געזעלשאַפֿט

מיטגלידער פֿון דער אָרגאַניזאַציע Encounter עסן וועטשערע מיט אַ גרופּע פּאַלעסטינער אײַנוווינער פֿון בית־לחם
מיטגלידער פֿון דער אָרגאַניזאַציע Encounter עסן וועטשערע מיט אַ גרופּע פּאַלעסטינער אײַנוווינער פֿון בית־לחם
Credit: Encounter

ס׳איז קלאָר ווי דער טאָג, אַז די אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט מאַכט הײַנט דורך אַ ממשותדיקע ענדערונג. די אײַנגעשטעלטע אינסטיטוציעס, וואָס האָבן רעפּרעזענטירט די ייִדישע קהילה זינט די 1940ער יאָרן, לײַדן איצט פֿון אַ פֿאַלנדיקער מיטגלידערשאַפֿט און שפּילן אַ סך אַ קלענערע ראָלע ווי אַמאָל, בפֿרט בײַם ייִנגערן דור.

כּדי אָנצוטאַפּן דעם דופֿק פֿון דער יוגנט, און במילא באַטראַכטן די צוקונפֿט פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה, האָט די "אַבֿי־חי פֿונדאַציע" לעצטנס אינטערוויוירט מער ווי 250 פֿרויען און מענער צווישן 22 און 40 יאָר, וואָס פֿירן הײַנט אָן מיט ייִדישע פּראָיעקטן. אַ טייל פֿון זיי האָבן געגרינדעט זייערע אייגענע איניציאַטיוון, בעת אַנדערע פֿירן אָן מיט די אַקטיוויטעטן פֿון שוין־עקזיסטירנדיקע אָרגאַניזאַציעס. אַ טייל זענען פּראָפֿעסיאָנאַלן; אַנדערע זענען וואָלונטירן.

די פּרטימדיקע שטודיע, וואָס הייסט "דער דור פֿון ענדערונג: ווי אַזוי די פֿירער אין די צוואַנציקער און דרײַסיקער יאָרן בײַטן דאָס אַמעריקאַנער ייִדישע לעבן", נעמט אויך אַרײַן די אַנקעטעס פֿון איבער 4,466 ייִדישע פֿירער פֿון אַלע עלטערס, וואָס דינט ווי אַ מיטל צו פֿאַרגלײַכן די ייִנגערע פֿירער מיט די עלטערע.

אינעם אַרײַנפֿיר, שרײַבט דזשעק ווערטהײַמער, פּראָפֿעסאָר פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע בײַם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר" און דער הויפּט־מחבר פֿון דער שטודיע, אַז הגם די פּריאָריטעטן פֿון די ייִנגערע פֿירער זענען גאַנץ אַנדערש ווי די פֿון די עלטערע, איז נישט אמת, ווי עס טענהן געוויסע אָבסערוואַטאָרן, אַז עס פֿעלן הײַנט איבערגעגעבענע, געלערנטע יונגע פֿירער. "אין קהילות איבערן לאַנד האָבן מיר אַנטדעקט פֿעיִקע יונגע פֿירער, וואָס האָבן אויפֿגעלעבט די אײַנגעשטעלטע אָרגאַניזאַציעס און געגרינדעט נײַע חידושדיקע איניציאַטיוון (start-ups, בלע״ז) כּדי צונויפֿצוברענגען די יונגע ייִדן, וואָס האָבן אַ בשותּפֿותדיקן אינטערעס.

ס׳רובֿ פֿון אָט די איניציאַטיוון געפֿינען זיך אויפֿן מיזרח־ברעג פֿון לאַנד (פֿון וואַשינגטאָן ביז באָסטאָן) און אויפֿן מערבֿ־ברעג (פֿון לאָס־אַנדזשעלעס קיין סאַן־פֿראַציסקאָ). אָבער די פֿאָרשער האָבן אויך געפֿונען אַ צאָל פֿון די אַלטערנאַטיווע אָרגאַניזאַציעס אין אַטלאַנטע, דענווער און שיקאַגע.

