֿון דער אַגענץ, שרון לחמני, זאָגט אַז די "ייִדישיאַדע" איז אַנדערש פֿון די אַנדערע פּראָדוקציעס, צוליבן עלטער פֿון די אָנטיילנעמער און דער פֿאָדערונג, אַז דאָס עסן זאָל נישט זײַן שאַרף. אין עסזאַל זענען נישט דערלאַנגט געוואָרן געפֿילטע פֿיש אָדער קלאָפּס, אָבער דאָך האָט מען אָפּגעהיט די אַשכּנזישע אַטמאָספֿער. פֿונדעסטוועגן, ווען די ייִדיש־רעדנדיקע פֿירן אַ טאָג־טעגלעכן שמועס, גייען זיי אַריבער אויף עבֿרית. מ׳איז שוין פּשוט אָפּגעוווינט צו רעדן ייִדיש וועגן טאָג־טעגלעכע זאַכן.
די אויפֿוואַכונג פֿון ייִדיש האָט זיך אָנגעהויבן מיט דרײַסיק יאָר צוריק. איבער דער גאַנצער וועלט האָט מען דעמאָלט געפֿײַערט שלום־עליכמס 120סטן געבוירנטאָג. אָבער אין ישׂראל איז אַפֿילו נישט געווען קיין זכר פֿון דער דאַטע, פֿון דעם געבוירן־טאָג פֿון איינעם פֿון די גרעסטע ייִדישע שרײַבער. "דאָס האָט מיר געגעבן אַ זעץ אין האַרצן", דערמאָנט זיך שמואל עצמון, "כ’האָב געזאָגט צו די חבֿרים, די צוויי שמוליקן (שמואל ראָדינסקי און שמוליק סעגאַל): 'לאָמיר באַנײַען שלום־עליכמס 'די קליינע מענטשעלעך’. די 'הבימה’־פֿאַרוואַלטונג האָט עס אָפּגעוואָרפֿן, אָבער דער דירעקטאָר איז מסכּים געווען אויף דרײַ אויפֿטריטן. דאָס האָט באַטײַט אַ רעוואָלוציע: ייִדיש אין 'הבימה’?! במשך פֿופֿצן יאָר איז אָנגעגאַנגען די פּיעסע; 750 מאָל איבער דער גאָרער וועלט".
שוין אַ פּאָר יאָר וואָס ייִדיש בליט אין ישׂראל. אַ חוץ דעם אויפֿקום פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער אין די אַכציקער יאָרן, זענען טעטיק נאָך קרײַזן און אַנשטאַלטן וואָס האָבן דעם ציל צו פֿאַרפֿעסטיקן און אָפּהיטן די ייִדישע שפּראַך: "בית שלום־עליכם", "בית־לייוויק" און "יונג־ייִדיש" אין תּל־אָבֿיבֿ. גלײַכצײַטיק דערשײַנען די צײַטשריפֿטן "חוליות" (רינגען) און "דווקא", וועלכע זענען געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך און איר קולטור. אין די אוניווערסיטעטן פֿאַרשטאַרקט זיך די פֿאָדערונג צו לערנען ייִדיש, און מיטלשול־תּלמידים קענען מאַכן מאַטורע אויף ייִדיש (פֿינף איינסן). אַ שאָד, וואָס מ׳האָט זיך נישט געכאַפּט פֿריִער, ווען ס׳האָבן געלעבט אין לאַנד הונדערטער טויזנטער, פֿאַר וועלכע ייִדיש איז געווען "מאַמע־לשון", אײַנגעזאַפּט מיט ייִדישער קולטור, ייִדיש־וועזן. "ייִדיש איז געווען דער גײַסטיקער קרבן פֿון דער שואה", זאָגט עצמון. ער רעדט מיט ברען וועגן דער עוולה וואָס איז אָפּגעטאָן געוואָרן דער ייִדישער שפּראַך זינט די ערשטע טעג פֿון דער מדינה ביז הײַנט צו טאָג. "מיטן פֿיזישן קרבן פֿאַרמעסטן מיר זיך, און איבער דער וועלט זײַנען שוין דאָ פֿערצן מיליאָן ייִדן. נאָר דעם גײַסט מוזן מיר אָפּהיטן". עצמון באַשולדיקט די ישׂראל־רעגירונג נאָך דער אַנטשטייונג פֿון דער מדינה. "איבעררײַסן דאָס ייִדיש־רעדן איז געווען כּמעט אַ באָלשעוויסטישע אינדאָקטרינאַציע".
