|
Timothy Snyder. Bloodlands: Europe between Hitler and Stalin. New York: Basic Books, 2010 |
|
די פֿראַגע "ווער איז געווען ערגער׃ היטלער אָדער סטאַלין?" קומט כּסדר אויף אין עפֿנטלעכע וויכּוחים אויף היסטאָרישע טעמעס. גאַנץ אָפֿט האָט די דאָזיקע פֿראַגע אַן אַקטועלן פּאָליטישן און אידעאָלאָגישן הינטערגרונט. אין דײַטשלאַנד האָבן אייניקע היסטאָריקער געפּרוּווט פֿאָרשטעלן היטלערן ווי פּשוט אַ "תּלמיד" פֿון סטאַלינס מעטאָדן פֿון טעראָר און מאַסן־מאָרד. אין רוסלאַנד איז פֿאַרשפּרייט די מיינונג, אַז ניט געקוקט אויף זײַן אַכזריות, איז סטאַלין געווען אַן "עפֿעקטיווער מענעדזשער", וואָס האָט מאָדערניזירט די סאָוועטישע ווירטשאַפֿט און האָט געוווּנען די מלחמה.
דאָס נײַע בוך פֿונעם באַגאַבטן אַמעריקאַנער היסטאָריקער טימאָטי סנײַדער באַהאַנדלט דעם גאַנצן ענין אונטער אַן אַנדערן קוקווינקל. סנײַדערן אינטערעסירן ניט דײַטשלאַנד אָדער סאָוועטן־פֿאַבאַנד גופֿא, אָבער די טעריטאָריע אין צווישן — די לענדער, וואָס זײַנען געווען דער אָביעקט פֿון דער אַגרעסיע און דעם מערדערישן קאַמף צווישן די ביידע דיקטאַטאָרן. סנײַדערס ציל איז אַ טאָפּלטער: פֿון איין זײַט איז ער אויסן צו שאַפֿן אַן אַרומנעמיק בילד פֿון דער תּקופֿה פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, וויל ער ניט פֿאַרגעסן פּריוואַטע געשיכטעס פֿון איינצעלנע יחידים. דער באַלאַנס צווישן דעם כּלל און דעם פּרט איז גוט אויסגעהאַלטן און העלפֿט צו פֿאַרשטיין די געשעענישן פֿון פֿאַרשידענע זײַטן.
עס איז מסתּמא ניט מעגלעך אָנצושרײַבן אַן "אָביעקטיווע" געשיכטע פֿון מיזרח־אייראָפּע אינעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. יעדער היסטאָריקער פּאַרנעמט, בכּיוון, אָדער אומוויסנדיקערהייט, אַ געוויסן שטאַנדפּונקט, און סנײַדער איז ניט קיין אויסנאַם. ווי אַ היסטאָריקער פֿון מיזרח־פּוילן, קוקט ער אָפֿטמאָל אויף די געשעענישן דורך "פּוילישע" ברילן, אָבער דאָס שטערט אים ניט פֿאָרצושטעלן אַנדערע פּאָזיציעס אויך. זײַן קאַפּיטל וועגן ווײַסרוסלאַנד איז אַ וויכטיקער בײַטראָג אין דער מערבֿדיקער היסטאָריאָגראַפֿיע, וואָס האָט כּסדר אַ קנאַפּן אינטערעס אינעם דאָזיקן לאַנד.
דאָס בוך באַזירט זיך אויף גרונדיקע אַרכיוואַלע פֿאָרשונגען און פֿאַרמאָגט אַ רײַכן פֿאַקטישן מאַטעריאַל, בפֿרט וואָס שײַך סטאַטיסטיק. אָבער דאָס סאַמע אָריגינעלע איז סנײַדערס פֿאַרגלײַכיקער צוגאַנג צו די צוויי טאָטאַליטאַרישע דיקטאַטורן, וואָס מאַכט בולט ניט נאָר די חילוקים און ענלעכקייטן, אָבער אויך אַ געוויסן צוזאַמענהאַנג — און צומאָל אַפֿילו אַ מין צוזאַמענאַרבעט — צווישן די ביידע.
סנײַדער הייבט אָן זײַן געשיכטע מיטן הונגער אין אוקראַיִנע אין 1932—1933, וואָס איז געווען אַ דירעקטער פּועל־יוצא פֿון סטאַלינס קאָלעקטיוויזאַציע־פּאָליטיק. הײַנט איז דאָס אַ הייסער ענין אין די באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע. קיינער לייקנט ניט אָפּ דעם סאַמע פֿאַקט פֿון הונגער, אָבער מען ראַנגלט זיך אַרום זײַן אויסטײַטשונג. די אוקראַיִנער האַלטן, אַז די דאָזיקע פּאָליטיק איז געווען ספּעציעל באַצוועקט קעגן דעם אוקראַיִנישן פֿאָלק, בעת אין רוסלאַנד טענהט מען, אַז דאָס רוסישע פּויערטום האָט געליטן פֿונעם הונגער ניט ווייניקער פֿון דעם אוקראַיִנער.