הגם דער באַריכט רעכנט נישט אויס די נעמען פֿון די הונדערטער ייִדישע פֿירער און זייערע איניציאַטיוון, האָט ווערטהײַמער יאָ איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס" אַ טייל פֿון זיי:

• אלי קאַונפֿער און איתן טאָקער, די גרינדער פֿון "מכון הדר" (האַדאַר) — אַ פֿולצײַטיקע טראַדיציאָנעלע אָבער עגאַליטאַרישע (פֿרויען גלײַך מיט מענער) ישיבֿה

• ראַבינערטע רחל נוסבאַום, אַ מיט־גרינדערין פֿון "כּוונה" — אַן אַלטערנאַטיווע קהילה אין סיִאַטל

• ראַבינערטע מעליסאַ ווײַנטראַוב, אַ מיט־גרינדערין פֿון Encounter (באַגעגעניש) — אַן אָרגאַניזאַציע וואָס פּרוּווט דערנענטערן די אַמעריקאַנער ייִדן מיט די פּאַלעסטינער

• "כּפֿר" — אַ קולטור־צענטער אין שיקאַגע, וואָס ברענגט יונגע לײַט צוזאַמען אויף פֿאַרשידענע קונסט־ און מוזיק־אונטערנעמונגען.

אַן אינטערעסאַנטער געפֿינס פֿון דער שטודיע איז, אַז כּמעט 40% פֿון די יונגע פֿירער זענען פּראָדוקטן פֿון אַ ייִדישער טאָגשול, און מער ווי צוויי־דריטל האָבן פֿאַרבראַכט די זומערן אין ייִדישן זומער־לאַגער — "אַ באַווײַז, אַז דער באַשלוס פֿון די ייִדישע קהילות און פֿילאַנטראָפּן מיט 20 יאָר צוריק צו אינוועסטירן אין דער ייִדישער דערציִונג האָט טאַקע געבראַכט רעזולטאַטן," שרײַבט ווערטהײַמער.

יונגע לײַט פֿון דער נײַער ייִדישער קהילה "כּוונה", אין סיִאַטל, וואַשינגטאָן, מערקן אָפּ תּשעה־באבֿ
יונגע לײַט פֿון דער נײַער ייִדישער קהילה "כּוונה", אין סיִאַטל, וואַשינגטאָן, מערקן אָפּ תּשעה־באבֿ
Credit: Noam Pianko

אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס האָבן די יונגע אינאָוואַטאָרן נישט געוואָלט מיטאַרבעטן מיט די אײַנגעשטעלטע אָרגאַניזאַציעס, שרײַבט ווערטהײַמער, אַז דער הויפּט־ציל פֿון די עטאַבלירטע אָרגאַניזאַציעס במשך פֿון די לעצטע 60 יאָר (צווישן זיי: דער "דזשוינט", "אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט", "אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע", "אייפּאַק", אאַז״וו) איז צו באַשיצן דאָס ייִדישע פֿאָלק. מיט אַנדערע ווערטער — פֿאַרטיידיקן ישׂראל; קעמפֿן צו באַפֿרײַען די ייִדן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; שטיצן די אָרעמע ייִדן אין אַמעריקע און אין אויסלאַנד; אויפֿהאַלטן די גרויסע קאָמונאַלע אינסטיטוציעס, און פֿאַרבעסערן די ייִדישע בילדונג.

אַן אינטערעסאַנטער געפֿינס פֿון דער שטודיע איז, אַז אַ טייל פֿון די יונגע פֿירער, בפֿרט די מער פֿאַרמעגלעכע, אידענטיפֿיצירן זיך יאָ מיט אַזוינע צוועקן. "לעצטנס, הערט מען בלויז וועגן די יונגע פֿירער, וואָס גרינדן זייערע אייגענע איניציאַטיוון, ווײַל זיי ווילן זײַן אומאָפּהענגיק פֿון די אײַנגעשטעלטע אָרגאַניזאַציעס," האָט דערקלערט סטיוו ביים, אַ הויכער באַאַמטער בײַם "אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט". "דאָ, צום ערשטן מאָל, זעען מיר, אַז דער ייִנגע-רער דור איז נישט מאָנאָליטיש. געוויסע פֿון זיי זענען יאָ אַקטיוו אינעם קאָמונאַלן ייִדישן לעבן."