|
יעקב באָדאָ און שמוליק עצמון
אין דער פֿאַרשטעלונג "די לעצטע ליבע" |
Credit: Gerard Alon |
אַזוי זאָגט ער און נעמט אַרויס אַן אָפֿיציעלן דאָקומענט פֿון מדינת־ישׂראל, פֿון יאָר 1951, וואָס פֿאַרבאָט דאָס ייִדישע וואָרט אויף דער טעאַטער־בינע. "ייִדיש, וואָס איז געווען אַן אומטיילבאַרער חלק פֿון ייִדישן פֿאָלק אין אייראָפּע במשך פֿון טויזנט יאָר, האָט זיך נישט געדאַרפֿט וואַקלען פֿאַר איר קיום בלויז קעגן די דײַטשן און דעם סטאַליניזם, נאָר אויך קעגן דעם ציוניזם. אַוודאי, איז דאָס נישט געטאָן געוואָרן בלויז מיט ייִדיש, נאָר אויך לגבי דער קולטור פֿון די ייִדן פֿון די מיזרח־לענדער, און איך דאַנק די מיזרחים, וועלכע האָבן אויפֿגעהויבן די פֿאָן, זיך נישט אונטערגעגעבן און אומגעקערט זייער קולטור. עפֿנט אויף דעם ראַדיאָ און די טעלעוויזיע און איר וועט הערן די מיזרחדיקע ירושה. מיר דאַרפֿן עס טאָן פֿאַר זיך אַליין. ליידער, אין קעגנזאַץ צו דער מיזרחדיקער קולטור, איז שווער צו געפֿינען ייִדיש".
מען טאָר קיין טעות נישט האָבן. די שווערע ווערטער ווערן ערנסט געזאָגט און ווערן טיף אײַנגעקריצט אין האַרצן מיט עצמונס בלוט. אָבער דער שמועס וואָס פֿירט זיך צווישן אונדז פֿליסט אײַנגענעם, לכל־הפּחות ווי די וואָדקאַ וואָס ער צווינגט מיך צו טרינקען. "טרינקט נאָך אַ ביסל", אײַלט ער מיך אונטער איך זאָל ענדיקן דעם כּוס און גיסט זיך אָן נאָך אַ כּוסעלע. "איר קענט נישט טרינקען ווײַטער?" פֿרעגט ער מיך. און נאָך איידער איך ענטפֿער אים, גנבֿעט ער אַ שלוק פֿון מײַן כּוס.
טויט? זי לעבט, אַוודאי לעבט זי!
"ייִדיש און לאַדינאָ זענען נאַציאָנאַלע שפּראַכן", זעצט פֿאָר עצמון, "זיי זײַנען די אייניקע שפּראַכן וואָס האָבן אָפּגעהיט דעם העברעיִשן כּתבֿ. זיי האָבן קולטורעלע און קינסטלערישע דערגרייכונגען וואָס דאַרפֿן זײַן טײַער דעם ייִדישן פֿאָלק און מדינת־ישׂראל. דערפֿאַר, דאַרף מען סטימולירן און צואײַלן דעם אַרײַנגאַנג פֿון ייִדיש אין דער ישׂראל־קולטור, לטובֿת דעם ייִדישן ירושה־באַזיץ, לטובֿת דער ייִדישער גײַסטיקער ירושה, לטובֿת דעם יונגן דור".
מיט די בעסטע כּוונות, האָט דער יונגער דור נישט געהערשט אין דעם צוזאַמענפֿאָר. כ’האָב אַנטדעקט, אַז מײַנע ברוינע האָר מיט די ערשטע גרויע פּאַסן, קענען זײַן זייער אַטראַקטיוו. אין די פּויזעס צווישן די אויפֿטריטן, האָב איך געהאַט אַ זעלטענעם דערפֿאָלג צווישן די עלטערע פֿרויען. זיי זענען מיך באַפֿאַלן מיט אַ ים פֿון פּערזענלעכע שאלות. און ווען זיי האָבן זיך דערוווּסט, אַז איך בין נישט קיין חתונה־געהאַטער, בין איך געוואָרן אַ 'שלאַגער’. נישט פֿאַר זיך האָבן זיי זיך פֿאַראינטערעסירט, חלילה. נישט ווינציקער ווי דרײַ מאָל האָב איך באַקומען אַ פֿאָרשלאָג פֿון אַ גוטן שידוך 'מיט אַן אמתער בובעלע פֿון אַ גוטער משפּחה’. געוואַלד!
אויפֿן צווייטן פֿרימאָרגן, נאָך איידער איך האָב זיך אין גאַנצן אויפֿגעוועקט פֿון שלאָף, זענען שוין מײַנע "ייִדישיאַדע"־חבֿרים געווען נאָך אַ בכּבֿודיקן פֿרישטיק און שווימבאַסיין, און זיי זענען געזעסן גרייט צו זינגען. אויף דער בינע איז אַרויף דער ערנגאַסט זלמן מלאָטעק, דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק. מלאָטעק, אַ פֿרומער ייִד אין די פֿופֿציקער יאָרן באַהערשט דעם ייִדישן מוזיק־רעפּערטואַר. אין זאָל הילכט אָפּ איין שלאַגער נאָכן צווייטן, און דער עולם ווערט פֿריילעך. דער קהל קוועלט פֿון "שׂרה־ביילע" ביז "בײַ מיר ביסטו שיין". נאָך זײַן אויפֿטריט, פּראָפּאָנירט מלאָטעק אַ זאַמלהעפֿט פֿון ייִדישע לידער צום פֿאַרקויף. קיין ריי פֿון בעלנים האָב איך נישט געזען. איז געבליבן נאָר צו דערקלערן ווי אַזוי מען קען קריגן דעם זאַמלהעפֿט דורך דער "אינטערנעץ". נישט קיין גרינגע אויפֿגאַבע!
