גבֿריאל קון |
מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט דער מחבר פֿון די שורות אָנגעשריבן אַן אַרטיקל מיט נאָמען "יצחק-נחמן שטיינבערגס ירושה: רעוואָלוציע, עטיק און פֿרומקייט", לכּבֿוד דעם 50סטן יאָרצײַט פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן טוער און דענקער. אין מײַן אַרטיקל, האָב איך דערמאָנט, אַז שטיינבערג האָט קריטיקירט דעם "מעכאַנישן" סאָציאַליזם פֿון ס׳רובֿ מאַרקסיסטן, און געהאַלטן, אַז מע קאָן אויפֿבויען אַ יושרדיקע געזעלשאַפֿט בלויז דורך אַ שעפֿערישן און גײַסטיקן פּראָצעס.
די דאָזיקע אידעע שטאַמט פֿונעם באַרימטן ייִדיש־דײַטשישן אַנאַרכיסט און רעוואָלוציאָנער גוסטאַוו לאַנדאַוער. שטיינבערג דערמאָנט כּסדר לאַנדאַוערן, דירעקט און אומדירעקט; ער האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש זײַן בוך "רעוואָלוציע", און געווידמעט אים אַ גאַנץ קאַפּיטל אין זײַן פּאָליטישן בוך "אין קאַמף פֿאַר מענטש און ייִד".
אַחוץ שטיינבערגן, האָט לאַנדאַוער שטאַרק משפּיע געווען אויף דעם גרויסן ייִדישן פֿילאָסאָף מאַרטין בובער, וועלכער האָט אויך געווידמעט לאַנדאַוערן אַ קאַפּיטל אין זײַן אַנאַרכיסטישן בוך "די וועגן צו אוטאָפּיע"; ווי אויך אויף דער גאַנצער קיבוץ־באַוועגונג אין ישׂראל. די קיבוץ־טוער האָבן איבערגעזעצט אַ טייל פֿון לאַנדאַוערס ווערק אויף העברעיִש.
כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין דעם געדאַנקען־גאַנג פֿון אַ סך אַמאָליקע ייִדישע לינקע דענקער — בפֿרט די, וואָס האָבן זיך באַצויגן מיט סימפּאַטיע צו דער ייִדישער רעליגיעזער טראַדיציע — מוז מען זיך קודם באַקענען מיט לאַנדאַוערס אידעען. צום באַדויערן, זענען ס׳רובֿ זײַנע ווערק בנימצא בלויז אויפֿן אָריגינעלן דײַטש, אויף ייִדיש און אויף העברעיִש, אָבער זייער ווייניק — ביז איצט — אויף ענגליש.
מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט דער עסטרײַכיש־שוועדישער אַנאַרכיסט גבֿריאל קון אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג פֿון לאַנדאַוערס פּאָליטישע ווערק אויף ענגליש, אַרײַנגערעכנט צוויי וויכטיקע פּאָליטישע פֿאָרשונגען "רעוואָלוציע" און "פֿון צעטיילונג צו קהילה", ווי אויך צענדליקער קלענערע ווערק, בתוכם פּערזענלעכע בריוו, וועלכע רירן אָן פֿאַרשיידענע פּאָליטישע טעמעס. די זאַמלונג איז באַגלייט מיט אַ גוטן פּרטימדיקן אַרײַנפֿיר, אַ ביבליאָגראַפֿיע און אינדעקס.
"רעוואָלוציע" און אַנדערע ווערק פֿון גוסטאַוו לאַנדאַוער, רעדאַקטירט דורך גבֿריאל קון |
קון האָט אויסגעקליבן דעם מאַטעריאַל אין אַ כראָנאָלאָגישן סדר און אויף אַן אַרומנעמיקן אופֿן, כּדי די לייענער זאָלן קאָנען זען, ווי אַזוי לאַנדאַוערס פּאָליטישע פּאָזיציעס האָבן זיך אַנטוויקלט במשך פֿון זײַן לעבן, צו באַקענען זיך מיט פֿאַרשיידנאַרטיקע אַספּעקטן פֿון זײַן געדאַנק און טעטיקייט, ווי אויך אַרײַנצוקוקן אין זײַן פּריוואַט לעבן. דאָס בוך איז זייער גוט דורכגעטראַכט, און קאָן צו נוץ קומען סײַ אַ לינקן ראַדיקאַל, סײַ אַן אַקאַדעמישן היסטאָריקער — בפֿרט פֿאַר די, וואָס פֿאָרשן די געשיכטע פֿון ייִדישע לינקע באַוועגונגען.