פֿון דעסטוועגן, האָבן ס׳רובֿ פֿון די יונגע פֿירער אין דער שטודיע איבערגעגעבן, אַז זיי איז ליבער אַ פּראָגרעסיווער אָדער עקספּרעסיווער סדר־היום. אַ פּראָגרעסיווער צוועק קאָן זײַן, למשל, אַ ייִדישע סבֿיבֿה־פֿאַרהיטונג־אָרגאַניזאַציע ווי "חזון" אָדער פּראָיעקטן צו העלפֿן די פֿאַראָרעמטע און לײַדנדיקע (געוויינטלעך, נישט קיין ייִדישע), ווי למשל, די לעבן־געבליבענע פֿונעם הוראַגאַן קאַטרינאַ אין ניו־אָרלינס.

אַנדערע פֿירער זוכן אַן עקספּרעסיווע טאָג־אָרדענונג דורך קולטורעלע מיטלען: ייִדישע מאכלים, שפּראַכן, מוזיק, פֿילם און אַנדערע קינסטלערישע פּראָדוקציעס; אָדער דורך רעליגיעזע און גײַסטיקע איבערלעבונגען, וואָס קומען פֿאָר מחוץ די געוויינטלעכע סינאַגאָגעס.

אָבער אַפֿילו אויב די יונגע אינאָוואַטאָרן אידענטיפֿיצירן זיך נישט מיט די צילן פֿון די אײַנגעשטעלטע אָרגאַניזאַציעס, מיינט עס נישט, אַז זיי פֿילן נישט קיין פֿאַרבינדונג מיטן ייִדישן פֿאָלק. זיי באַציִען זיך פּשוט צו די ייִדן אויף אַן אַנדערן אופֿן. און הגם אַ גרויסער טייל פֿון זיי שעמען זיך נישט צו קריטיקירן די ישׂראל־פּאָליטיק, און דריקן אויס אַן אַמביוואַלענץ זיך צו אידענטיפֿיצירן ווי ציוניסטן, ווײַזן זיי יאָ אַרויס אַ קולטורעלע פֿאַרבינדונג צו דער ייִדישער מדינה, דורך פֿעסטיוואַלן פֿון ישׂראלדיקע פֿילמען, אָרגאַניזירן קאָנצערטן פֿון ישׂראלדיקע לידער אָדער פּאַסמאַקעווען זיך מיט ישׁראלדיקע פּאָטראַוועס. זייער ליבשאַפֿט פֿאַר ישׂראל איז נישט קיין חידוש, ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז מער ווי 90% פֿון די אינאָוואַטאָרישע פֿירער האָבן שוין באַזוכט ישׂראל.

"מיר האָבן לעצטנס געלייענט אַ סך וועגן דעם, אַז די יונגע ייִדן ווערן אַלץ מער דערווײַטערט פֿון ישׂראל, אָבער דאָ זעט מען אַ מער באַלאַנסירט בילד," האָט באַמערקט ד״ר יונתן סאַרנאַ, פּראָפֿעסאָר פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט. פֿון דעסטוועגן, שפּילט ישׂראל טאַקע נישט קיין צענטראַלע ראָלע בײַ זיי, אַזוי ווי בײַם עלטערן דור. זיי ווילן גיכער הנאה האָבן פֿון דער ייִדישער קולטור אין די תּפֿוצות, און בפֿרט פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור. זיי פֿילן זיך נישט באַדראָט פֿון אַנטיסעמיטיזם, און אַ צאָל פֿון זיי האָבן נאָענטע פֿאַרבינדונגען — אַפֿילו ראָמאַנטישע — מיט נישט־ייִדן.

"זיי מײַדן אויס די השׂגה פֿון ׳אונדז קעגן זיי׳," שרײַבט ווערטהײַמער. "ווי אַ פּועל־יוצא, זענען זיי גאַנץ גלײַכגילטיק צו געמישטע חתונות. זיי ווילן גיכער ווײַזן מענטשן — אַרײַנגערעכנט זייערע נישט־ייִדישע פֿרײַנד — די טיפֿקייט פֿונעם ייִדישן לעבנס־שטייגער."

