קהילה־לעבן, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַ ווימפּעל פֿון אַלזאַס, 1830
אַ ווימפּעל פֿון אַלזאַס, 1830

אין דער "מוריה־גאַלעריע" אין ניו־יאָרק האָט זיך געעפֿנט אַ וווּנדערלעכע אויסשטעלונג פֿון ייִדישער פֿאָלקס-קונסט אין אָקטאָבער, וואָס וועט בלײַבן אָפֿן ביז סוף יאַנואַר 2011. מער ווי 250 חפֿצים ווערן אויסגעשטעלט פֿון פֿאַרשיידענע מינים פֿאָלקס-קונסט. כאָטש עטלעכע ביכער זענען געדרוקט געוואָרן אויף דער טעמע, ווערט צוזאַמענגעשטעלט אַן אויסשטעלונג אויף דער טעמע נאָר איין מאָל אין אַ יובֿל. די אָביעקטן שטאַמען פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע עדות, דער עיקר, פֿון מיזרח־אייראָפּע, צפֿון־אַפֿריקע און דעם מיטל־מיזרח, און ווייניקער פֿון די קהילות אין מערבֿ־אייראָפּע און אַמעריקע.

אַוודאי, הייבט די אויסשטעלונג אַרויס די קשיא: וואָס איז ייִדישע פֿאָלקס-קונסט? מע וואָלט געמיינט, אַז נאָר די ווערק וואָס זענען געשאַפֿן געוואָרן מיט דער האַנט קען מען אָנרופֿן פֿאָלקס-קונסט. אָבער אין דער אויסשטעלונג האָט מען אויך אַרײַנגענומען געדרוקטע פּלאַקאַטן און שילדן לכּבֿוד סוכּות און פּורים, אַפֿילו נײַ־יאָר פּאָסט־קאַרטלעך און "טוריסטן־קונסט" פֿון פּאַלעסטינע בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. אמת, דער סטיל פֿון די דרוקן איז טאַקע אַ פֿאָלקישער, אַמאָל פּרימיטיוו, אָבער לויט עלטערע דעפֿיניציעס פֿון פֿאָלקס-קונסט, וואָלט מען זיי נישט אײַנגעשלאָסן. הײַנט, זעט אויס, שטעלט מען מער דעם טראָפּ אויפֿן סטיל פֿון דער קונסט, ווי אויף אַן אופֿן פֿון שאַפֿן די קונסט.

איין ספּעציפֿישער שטריך אין דער ייִדישער פֿאָלקס-קונסט וואָס שיידט זי אונטער פֿון אַנדערע פֿעלקער־טראַדיציעס, איז די וויכטיקייט פֿון אותיות בכלל, און פֿונעם ייִדישן אלף־בית, בפֿרט. אין די "מזרח"ן און "שויתי"ן פֿאַרנעמען די אותיות אַן אינטעגראַלן טייל פֿונעם קונסטווערק, סײַ אין די פּאַפּירשניטן, סײַ אין די מאָלערײַען, סײַ אין הילצערנע סקולפּטורן.

ס'איז אינטערעסאַנט צו פֿאַרגלײַכן די קונסט פֿון איין ייִדישער עדה מיט אַן אַנדערער כּדי צו באַטראַכטן, נישט נאָר ווי אַנדערש זיי זענען, נאָר אויך ווי ענלעך. דעם פֿאַרשפּרייטן סימבאָל פֿון די צוויי לייבן אויף ביידע זײַטן פֿון די לוחות, למשל, זעט מען סײַ אין אַ פּערסישן שויתי, סײַ אין מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קונסט. געוויסע אַנדערע ייִדישע סימבאָלן ווי די מנורה און טויבן זעט מען אויך אין אַלע ייִדישע עדות. דעם באַקאַנטן מגן־דוד זעט מען ווייניק אין דער קונסט, אַ ראַיה, אַז דער דאָזיקער שטערן איז ערשט געוואָרן מער פּראָמינענט אין דער ייִדישער איקאָנאָגראַפֿיע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט צוליב נאַציאָנאַלע סיבות.

