- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די פֿאַרגאַנגענע וואָך, דעם 8טן נאָוועמבער, איז אין דער שטאָט אַריאל פֿײַערלעך דערעפֿנט געוואָרן דער טעאַטער־פֿעסטיוואַל בײַם פֿול־געפּאַקטן זאַל פֿונעם נײַעם קולטור־הויז. צווישן די געסט, ווי עס ווײַזט אָן די ישׂראל־פּרעסע, זײַנען בײַגעווען מיניסטאָרן, כּנסת־דעפּוטאַטן און געזעלשאַפֿטלעכע טוער.
ס׳איז קלאָר ווי דער טאָג, אַז די אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט מאַכט הײַנט דורך אַ ממשותדיקע ענדערונג. די אײַנגעשטעלטע אינסטיטוציעס, וואָס האָבן רעפּרעזענטירט די ייִדישע קהילה זינט די 1940ער יאָרן, לײַדן איצט פֿון אַ פֿאַלנדיקער מיטגלידערשאַפֿט און שפּילן אַ סך אַ קלענערע ראָלע ווי אַמאָל, בפֿרט בײַם ייִנגערן דור. כּדי אָנצוטאַפּן דעם דופֿק פֿון דער יוגנט, און במילא באַטראַכטן די צוקונפֿט פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה, האָט די "אַבֿי־חי פֿונדאַציע" לעצטנס אינטערוויוירט מער ווי 250 פֿרויען און מענער צווישן 22 און 40 יאָר, וואָס פֿירן הײַנט אָן מיט ייִדישע פּראָיעקטן. אין דער "מוריה־גאַלעריע" אין ניו־יאָרק האָט זיך געעפֿנט אַ וווּנדערלעכע אויסשטעלונג פֿון ייִדישער פֿאָלקס-קונסט אין אָקטאָבער, וואָס וועט בלײַבן אָפֿן ביז סוף יאַנואַר 2011. מער ווי 250 חפֿצים ווערן אויסגעשטעלט פֿון פֿאַרשיידענע מינים פֿאָלקס-קונסט. כאָטש עטלעכע ביכער זענען געדרוקט געוואָרן אויף דער טעמע, ווערט צוזאַמענגעשטעלט אַן אויסשטעלונג אויף דער טעמע נאָר איין מאָל אין אַ יובֿל. די אָביעקטן שטאַמען פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע עדות, דער עיקר, פֿון מיזרח־אייראָפּע, צפֿון־אַפֿריקע און דעם מיטל־מיזרח, און ווייניקער פֿון די קהילות אין מערבֿ־אייראָפּע און אַמעריקע. מע קען זאָגן, אַז דעם 150סטן יוביליי פֿון שלום אַשן האָט מען הײַיאָר כּמעט ניט באַמערקט. אָנהייב יאָר האָב איך עס דערמאָנט אין אונדזער צײַטונג, אָבער דער ענגלישער "פֿאָרווערטס", אַ שטייגער, האָט (אויב איך פּלאָנטער ניט) וועגן דעם יובֿל אין גאַנצן ניט געשריבן, כאָטש דעם ענגליש-רעדנדיקן עולם איז דאָ וואָס צו זאָגן וועגן דעם שרײַבער, וועמענס ביכער מען האָט איבערגעזעצט און זשעדנע געלייענט איבער גאַנץ אַמעריקע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַש איז בשעתּו געווען דער סאַמע באַרימטער מחבר פֿון "פֿאָרווערטס". צוליב זײַנע ווערק פֿלעגן די צײַטונג לייענען אַפֿילו אַזעלכע לײַט, וועלכע זײַנען געווען אידעאָלאָגישע קעגנער פֿון דעם "פֿאָרווערטס"-שניט פֿון סאָציאַליזם. מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט דער מחבר פֿון די שורות אָנגעשריבן אַן אַרטיקל מיט נאָמען "יצחק-נחמן שטיינבערגס ירושה: רעוואָלוציע, עטיק