לאַנדאַוער האָט געשריבן אויף אַ שווערער שפּראַך, אָנגעפֿילט מיט ספּעציפֿישע טערמינען. קונען האָט זיך אָבער אײַנגעגעבן איבערצוזעצן דעם דײַטשישן אָריגינאַל אויף אַ קלאָרן און גרינגן ענגליש, אָפּהיטנדיק די איידעלע ניואַנסן פֿונעם טעקסט. זײַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון "רעוואָלוציע" קלינגט קלאָרער, ווי שטיינבערגס ייִדישע אויסגאַבע פֿונעם יאָר 1933.
גבֿריאל קון איז געבוירן געוואָרן אין עסטרײַך, אין 1972, און וווינט איצט אין שטאָקהאָלם. ער האָט אַ דאָקטאָראַט אין פֿילאָסאָפֿיע, ספּעציאַליזירט זיך אין פּאָסט־סטרוקטוראַליזם, שרײַבט ביכער אויף פּאָליטיש־פֿילאָסאָפֿישע און היסטאָרישע טעמעס, און באַטייליקט זיך אַקטיוו אין אַנאַרכיסטישער טעטיקייט.
גוסטאַוו לאַנדאַוער איז געבוירן געוואָרן אין 1870, אין דער דײַטשישער שטאָט קאַרלסרוע. אַזוי ווי ס׳רובֿ לינקע ראַדיקאַלן, האָט ער, צוערשט, אָפּגעוואָרפֿן רעליגיע. אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, האָט ער זיך אָבער טיף פֿאַראינטערעסירט מיט די פּאַנטעיִסטישע, נעאָפּלאַטאָנישע און קבלהדיקע וואַריאַציעס פֿון קריסטלעכן מיסטיציזם. מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, האָט ער זיך באַקענט מיט מאַרטין בובער, און זיך דערנענטערט צו חסידות און קבלה.
אַחוץ זײַן פּאָליטישער טעטיקייט, איז לאַנדאַוער געווען אַ פּראָמינענטער מיסטישער פֿילאָסאָף, אַ ליטעראַרישער קריטיקער און אַן איבערזעצער. ער האָט איבערגעזעצט אויף דײַטש, מיט דער הילף פֿון זײַן ווײַב העדוויג לאַכמאַן, אַ צאָל ווערק פֿון שעקספּיר, אָסקאַר ווײַלד, בערנאַרד שאָ און וואָלט וויטמען.
אינעם יאָר 1919, ווען די דײַטשישע רעוואָלוציאָנערן האָבן דערקלערט די "בײַערישע סאָוועטישע רעפּובליק", האָט מען אויסגעקליבן לאַנדאַוער ווי אַ קאָמיסאַר פֿון בילדונג. זײַענדיק אַן אַנאַרכיסט, האָט ער אָבער נישט געוואָלט קאָמאַנדעווען; זײַן איינציקער באַפֿעל איז געווען צו פֿאַרווערן געשיכטע־קלאַסן אין די שולן, ווײַל ער האָט געהאַלטן, אַז די שול־קינדער לערנען פֿאַלשע און שעדלעכע היסטאָרישע לימודים.
זײַן אַרײַנמישונג אין דער מלוכישער פּאָליטיק האָט געהאַט אַ ביטערן סוף. ווען די דײַטשישע אַרמיי איז אַרײַן אין מינכן, האָבן די סאָלדאַטן אַרעסטירט לאַנדאַוערן, אים סאַדיסטיש געשלאָגן און צעטראָטן אויף טויט. דאָס איז געשען דעם צווייטן מײַ, 1919. זײַנע לעצטע ווערטער זענען געווען: "מאַכט שוין אַ סוף צו מיר, אויב איר מיינט, אַז איר זענט מענטשן".