בײַם ערשטן בליק אויף אַ דרוק פֿון עקידת־יצחק, געשאַפֿן אין פּאַלעסטינע אין די 1920ער יאָרן, מיינט מען, אַז מע קוקט אויף, להבֿדיל, דער סצענע ווי ישו שטייט אויף תּחית־המיתים. דער נאַיִווער אַספּעקט פֿון אַזאַ קונסט נעמט אויך אַרײַן די נאַיִווקייט פֿונעם קינסטלער בײַם אײַנזאַפּן די השפּעות אַרום אים. אין דעם פֿאַל האָט די קריסטלעכע רעליגיעזע קונסט אַרומגערינגלט אַ ייִדישן קינסטלער אין מדינת־ישׂראל און דאָס האָט ער אויסגעדריקט אין זײַן ווערק. אַ גאָר אינטערעסאַנט פּאָרל פֿון פּאָרצעלאַן־ פֿיגורן פֿון ענגלאַנד, 1820ער יאָרן, וואָס באַשרײַבן תּנ׳׳כישע סצענעס, זעען אויס ווי זיי געהערן שוין גיכער אין אַן אויסשטעלונג פֿון קריסטלעכער פֿאָלקס-קונסט.

מע קען פֿאָרשן אין דער פֿאָלקס-קונסט אויך עטנאָגראַפֿישע אינפֿאָרמאַציע, ווײַל די ווערק אַנטפּלעקן פּרטים פֿונעם ייִדישן לעבן־שטייגער אויף אַ פֿאַרכאַפּנדיקן וויזועלן אופֿן. אויף אַ גרויסער אייל־מאָלערײַ פֿון פּוילן, אַרום 1900 פֿונעם מאָלער פּאָלאַנסקי, זעט מען אַ סצענע ווי דער זיידע פֿאַרהערט אַן אייניקל שבת (אין קאַטאַלאָג שטייט, אַז דער זיידע לערנט מיטן אייניקל, וואָס איז נישט פּינקטלעך). דער קאָנטעקסט פֿונעם שבתדיקן פֿאַרהער איז קלאָר באַשריבן אויף דער קאַנווע. אין אַ מאָלערײַ פֿונעם דווינסקער פֿאָלקס־קינסטלער מאָריס קיש, אַן ערך 1930, זעט מען ווי אַ בדחן שטעלט פֿאָר פֿאַרן עולם אויף אַן אָרעמער חתונה, אויך מיט אינטערעסאַנטע שטייגערישע פּרטים (נאָך אַ טעות אין קאַטאַלאָג, ווי עס שטייט "בטלן" אויפֿן אָרט פֿון "בדחן").

די אויסשטעלונג צייכנט זיך אויס מיט אַ פֿײַנער גרופּע פֿון ווימפּעלעך — לײַוונטענע ניי־קונסט, געשאַפֿן פֿון די ווינדעלעך פֿונעם נײַ־געבוירן זינדל און דערנאָך געניצט אַרומצוּוויקלען די ספֿר־תּורה. די קינסטלער פֿון די ווימפּעלעך האָבן אָפֿט געשאַפֿן פּערזענלעכע בילדער, מיט משפּחה און קרובֿים געמעלן, זייער אָריגינעל, אָן קיין שום פֿאָרמול נאָכצופֿאָלגן. אין דעם דאָזיקן זשאַנער קונסט האָט מען אויך געדאַרפֿט אַרײַננייען נעמען און דאַטעס צווישן די בילדער.

דער אַדרעס פֿון Moriah Galleries איז 230 פֿינפֿטע עוועניו אין מאַנהעטן, צימער 1311. דער טעלעפֿאָן־נומער איז : 7400־679־212