אַקטועל און עס קיצלט
נאָך עצמונס שאַרפֿע ווערטער האָב איך זיך שוין איבערגעצײַגט, אַז ס’איז נאָך דאָ אַ צוקונפֿט פֿאַר ייִדיש. כ’האָב געוואָלט האָפֿן אַז דער זכּרון פֿון זיידע־באָבעס אַלטער היים וואָס ווערט ביסלעכווײַז פֿאַרנעפּלט, און אַז די מעלאָדיע פֿון דער אויסערגעוויינטלעכער שפּראַך מיט אַלע אירע אויסדרוקן, וועלכע מ’קען בשום־אופֿן נישט איבערזעצן אין קיין שום שפּראַך, זאָל ממשיך זײַן אויך נאָך מיר. די בינע האָט צוגעגעבן כּוח צו מײַנע געפֿילן. מײַנע געפֿילן האָבן זיך פֿאַרשטאַרקט, קוקנדיק אויף דער בינע. אויך דאָרט האָט דאָס אַנאַכראָניסטיש בילד פֿון ייִדיש באַקומען אַ זעץ. נישט קוקנדיק אויף זײַן עלטער, שטעלט פֿאָר באָדאָ די פֿיגור פֿונעם ייִדיש־אַמעריקאַנער גאַנגסטער מאיר לאַנסקי, מיט אַ וווּנדערלעכער ענערגיע.
ייִדיש־טעאַטער שטייט נישט אויף איין אָרט. ער זעצט פֿאָר און באַנײַט זיך, אַפֿילו זיבעציק יאָר נאָך דעם חורבן. גלײַכצײַטיק מיט שאַפֿונגען פֿון די גרויסע ייִדישע שרײַבער פֿון אָנהייב פֿאָריקן יאָרהונדערט, שטעלט פֿאָר "ייִדישפּיל" נײַע פּיעסעס פֿון שרײַבער פֿון דער גאַנצער וועלט, און אויך פֿונעם אָריגינאַלן ישׂראל־טעאַטער.
נאָך דער פֿאָרשטעלונג איז באָדאָ עמאָציאָנירט. איצטער, אין עלטער פֿון 78 יאָר, פֿילט ער, אַז מיט די זיבעציק סאָלאָ־אויפֿטריטן פֿון "לאַנסקי", דערגרייכט ער איינעם פֿון די הויכפּונקטן אין זײַן קאַריערע. ער דערמאָנט באַשעוויס־זינגערן, וועלכער האָט באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע: "באַשעוויס־זינגער האָט געזאָגט, אַז ייִדיש איז נישט קיין טויטע שפּראַך, נאָר אַ שפּראַך פֿון מתים. ווען משיח וועט קומען — איר שטעלט זיך פֿאָר וויפֿל ייִדיש־לייענער וועלן זײַן?!"
אַזוי ווי מיט די קהילות אין מיזרח־אייראָפּע, אַזוי אויך איבער דעם ייִדישן טעאַטער — איבער זײַן הומאָר, איבער דער שׂימחה און איבער די קולטורעלע און גײַסטיקע רײַכקייטן — לויערט די מורא פֿון אַ סוף. שמוליק עצמון בעט בײַם פּובליקום זיך צו מאָביליזירן אין "גדוד־מגיני־השׂפֿה" (באַטאַליאָנען פֿון די שפּראַך־אָפּהיטער). "אַתּם אומנם מגוייסים" (איר זענט דאָך ממילא מאָביליזירט), זאָגט ער דווקא אויף העברעיִש, "אָבער איך האָף אַז איר וועט ווײַטער קומען און וועט מיטברענגען די קומענדיקע דורות".
די געדאַנקען וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער שפּראַך וואָס גייט ביסלעכווײַז אונטער, שטערן נישט דער טעטיקייט פֿון "ייִדישיפּיל"־מיטגלידער, וועלכע זעצן פֿאָר צו אַרבעטן מיט ענערגיע פֿאַרן המשך פֿון טעאַטער. זיי באַרײַכערן דעם רעפּערטואַר, און חוץ דעם, ווי מען זאָגט אויף ייִדיש: "דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט". אויב ס׳איז אַזוי, וואָס וועט עס העלפֿן?
("ישׂראל היום" — 5/11/2010)
פֿון עבֿרית: לייבל בלינדער