דאָס נײַע בוך האָט אַ פּראָוואָקאַטיווע הילע: פֿון אַ שוואַרץ־רויטלעכן בוך מיטן נאָמען "רעוואָלוציע" קוקן אַרויס לאַנדאַוערס גרויסע היפּנאָטישע אויגן. מײַנע אַ באַקאַנטע האָט געזאָגט, אַז דאָס בוך זעט אויס "שרעקנדיק". אין דער אמתן, אָבער, איז לאַנדאַוער געווען אַ פֿרידלעכער רעוואָלוציאָנער און גערופֿן צו דער "רעוואָלוציע פֿונעם גײַסט", וועלכע ווערט פֿאַרווירקלעכט, דער עיקר, דורך יושרדיקע און האַרציקע באַציִונגען צווישן שכנים און פֿרײַנד, און נישט דורך אַ פּלוצעמדיקער גוואַלד־איבערקערעניש.
מײַן שמועס מיט גבֿריאל קון
י. מ. — ס׳רובֿ הײַנטיקע אַנאַרכיסטישע גרופּעס פֿאָקוסירן זיך אויף סאָציאַל־פּאָליטישע פּראָטעסטן, אָבער טראַכטן זעלטן, ווי אַזוי צו אָרגאַניזירן פּראַקטישע אַנאַרכישע קאָמונעס. אַזאַ אַקטיוויזם ציט צו יונגע סטודענטן, אָבער איז נישט אַזוי אינטערעסאַנט פֿאַר משפּחות מיט קינדער, געניטע פּראָפֿעסיאָנעלע אַרבעטער און אַנדערע מענטשן, וואָס פֿירן אַ מער־ווייניק סטאַביל לעבן.
מיר דאַכט זיך, אַז לאַנדאַוערס אומקער אין דער ענגליש־שפּראַכיקער וועלט קאָן פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ. לאַנדאַוער האָט געשטרעבט צו ווײַזן, אַז אַנאַרכיזם איז אַ פּראַקטישע באַוועגונג פֿאַר אַלעמען, און נישט בלויז פֿאַר אַ קליינער צאָל פֿאַרביסענע יחידים. אַוודאי, אַלע ערנסטע אַנאַרכיסטן האַלטן אַזוי, אָבער אין לאַנדאַוערס ווערק פֿילט זיך אַ געוויסע וואַרעמקייט און אַן אוניווערסאַלער טאָן, וואָס קלינגט אַקטועל פֿאַר אַלעמען. צי מיינט איר אויך אַזוי?
ג. ק. — ס׳איז קלאָר, אָן ספֿק, אַז לאַנדאַוער איז אינטערעסאַנט פֿאַר אַ ברייטערן עולם, און נישט נאָר פֿאַר פּראָטעסט־אַקטיוויסטן. אַוודאי, דאָס פּראָטעסטירן איז וויכטיק, ס׳איז אַ וויכטיקער טייל פֿונעם קאַמף קעגן דער באַדריקונג און עקספּלואַטאַציע. פֿונדעסטוועגן, מוז מען אָבער פֿאַרשטיין, צוליב וואָס מע קעמפֿט און וואָס פֿאַר אַ וועלט מע וויל אויפֿבויען. ווי דו האָסט געזאָגט, איז לאַנדאַוער באַזונדערס רעלעוואַנט פֿאַר מענטשן, וואָס טראָגן אַן אַחריות פֿאַר אַנדערע און ווילן נישט קעמפֿן פֿאַר אַן אומקלאָרער צוקונפֿט, אויב אַפֿילו זיי זענען נישט צופֿרידן מיט זייער איצטיקן מצבֿ.
דער צענטראַלער פּונקט פֿון לאַנדאַוערס צוגאַנג איז אַ קאָנקרעטע פֿאַרווירקלעכונג פֿון אידעאַלן — דאָ און איצט. אינעם סאַמע האַרץ פֿון זײַן סאָציאַליסטישן געדאַנק געפֿינען זיך די אַליין־געפֿירטע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קהילות. דאָס מיינט נישט, אַז מיר מוזן אַנטלויפֿן אין אַ דאָרף; אומעטום קאָן מען שאַפֿן ממשותדיקע אַלטערנאַטיוון צו די עקספּלואַטאַטאָרישע מאַכט־סטרוקטורן. אויב מיר האַלטן, אַז מע קאָן שאַפֿן אַן אַנדער וועלט, אָן מלוכה און מאַכט, דאַרפֿן מיר ווײַזן פּראַקטישע מוסטערן פֿון אַזאַ געזעלשאַפֿט.