די אָרגאַניזאַציע Jewish Milestones העלפֿט אַ גרופּע ייִדן דורכפֿירן זייער אייגענע הכנסות ספֿר־תּורה, אָן דער אָפֿיציעלער באַטייליקונג פֿון אַ סינאַגאָגע
די אָרגאַניזאַציע Jewish Milestones העלפֿט אַ גרופּע ייִדן דורכפֿירן זייער אייגענע הכנסות ספֿר־תּורה, אָן דער אָפֿיציעלער באַטייליקונג פֿון אַ סינאַגאָגע
Credit: Rudy Halbright

אַ צווייטע קריטיק וואָס די פֿירער פֿון די חידושדיקע איניציאַטיוון דריקן אויס קעגן די עטאַבלירטע אָרגאַניזאַציעס איז דער אופֿן ווי זיי באַציִען זיך צו מענטשן. "די יונגע אינאָוואַטאָרן האַלטן, אַז די אָרגאַניזאַציעס ווײַזן נישט אַרויס קיין אינטערעס אין אייגנאַרטיקע געדאַנקען, און גיבן נישט די ייִנגערע ייִדן אַ געלעגנהייט צו ׳זיצן מיט זיי בײַם טיש׳ אָדער צו דערגרייכן הויכע פּאָזיציעס, וווּ זיי קאָנען העלפֿן צו באַשטימען די ריכטונג פֿון דער אָרגאַניזאַציע."

נישט געקוקט אויף דער קריטיק, זענען די פֿירער פֿון די "סטאַרט־אַפּס" מודה, אַז אָן דער פֿינאַנציעלער שטיצע פֿון די עטאַבלירטע אָרגאַניזאַציעס און פֿונדאַציעס, וואָלטן זיי נישט געקאָנט פֿונקציאָנירן.

וואָס זענען געווען די הויפּט־השפּעות אויף די יונגע אינאָוואַטאָרן? ערשטנס, ווי פֿריִער דערמאָנט, האָבן ס׳רובֿ פֿון זיי געהאַט אַן אינטענסיווע ייִדישע בילדונג. צווייטנס, האָבן זיי אויך גענאָסן פֿון באַלערנדיקע פֿירערשאַפֿט־סעמינאַרן, אָנגעפֿירט פֿון די ייִדישע פֿונדאַציעס און אָרגאַניזאַציעס. ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ — די אינטערנעץ. פֿריִער, פֿלעגן די גרויסע אָרגאַניזאַציעס רעדן אין נאָמען פֿון דער גאַנצער קהילה. הײַנט אָבער ווײַזט די "מאַפּע" פֿון דער ייִדישער אינטערנעץ אַ פֿיל־פֿאַרביקע קהילה, מיט אַ סך קלענערע אָרגאַניזאַציעס, פּראָגראַמען און כּל־מיני איניציאַטיוון. אין תּוך, האָט די אינטערנעץ דעמאָקראַטיזירט די ייִדישע קהילה, ווײַל דורך איר קענען די קלענערע אָרגאַניזאַציעס פּובליקירן זייערע צוועקן און אַקטיוויטעטן, פּונקט אַזוי ווי די גרויסע.

די עטאַבלירטע אָרגאַניזאַציעס דאַרפֿן איצט ערנסט באַטראַכטן צי זיי זאָלן שפּילן אַ גרעסערע ראָלע בײַם פֿינאַנצירן די אינאָוואַטאָרישע איניציאַטיוון פֿון די יונגע פֿירער, האָט ווערטהײַמער באַמערקט. הגם די יונגע פֿירער דריקן אויס מיינונגען וואָס זענען זייער אַנדערש פֿון די ביז־איצטיקע ייִדישע פּריאָריטעטן, זעט מען הײַנט אַ וואַקסנדיקן אינטערעס בײַ זיי צו פֿאַרשפּרייטן ייִדישן וויסן, רעליגיעזע איבערלעבונגען און נײַע דעפֿיניציעס פֿון ייִדישער קולטור.