סנײַדער פּרוּווט צונויפֿצוברענגען ביידע שטאַנדפּונקטן. ער האַלט, אַז די הונגער־פּאָליטיק איז געווען אַ טייל פֿון סטאַלינס אַלגעמיינעם "קלאַסן־קאַמף" קעגן די "קולאַקעס" (בעלי־גופֿים), די פֿאַרמעגלעכע פּויערים, וועלכע האָבן ניט געוואָלט אָפּגעבן דער סאָוועטישער מלוכה זייער האָב און גוטס. אָבער בהדרגה, אין משך פֿון די 1930ער יאָרן, האָט דער אַבסטראַקטער באַגריף פֿון קלאַסן־קאַמף באַקומען אַ קאָנקרעטן נאַציאָנאַלן בײַטעם. אַ בולטער מוסטער זײַנען געווען די ספּעציעלע "אָפּעראַציעס" פֿון דער געהיים־פּאָליציי קעגן פֿאַרשידענע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן, פֿון פּאָליאַקן אין מערבֿ ביז קאָרעאַנער אין ווײַטן מיזרח, וואָס סטאַלין האָט דורכגעפֿירט סוף 1930ער יאָרן. ער האָט באַטראַכט גאַנצע נאַציאָנאַלע גרופּעס ווי "קלאַסן־שׂונאים".
די ראָלע פֿון ייִדן אין דער דאָזיקער פּאָליטיק איז זייער אַ סענסיטיווע פֿראַגע. לאַזאַר קאַגאַנאָוויטש, סטאַלינס שני־למלך, האָט באַקומען די פֿולמאַכט דורכצופֿירן די קאָלעקטיוויזאַציע אין אוקראַיִנע. דער אָנטייל פֿון ייִדן (און פֿון אַנדערע נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן) אין דער סאָוועטישער געהיים־פּאָליציי — "ען־קאַ־ווע־דע" — איז געווען זייער הויך בײַם אָנהייב פֿונעם טעראָר, אָבער צום יאָר 1939 איז דער רובֿ פֿון זיי געוואָרן אַרעסטירט און דערהרגעט. סנײַדער האַלט, אַז דאָס איז אויך געווען אַ טייל פֿון סטאַלינס טײַוולאָנישער נאַציאָנאַלער פּאָליטיק׃ אויסצוניצן איין מינאָריטעט קעגן דער אַנדערער, און דערנאָך באַזײַטיקן ביידע און אַוועקשטעלן אויף זייער אָרט "עכטע" רוסן.
היטלער האָט גענוצט ענלעכע "טעכנאָלאָגיעס" פֿון מאַסן־מאָרד, אַזעלכע ווי מאַסן־הונגער און קאָנצענטראַציע־לאַגערן, אָבער דער עיקר קעגן פֿרעמדע פֿעלקער אויף די אָקופּירטע שטחים בעת דער מלחמה. אַפֿילו די צאָל פֿון ייִדישע קרבנות אין דײַטשלאַנד ביז 1939 איז זייער ווינציק אין פֿאַרגלײַך מיט די קרבנות פֿון סטאַלינס "עטנישע רייניקונגען" פֿון יענער צײַט. סײַ סטאַלין און סײַ היטלער האָבן געגלויבט באמונה שלמה, אַז זיי קעמפֿן קעגן אַ מעכטיקן שׂונא, וואָס איז באמת געווען ניט מער ווי אַ ווילדע פֿאַנטאַזיע. סטאַלינס "קעגנער" איז געווען די אימפּעריאַליסטישע וועלט־בורזשואַזיע, בעת היטלערס אָפּסעסיע איז געווען דאָס וועלט־ייִדנטום. אָט די "שׂונאים" זײַנען געווען שולדיק אין אַלע צרות פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און דײַטשלאַנד. וואָס ערגער ס׳איז געוואָרן דער מצּבֿ, אַלץ אַכזריותדיקער איז געוואָרן דער "קאַמף", ווײַל דאָס זײַנען געווען די איינציקע מלחמות, וואָס די ביידע דיקטאַטאָרן האָבן געקענט "געווינען"׃ היטלערס, קעגן ייִדן און סטאַלינס, קעגן "בורזשואַזיע".
דאָס לעצטע קאַפּיטל פֿונעם בוך איז געווידמעט סטאַלינס לעצטער קאַמפּאַניע קעגן דעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט און קעגן די דאָקטוירים. ביידע זײַנען געווען אַ לאָגישער המשך פֿון דער פּאָליטיק פֿון די 1930ער יאָרן, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיטן אָרגאַניזירטן הונגער. אינעם נײַעם וועלט־פּאָליטישן מצבֿ פֿון דער קאַלטער מלחמה האָט סטאַלין, ווי עס איז געווען זײַן טבֿע, געזוכט אַ שׂונא אינעם לאַנד, וואָס ער האָט געקאָנט לײַכט צעשלאָגן. די ייִדישע קולטורעלע עליט איז געווען אַ נאַטירלעכער קאַנדידאַט, און זיי זײַנען געוואָרן אַ כּפּרה־הינדל פֿאַר אַלע "חטאים" פֿונעם אַמעריקאַנער אימפּעריאַליזם.