איך בין אויך מסכּים מיט דיר, אַז אין לאַנדאַוערס ווערק פֿילט זיך אַ געוויסע "וואַרעמקייט און אַן אוניווערסאַלער טאָן". זײַנע אידעען זענען באַגרינדעט אויף זײַן טיפֿער ליבשאַפֿט צו דער גאַנצער מענטשהייט, און נישט אויף דער שׂינאה צו הערשנדיקע קלאַסן. הגם ער איז געווען אַ שאַרפֿער סאָציאַלער קריטיקער, האָט ער געזען דעם אוניווערסאַלן גײַסט, וואָס פֿאַראייניקט אַלע מענטשלעכע נשמות. דאָס איז דער פּאָליטישער תּמצית פֿון זײַן מיסטיציזם.
י. מ. — רעדנדיק וועגן מיסטיציזם... דו האָסט דערמאָנט אין דײַן בוך, אַז לאַנדאַוער האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף די קאָמונאַלע באַוועגונגען אין דײַטשלאַנד און אויף די פֿריִיִקע קיבוצים. ער האָט אָבער אויך שטאַרק געווירקט אויף יצחק שטיינבערגן — אַ פּראָמינענטן מנהיג פֿון דער ייִדישער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג. שטיינבערג איז געווען אַ באַקאַנטער ייִדישער שרײַבער, אַ רוסישער רעוואָלוציאָנער און אַ פֿרומער ייִד. ער האָט געפּרוּווט צו שאַפֿן אַ נעץ פֿון אויטאָנאָמישע ייִדישע קהילות אין אויסטראַליע, סורינאַם און אַנדערע לענדער.
אַ סך מענטשן ווערן הײַנט אַנטוישט אין קאַפּיטאַליזם און אין די פֿאַרעלטערטע ווערטן פֿון דער אויפֿקלערונג־תּקופֿה; זיי ווענדן זיך צו מיסטיציזם און רעליגיע. צום באַדויערן, ווערן זיי גענוג אָפֿט אַרײַנגעצויגן אין עקסטרעמע רעאַקציאָנערע באַוועגונגען. צוויי באַקאַנטע בײַשפּילן זענען די אולטראַ־רעכטע ייִשובֿניקעס אין ישׂראל און די ראַדיקאַלע איסלאַמיסטן אַרום דער וועלט.
די קלאַסישע לינקע אַנטי־רעליגיעזע פּראָפּאַגאַנדע ברענגט בלויז צו אַ היזק. מיר דאַכט זיך, אַז לאַנדאַוערס געדאַנקען זענען הײַנט באַזונדערס אַקטועל. ער איז דאָך אַליין געווען אַ גלייביקער מענטש. אין זײַנע ווערק ווײַזט ער, ווי אמונה און רוחניות קאָן דינען ווי אַ ברענשטאָף פֿאַר אַ פּראָגרעסיווער, אינטערנאַציאָנאַליסטישער, אַנטי־אויטאָריטאַרישער רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט. זײַנע גײַסטיקע אידעען זענען אָבער גאַנץ נייטראַל, און קאָנען זײַן אינטערעסאַנט אי פֿאַר אַ ייִד, אי פֿאַר אַ מוסולמענער, און אפֿשר אַפֿילו פֿאַר אַ בודיסט.
איך ווייס, אַז דו האָסט אַמאָל אָנגעשריבן אַ פּאָר אַרטיקלען וועגן פּאַנטעיִזם. צי האָסטו אין זינען איבערצוגעבן מער פֿון לאַנדאַוערס פֿילאָסאָפֿישע און מיסטישע ווערק? צי מיינסטו אויך, אַז לאַנדאַוערס סינטעז פֿון אַנאַרכיזם און מיסטיציזם קאָן ראַטעווען אַ טייל שטאַרק־גלייביקע מענטשן פֿונעם שעדלעכן פֿונדאַמענטאַליזם, און אָנווענדן זייער ענערגיע אין אַ פּראָגרעסיווער ריכטונג?