"די אײַנגעשטעלטע אָרגאַניזאַציעס וועלן דאַרפֿן איבערקלערן, צי זיי קאָנען מאַכן פּלאַץ פֿאַר די ייִנגערע פֿירער, איידער זיי ווערן אַנטוישט און באַשליסן גיכער אָנצוהייבן זייערע אייגענע איניציאַטיוון," האָט ווערטהײַמער דערקלערט.

"פֿון דער צווייטער זײַט, דאַרפֿן די יונגע פֿירער אָנערקענען, אַז נישט געקוקט אויף די חסרונות האָבן די אײַנגעפֿונדעוועטע אינסטיטוציעס געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין זייער דערציִונג. די יונגע פֿירער וואָלטן געדאַרפֿט איבערקלערן, ווי אַזוי זיי וואָלטן געקאָנט רעפֿאָרמירן די אינסטיטוציעס אַנשטאָט אַנטלויפֿן פֿון זיי."

הגם סאַרנאַ האָט געלויבט דעם באַריכט פֿאַר זײַן פּרטימדיקן און גוט־דורכגעטראַכטן אַנאַליז, האָט ער אָבער צוגעגעבן איין חסרון. "דער באַריכט וואָלט אפֿשר געדאַרפֿט זיך אָפּגעבן מער מיט די פֿאַרשידענע אומאָפּהענגיקע אָרטאָדאָקסישע מנינים, וואָס יונגע לײַט האָבן לעצטנס געגרינדעט איבערן לאַנד. לויט דער סטאַטיסטיק, באַטרעפֿן די אָרטאָדאָקסישע ייִדן הײַנט 20% פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער באַפֿעלקערונג, און ס׳איז קלאָר פֿאַר וואָס — די אָרטאָדאָקסישע האָבן אַ סך מער קינדער."

אַבי פּיטקאָווסקי, אַ 42־יאָריקע קאָנסולטאַנטין פֿאַר תּלמוד־תּורות בײַם "ייִדישן בילדונג־ראַט", האַלט, אַז די טענדענץ פֿון די יונגע פֿירער צו גרינדן איניציאַטיוון באַזונדער פֿון די אײַנגעשטעלטע אינסטיטוציעס איז אַ השפּעה פֿון דער ברייטער געזעלשאַפֿט. "הײַנט ווילן די יונגע אַמעריקאַנער נישט זײַן צוגעטשעפּעט צו גאָרנישט; דערפֿאַר האָבן זיי חתונה שפּעטער, קלײַבן אויס אַ קאַריערע שפּעטער. זיי ווילן נישט באַלאַנגען צו קיין שיל, אָדער צו קיין ייִדישער אָרגאַניזאַציע בכלל."

פּיטקאַווסקי האָט געגעבן ווי אַ בײַשפּיל די אָרגאַניזאַציע, Jewish Milestones (פּערזענלעכע ייִדישע לעבן־דערגרייכונגען), וואָס העלפֿט ייִדישע משפּחות אַליין אָפּמערקן ייִדישע צערעמאָניעס ווי בר־ און בת־מיווה, חתונות און לוויות, אָן דער באַטייליקונג פֿון אַ סינאַגאָגע.

אָבער סײַ ביים, סײַ סאַרנאַ האַלטן, אַז מיט דער צײַט וועלן אַ סך פֿון די איניציאַטיוון ווערן אַרײַנגעגלידערט אין די גרויסע אָרגאַניזאַציעס. "אין די 1970ער יאָרן האָבן די יונגע אַמעריקאַנער ייִדן דערפֿילט, אַז די סינאַגאָגעס באַפֿרידיקן זיי נישט, ווײַל דאָס דאַווענען איז געווען צו פֿאָרמעל און די דרשות — צו מוסרדיק," האָט סאַרנאַ געזאָגט. "אָבער מיט דער צײַט זענען זיי אַליין געוואָרן רבנים און ראַבינער, און במילא טראַנספֿאָרמירט די שילן."