טעאַטער
פֿון שרון נאָוואַק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿון דער פֿאַרשטעלונג "אַ שיין מיידעלע"

אין דער זעלבער צײַט ווען אין צענטער פֿון לאַנד האָט מען זיך געקענט טרייסטן מיט די ערשטע סימנים פֿונעם ווינטער, האָט מען זיך אין אילת, דער שטאָט פֿון דער אייביקער זון, געקוויקט מיטן זומער. די שטאָט פֿון די פּאַלמען־ביימער, פֿונעם מידבר און פֿונעם רויטן ים איז שטאַרק ווײַט פֿון אייראָפּע. און דאָך, האָט זי זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿיליע פֿונעם פּוילישן שטעטל. הונדערטער מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן זענען דעם חודש אָנגעקומען אין "לעאָנאַרדאָ־קלאָב־האָטעל" צו דער "ייִדישיאַדע", ערשטע אונטערנעמונג פֿון דעם טיפּ אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל, כּדי צו דערהייבן די ייִדישע קולטור אין מיזרח־אייראָפּע און אין דער ייִדיש־קהילה אין לאַנד. דער צוזאַמענפֿאָר איז געווען די בעסטע דעקאָראַציע, וואָס די "ייִדישפּיל"־פֿאַרוואַלטונג האָט געקענט אויסטראַכטן.