פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זינט די ששת־ימי־בראשית חלומט די מענטשהייט פֿון אַ בעסערער וועלט, פֿון אַ שענערער וועלט, פֿון אַ יושרדיקער וועלט — אַ מין נירוואַנאַ, אַ שאַנגרילאַ, אַ גן־עדן און אַ מלכות־שמים אויף דער וועלט. מיר חלומען פֿון אַזאַ וועלט שוין צען טויזנט יאָר, זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע. וואָזשע שטייט אונדז אין וועג? ערשטנס און צום אַלעם: דער מענטש מיט זײַנע בלוטיקע מלחמות, שׂינאה און קינאה, אָרעם און רײַך, מגפֿות און עפּידעמיעס, און דער עיקר — רעליגיעס.

יעדע אמונה זאָגט צו אַ בעסערע וועלט, אויב נאָר מ׳וועט דינען זייער גאָט אָדער געטשקע. די ייִדן האָבן משיחן. ער וועט אם־ירצה־השם ברענגען די דערלייזונג, און דעמאָלט וועלן מיר וויסן פֿון אַ בעסערער וועלט. קומט ער דאָך אָבער נישט? איז די משיח־אידעע אַ גלענצנדיקע. כּל־זמן מיר ייִדן וועלן נישט האַלטן אַלע צוזאַמען כאָטש איין שבת, וווּ מיר זאָלן נישט זײַן, וועט ער נישט קומען. אַ שיינע אילוזיע. די פֿאָדערונג איז אַן אוממעגלעכע. זײַנען מיר פֿאַרבליבן אָן דער בעסערער וועלט און אָן יושר און גערעכטיקייט.

בײַ די קריסטן וועלכע האָבן אַוועקגעשטעלט זייער רעליגיעזן טראָפּ אויף ליבע און יושר, ברעכן זיך די ווענט פֿון זייער ליבע און יושר. די בעסערע וועלט זייערע איז אויסגעשפּרייט מיט בלוט און שטעכלדראָטן, געצוווּנגענעם שמד און חורבן. זיי פֿאַרמאָגן אַן אויסלענדישן גאָט וועלכער געפֿינט זיך גאָר אין ירושלים בעת זייער גאַנצער קלאַפּערגעצײַג און מלכות געפֿינט זיך גאָר אין וואַטיקאַן, אין יעדן אייראָפּעיִשן קלויסטער, אויף יעדן קאָנטינענט, אַפֿילו צווישן ווילדע שבֿטים אין פּערו. זיי וואַרטן אויף דער צווייטער אויסלייזונג, ווײַל די ערשטע איז נישט געלונגען. אַ סימן, אַז זייער גאָט הינקט אונטער, אָדער בלאָנדזשעט, ווען עס קומט צו אַ בעסערער וועלט.

מיט די מוסולמענער קומט די בעסערע וועלט מיטן אָנערקענען סײַ אַללאַן און סײַ זייער נבֿיא מוכאַמאַדן. ערשט דעמאָלט וועט מען וויסן פֿונעם אמתן פּאַראַדײַס (גן־עדן). מיר ווייסן אָבער פֿונעם הייליקן קאָראַן, אַז די בעסערע וועלט איז בלויז געגאַרט פֿאַרן מענער־מין און נישט פֿאַר קיין ווײַבערישן מין. די פֿרויען און מיידלעך זײַנען נישט קיין אָנגעלייגטע געסט אין זייער עולם־הבא. זיי וועלן מוזן קומען אויף יענער וועלט אין גאַנצן צו זײַן פֿאַרשטעלט, אָנגעטאָן אין די בורקעס מיט פֿאַטשיילעס. זעט אויס, אַז אַללאַ האָט עפּעס אויסצוזעצן קעגן ווײַבער, ווי דער קאָראַן שילדערט דעם געבורט פֿון מיידלעך:

"ווען דער געבורט פֿון אַ מיידל ווערט אַנאָנסירט בײַ איינעם, ווערט זײַן פּנים טונקל און ער ווערט אָנגעפֿילט מיט מרה־שחורה, און דאָס אַלץ צוליב דער ביטערער בשׂורה וואָס ער באַהאַלט פֿון זײַנע קומאָשקעלעך, דאָס הייסט מענער. זאָל ער זיך האַלטן מיטן בזיון אָדער באַגראָבן זי אונטערן שטויב? (16:57). אַללאַ האָט דיר געגעבן ווײַבער פֿון צווישן אייגענע און דורך זיי האָט ער באַוויליקט דיר זיי און אייניקלעך — ייִנגעלעך (16:16)."