ג. ק. — איך מיין, אַז דו האָסט אָנגערירט גאָר אַ וויכטיקן ענין. לאַנדאַוער ווײַזט אַ גוטן בײַשפּיל, ווי אַזוי ערנסטע רוחניותדיקע שטרעבונגען קאָנען ווערן אַ טייל פֿון אַ פּראָגרעסיוון פּאָליטישן געדאַנק, אויסמײַדנדיק סײַ די רעאַקציאָנערע אידעאָלאָגיעס, סײַ דעם אויבערפֿלעכלעכן עזאָטעריזם. זײַן מיסטיציזם איז אָנגעווענדט קעגן אַלע דאָגמעס, אידעען פֿון העכערקייט און קלעריקאַלע היעראַרכיעס. אַזוי ווי אַלע עכטע מיסטיקער — ייִדישע, קריסטלעכע, מוסולמענישע צי בודיסטישע — זעט ער דעם יסוד פֿון רוחניות אינעם אַחדות פֿון אַלע מענטשן און אייניקייט פֿונעם גאַנצן אוניווערס. איך גלייב, אַז אַזאַ מיסטיציזם קאָן שטאַרק העלפֿן צו פֿאַרשפּרייטן די אידעאַלן פֿון גלײַכקייט און יושר, ווי אויך צו פֿאַרנעמען זיך מיט פּאָליטיק צוליב ליבשאַפֿט, און נישט צוליב שׂינאה.
דו האָסט אויך דערמאָנט אַן אַנדער וויכטיקן מאָמענט: די לינקע אַנטי־רעליגיעזע רעטאָריק העלפֿט נישט צו באַקעמפֿן דעם רעליגיעזן פֿונדאַמענטאַליזם. אויב דו ווילסט איבערצײַגן די גלייביקע מענטשן, אַז גאָט אַנטפּלעקט זיך אין דער וועלט דורך גלײַכקייט און יושר, מוז מען טאַקע רעדן מיט זיי וועגן גאָט. איך מיין, אַז ס׳רובֿ גלייביקע מענטשן קאָנען פֿאַרשטיין, אַז דאָס אמתע רוחניות פֿאַראייניקט אַלעמען; אַזוי באַטאָנען דאָך כּמעט אַלע גרויסע מיסטיקער פֿון אַלע רעליגיעס.
וואָס שייך די אַנדערע ווערק פֿון לאַנדאַוער, וואָלט איך זיכער געוואָלט זיי איבערזעצן, בפֿרט אויב דער דאָזיקער באַנד וועט אויסנעמען בײַם לייענער, וועלכער קאָן זיך שוין באַקענען מיט לאַנדאַוערס וויכטיקסטע פֿילאָסאָפֿישע און מיסטישע אידעען אין דער עסיי "פֿון צעטיילונג צו אַ קהילה" און אין "רעוואָלוציע" — דער הויפּט־חלק פֿונעם בוך.
י. מ. — ווי אַזוי האָסטו אַליין זיך פֿאַראינטערעסירט מיט לאַנדאַוער?
ג. ק. — איך האָב זיך פֿאַראינטערעסירט מיט לאַנדאַוערן נאָך אין דער מיטל־שול, ווען איך האָב שטודירט די געשיכטע פֿונעם דײַטשישן סאָציאַליזם. לאַנדאַוער און עריך מיזאַם, אַן אַנדער וויכטיקער ייִדישער אַנאַרכיסטישער דענקער און רעוואָלוציאָנער, זענען געווען די הויפּט־פֿאָרשטייער פֿונעם ליבעראַלן סאָציאַליזם אין דײַטשלאַנד. אין יענער צײַט, האָב איך געלייענט בלויז די סטאַנדאַרטע טעקסטן. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט מײַנער אַ חבֿר באַשלאָסן אָפּצודריקן אַ ביכל מיט עטלעכע לאַנדאַוערס עסייען אין סאַן־פֿראַנציסקאָ, און האָט מיך געבעטן צו העלפֿן מיט איבערזעצונגען. דעמאָלט האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דער ענגליש־רעדנדיקער עולם נייטיקן זיך אין לאַנדאַוערן, און אָנגעהויבן צוגרייטן אַן ערנסטע זאַמלונג.