און פֿרומקייט", לכּבֿוד דעם 50סטן יאָרצײַט פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן טוער און דענקער. אין מײַן אַרטיקל, האָב איך דערמאָנט, אַז שטיינבערג האָט קריטיקירט דעם "מעכאַנישן" סאָציאַליזם פֿון ס׳רובֿ מאַרקסיסטן, און געהאַלטן, אַז מע קאָן אויפֿבויען אַ יושרדיקע געזעלשאַפֿט בלויז דורך אַ שעפֿערישן און גײַסטיקן פּראָצעס. די דאָזיקע אידעע שטאַמט פֿונעם באַרימטן ייִדיש־דײַטשישן אַנאַרכיסט און רעוואָלוציאָנער גוסטאַוו לאַנדאַוער. שטיינבערג דערמאָנט כּסדר לאַנדאַוערן, דירעקט און אומדירעקט; "ויצא יעקב" — און ער איז אַרויסגעגאַנגען (אַוועקגעגאַנגען) — כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון זײַן אויפֿגעבראַכטן ברודער, עשׂו, האָט יעקבֿ געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היים אין באר־שבֿע, און האָט זיך געלאָזט אויפֿן וועג קיין חרן, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער לבֿן. יעקבֿ האָט זיך אָנגעטאָן אין עשׂוס בגדים, כּדי זײַן בלינדער טאַטע, יצחק, זאָל מיינען, ווען ער טאַפּט אים אָן, אַז ער איז עשׂו, און האָט אַזוי אַרום באַקומען די ספּעציעלע ברכה, מיט וועלכער יצחק האָט זיך געקליבן צו בענטשן זײַן עלטערן זון (עשׂו). אין ייִדישן מוזיי פֿון קונסט אין פּאַריז קומט פֿאָר ביז סוף יאַנואַר 2011 אַן אויסשטעלונג פֿון דעם קרבן־החורבן פֿעליקס נוסבאַום. מיט אַ 12—13 יאָר צוריק איז אַן ענלעכע אויסשטעלונג פֿון 80 רירנדיקע בילדער פֿאָרגעקומען אין נאַציאָנאַלן מוזיי אין ירושלים. הקיצור, וועגן דעם דאָזיקן גרויסן קינסטלער קומט צו זאָגן אַ פּאָר ווערטער — ס׳איז כּדאַי! איין מאָל אַ טאָג, אָנפֿאַנגס 20סטן יאָרהונדערט, האָט דער שׂר־הקונסט אין די הימלען, באַשלאָסן — דאָס שטעטל אָסנאַבריק אין צפֿון־מערבֿ־דײַטשלאַנד וועט שענקען דער דײַטשער קונסט אַ מתּנה — אַ מײַסטער פֿון מאָלערײַ. דער גורל האָט געוואָלט, אַז דאָס זאָל זײַן דער זון פֿון דאָרטיקן ייִדישן סוחר בשם נוסבאַום. די פֿראַגע "ווער איז געווען ערגער׃ היטלער אָדער סטאַלין?" קומט כּסדר אויף אין עפֿנטלעכע וויכּוחים אויף היסטאָרישע טעמעס. גאַנץ אָפֿט האָט די דאָזיקע פֿראַגע אַן אַקטועלן פּאָליטישן און אידעאָלאָגישן הינטערגרונט. אין דײַטשלאַנד האָבן אייניקע היסטאָריקער געפּרוּווט פֿאָרשטעלן היטלערן ווי פּשוט אַ "תּלמיד" פֿון סטאַלינס מעטאָדן פֿון טעראָר און מאַסן־מאָרד. אין רוסלאַנד איז פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז ניט געקוקט אויף זײַן אַכזריות, איז סטאַלין געווען אַן "עפֿעקטיווער מענעדזשער", וואָס האָט מאָדערניזירט די סאָוועטישע ווירטשאַפֿט און האָט געוווּנען די מלחמה. דאָס נײַע בוך פֿונעם באַגאַבטן אַמעריקאַנער היסטאָריקער טימאָטי סנײַדער