פֿון דעם דערוויסן מיר זיך, אַז די מוסולמענישע בעסערע וועלט וועט זיך אַנטפּלעקן בלויז פֿאַר די מענער, און ווײַטער זאָגט אונדז אָן דער קאָראַן:

"די ייִדן זאָגן, אַז עזרא איז דער זון פֿון אַללאַ, בעת די קריסטן זאָגן אַז משיח איז דער זון פֿון אַללאַ. אַזוי טוען זיי פֿעסטשטעלן די אומגלייביקע פֿאַררעטער, וואָס אימיטירן אונדזער גלויבן. ווי פּערווערז זיי אַלע זײַנען, (…) און ער (מוכאַמאַד), וועלכער האָט געשיקט זײַן אַפּאָסטאָל מיט דעם אמתן גלויבן צו טריומפֿירן איבער אַלע רעליגיעס. נישט געקוקט אויף דעם ווי די עבֿודה־זרהניקעס מעגן זיך קרימען."

"אַ סך פֿון די ייִדן — רבנים, פֿון די קריסטן — מאָנאַכן, וועלכע באַשווינדלען די מענטשהייט און נאַרן אויס זייער פֿאַרמעגן און פֿאַרשטעלן זיי דעם וועג צו אַללאַן. פּראָקלאַמיר אַ שוידערלעכע שטראָף פֿאַר יענע וואָס זאַמלען זעק מיט גאָלד און זילבער און גיבן עס נישט אויס אויף אַללאַס וועגן. עס וועט קומען אַ טאָג און זייער פֿאַרמעגן וועט ברענען אויפֿן פֿײַער פֿון גיהנום און זייערע קעפּ און קערפּערס וועלן טראָגן אַ בראַנדצייכן אויף זייערע לײַבער (9:37)."

איך וועל נישט גיין ווײַטער ווײַל מען זאָגט, אַז דער קאָראַן איז אַ הייליק בוך וואָס איז פֿול מיט ליבשאַפֿט און שלום, כּמעט ווי דער נײַער טעסטאַמענט, כאָטש יענער גיסט פּעך און שוועבל ס׳רובֿ אויף די ייִדן. הייסט עס, אַז די רעליגיעס זאָגן צו אַ בעסערע וועלט מיט אַ באַדינג, אַ תּנאַי, הייסט עס, אָדער טשאַד אָדער שמד. די בעסערע וועלט איז אויף יענער וועלט.

אָבער ווען עס קומט צו רעוואָלוציעס, דער פֿראַנצויזישער, דער רוסישער — זיי האָבן דאָך אויך געפּרעדיקט אַ בעסערע וועלט. וווּ איז עס אַהינגעקומען? וואָס האָבן זיי אויפֿגעטאָן אויפֿן סמך פֿון זייערע אידעאַלן וועגן אַ בעסערער וועלט? און דאָ קומען מיר צו די אידעאָלאָגיעס, רחמנא־לצלן. קאַרל מאַרקס האָט געגלייבט, אַז ווי נאָר מיר וועלן פּטור ווערן פֿונעם קאַפּיטאַל, פֿון די בורזשוּיעס מיט די גראָבע בײַכער, וועט זיך די בעסערע וועלט דורכרײַסן דורך די שפּאַרונעס פֿון אָנמאַכט און מיר וועלן אַלע לעבן ווי גאָט אין אָדעס. דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט עס אונטערגעכאַפּט ווי הייסע באַבקעלעך און דערמיט מאַרשירט איבער שטעט און דערפֿער, פּראָקלאַמירנדיק וווּ נאָר אַ הונט בילט "אַלע גלײַך! פֿאַר פֿרײַהייט! פֿאַר גלײַכהייט! פֿאַר גערעכטיקייט! קומט 'ראַבאָטשי נאַראָד’ (אַרבעטער־קלאַס) און לאָמיר בויען אַ בעסערע וועלט!!!"

נו? האָבן זיי געברענגט אַן אומגליק אויפֿן אַרבעטער און פֿון אים געראַבעוועט און געגזלט נישט נאָר זײַן געהאַלט, נאָר זײַן קולטור, זײַן פֿרײַהייט, זײַן מענטשלעכקייט און זײַן ערע. זייערע "הייליקע ביכער" — "מאַרקסיזם, לעניניזם, סטאַליניזם!" — האָבן צוגעזאָגט אַ בעסערע וועלט. זײַנען זיי געבליבן פֿאַרגעלט, פֿאַרשטעלט און צעקנעלט.

און איצט קום איך צו אַלע אידעאָלאָגיעס וואָס מען האָט פּרובירט אײַנפֿלאַנצן בגוואַלד אין זייערע קרבנות, צווישן זיי — דעם סאָציאַליזם. די אַלע "איזמען" קלינגען, צוזאָגנדיק אַ בעסערע וועלט. וווּ נעמט מען אַזוינס? אָבער מען פֿאַרגעסט דערבײַ, אַז מיר האָבן זיך נישט געביטן זינט די וועלט שטייט; ווײַל אין אונדז פּראַוועט קעסט די חיה, די ערגסטע פֿון אַלע באַשעפֿענישן, וואָס באַנוגענען זיך נישט מיט אַ פֿולן בויך. אויב די בעסטיע אין אונדז איז שוין צוגעקומען צו עפּעס, וויל זי מער. אויב זי האָט נישט, וויל זי אַ בעסערע וועלט, און אונטער דעם פּלאַקאַט כאָליען מיר, סטענקען מיר, לעבן מיר. יעדער דור לעכצט צו אַ בעסערער וועלט, אָבער יעדן איינעמס חלום פֿון אַ בעסערער וועלט איז אָפּגעשיידט מיט ליכטיאָרן.

מיר האָבן געזען, אַז מיט רעליגיע קען מען אויסשעכטן פֿעלקער —לדוגמא היטלער. מיר האָבן געזען, אַז אָן רעליגיע קען מען פֿאַרטיליקן און אומברענגען מיליאָנען — לדוגמא סטאַלין. אַיעדער צווייפֿוסיקער טשאַד פֿון אַן אַכמאַדינעדזשאַד, יעדער חזיר פֿון אַן אַכזר, יעדער רוח פֿון אַ רוצח, יעדער האָטענטאָט פֿון אַ דעספּאָט, יעדער קאַניבאַל פֿון אַ וואַנדאַל, האָט פֿאַרפֿלייצט אונדזער פּלאַנעט מיט סם־המוות, צי דאָס איז געווען מאַאָ־צע־טונג, מוסאָליני, אידי אַמין צי קים־זשאַנג־איל אָדער נאַסראַלאַ (דער פֿירער פֿון דער "כעזבאָלאַ" אין לבֿנון). פֿון וואַנען זיי נעמען זיך, נאָר גאָט אַליין ווייסט. איז אויב ער ווייסט יאָ — טאָ וואָזשע שווײַגט ער, נו?

דער אמת איז,ד אַז אַ דעמאַגאָג, אַ טיראַן, אַ דיקטאַטאָר, קומט נישט אָן שווער צוצוקומען צום אייבערשטן פֿון שטייסל. ער קויפֿט אונטער, ער מאַכט אַ קעגנער מיט אַ קאָפּ נידעריקער, ער טעראָריזירט אָדער קומט מיט שיינע לאַקריץ־ריידעלעך, און דער עולם־גולם — אָדער ער גיט זיך אונטער, אָדער מ׳צווינגט אים אונטערצוגעבן זיך, אָדער ער איז אַ נאָכשלעפּער. דער עיקר — קרבנות פֿעלן נישט, און די בעסערע וועלט ווערט פֿאַר אונדז אויסגערונען פֿון צווישן די פֿינגער.

און ווען עס קומט צו מיר. מײַן בעסערע וועלט איז זי דאָך, נישט יענעמס. מײַן חלום איז דאָך פֿרעמד פֿאַר יענעם. יענער האָט זײַנע אייגענע חלומות פֿון אַ בעסערער וועלט.

מיר לעבן אין אַן אַזוי־גערופֿענער דעמאָקראַטיע; די בעסטע פֿון אַלע מעגלעכע וועלטן. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ סך מאָל הינקט די דעמאָקראַטיע אונטער ווי זי וואָלט געגאַנגען אויף קוליעס. אַ סך מאָל איז זי נאָכגיביק און יושרדיק. ס׳ווענדט זיך ווער עס שטייט בײַ דער שיסל. איז דער געזעץ־געבער גוט, לעבט מען אין אַ בעסערער וועלט. איז ער אַ רשע, לעבט מען אין אַן ערגערער וועלט. דער עיקר — די בעסערע וועלט וועט אויסלייזן משיחן און משיח וועט אויסלייזן די ייִדן און די ייִדן וועלן אויסלייזן דעם חלום פֿוּן אַ בעסערער וועלט.