באַהאַנדלט דעם גאַנצן ענין אונטער אַן אַנדערן קוקווינקל. כאָטש מערסטע ייִדן האָבן קיין באַסקן פֿאַר די אויגן אַפֿילו קיין איין מאָל ניט אָנגעקוקט, איז מיר שוין אויסגעקומען אַזש פֿיר מאָל צו זײַן צווישן זיי. די ערשטע באַגעגעניש: זייער אַ טרויעריקע דאָס ערשטע מאָל איז דאָס פֿאָרגעקומען טאַקע אין פֿילאַדעלפֿיע, "וווּ איך האָב מײַנע קינדערישע יאָרן פֿאַרבראַכט" (ביז איך בין אַריבערגעפֿאָרן קיין ניו־יאָרק, כּדי דאָרטן צו באַקומען דעם דאָקטאָראַט). אין פֿילאַדעלפֿיע האָב איך זיך קינדווײַז געלערנט אין די "אַרבעטער־רינג"־שולן, וווּ מיר האָבן איין מאָל אין וואָך זיך פֿאַרנומען מיט "נײַעס פֿון דער וועלט" און דער לערער, גדליה ברעסלער, האָט מיר איבערגעגעבן דעם שפּאַנישן בירגערקריג, ווי מײַן טעמע אויף וועלכער אָפּצוגעבן אַ וואָכיקן באַריכט. פֿאַר מיר איז אָט די טעמע געווען זייער צוגעפּאַסט, ווײַל איך האָב שוין ביז דעמאָלט געהאַט אָנגעהויבן זאַמלען מאַרקעס, כּדי זיך צו באַקענען מיט דער ברייטער וועלט פֿון "פֿעלקער און קלימאַטן".
איך בין ניט זיכער צי די מאַסן הילולא־פֿײַערונגען בײַם קבֿר רחל אימנו, נעבן בית־לחם (זע: מײַן "בריוו פֿון ירושלים" אין "פֿאָרווערטס", אָקטאָבער 29 — נאָוועמבער 4, זײַט 12), האָט ווידער אויפֿגערייצט די אַלטע אַנטי־ייִדישע, אַנטי־ישׂראלדיקע פּראָפּאַגאַנדע אין דער אַראַבישער וועלט, אײַנשליסנדיק אויך "אונעסקאָ", דעם אָרגאַן פֿאַר דערציִונג, וויסנשאַפֿט און קולטור בײַ דער "יו־ען", וועמענס קוואַרטיר איז אין פּאַריז, אַרויסצוקומען אין דער עפֿנטלעכקייט, מיט אַ חוצפּהדיקער דעקלאַראַציע, אַז דער קבֿר רחל איז גאָר אַ הייליקער, מוסולמענישער מעטשעט! זינט די ששת־ימי־בראשית חלומט די מענטשהייט פֿון אַ בעסערער וועלט, פֿון אַ שענערער וועלט, פֿון אַ יושרדיקער וועלט — אַ מין נירוואַנאַ, אַ שאַנגרילאַ, אַ גן־עדן און אַ מלכות־שמים אויף דער וועלט. מיר חלומען פֿון אַזאַ וועלט שוין צען טויזנט יאָר, זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע. וואָזשע שטייט אונדז אין וועג? ערשטנס און צום אַלעם: דער מענטש מיט זײַנע בלוטיקע מלחמות, שׂינאה און קינאה, אָרעם און רײַך, מגפֿות און עפּידעמיעס, און דער עיקר — רעליגיעס. טײַערע חזנטע, מײַן מאַן וויל גאָר נישט טאָן. ער האָט זיך פּענסיאָנירט מיט דרײַ יאָר צוריק ווען ער איז געווען 70 יאָר אַלט. ער האָט געהאָרעוועט זײַן גאַנץ לעבן און איצט זיצט ער אויף דער סאָפֿע ווי אַ גולם. ווען איך בעט בײַ אים, ער זאָל אַרויסטראָגן דאָס מיסט, אָדער ער זאָל מיר העלפֿן מיט עפּעס, ענטפֿערט ער, "איך האָב 50 יאָר געאַרבעט יעדן טאָג. איצט בין איך שוין אַרויס אויף פּענסיע!". ער העלפֿט נאָר ווען איך בעט אים עטלעכע מאָל, אָבער ס׳איז מיר שוין נימאס געוואָרן. |