פּראָפֿ׳ אהוד נצר |
איך בין ניט זיכער צי די מאַסן הילולא־פֿײַערונגען בײַם קבֿר רחל אימנו, נעבן בית־לחם (זע: מײַן "בריוו פֿון ירושלים" אין "פֿאָרווערטס", אָקטאָבער 29 — נאָוועמבער 4, זײַט 12), האָט ווידער אויפֿגערייצט די אַלטע אַנטי־ייִדישע, אַנטי־ישׂראלדיקע פּראָפּאַגאַנדע אין דער אַראַבישער וועלט, אײַנשליסנדיק אויך "אונעסקאָ", דעם אָרגאַן פֿאַר דערציִונג, וויסנשאַפֿט און קולטור בײַ דער "יו־ען", וועמענס קוואַרטיר איז אין פּאַריז, אַרויסצוקומען אין דער עפֿנטלעכקייט, מיט אַ חוצפּהדיקער דעקלאַראַציע, אַז דער קבֿר רחל איז גאָר אַ הייליקער, מוסולמענישער מעטשעט!
עס איז שוין צום צווייטן מאָל ווי די "אונעסקאָ" האָט געטאָן דעם דאָזיקן שענדלעכן אַקט. אין דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש פֿעברואַר האָט דער "נייטראַלער" אָרגאַן בײַ דער "יו־ען" דערקלערט דאָס זעלבע, ווען די ישׂראל־רעגירונג האָט פֿאַרעפֿנטלעכט די רשימה פֿון די היסטאָרישע הייליקע פּלעצער איבערן לאַנד, וואָס מען דאַרף באַשיצן און זאָרגן פֿאַר זייער צושטאַנד, ווי נאַציאָנאַלע מאָנומענטן פֿון ייִדישן פֿאָלק.
די דאָזיקע דעקלאַראַציע אין "אונעסקאָ", איז אָנגענומען געוואָרן מיט אַ גרויסער מערהייט פֿון אירע מיטגלידער, חוץ די פֿאָרשטייער פֿון מדינת־ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וועלכע האָבן געשטימט קעגן.
הרבֿ שמואל ראַבינאָוויטש, דער ממונה איבערן כּותל־המערבֿי און די אַנדערע הייליקע פּלעצער, האָט פּראָטעסטירט קעגן דעם דאָזיקן אַקט פֿון "אונעסקאָ" און עס באַצייכנט ווי ממש "סקאַנדאַליעז", אַז עס איז אַ פֿעלשונג פֿון דער ייִדישער געשיכטע. קבֿר רחל איז קיין מאָל ניט געווען אַ מוסולמענישער מעטשעט, אַפֿילו די מוסולמענער אַליין האָבן דורות־לאַנג אָנגערופֿן דעם פּלאַץ ווי "קובת רחל", ווען אַרום אים געפֿינט זיך טאַקע אַ מוסולמענישער בית־הקבֿרות.
עס איז באַקאַנט, אַז דעם גרויסן צימער אַרום דעם קבֿר, האָט משה מאָנטעפֿיאָרע צוגעבויט אין יאָר 1841, מיט וועלכן די מוסולמענער האָבן זיך באַנוצט אַ געוויסע צײַט פֿאַר זייערע תּפֿילות. שפּעטער האָבן די ייִדן באַצאָלט די מוסולמענער אַ געוויסע סומע געלט, און די אָטאָמאַניש־טערקישע אינסטאַנצן האָבן עס אָנערקענט און באַשטעטיקט די דאָזיקע טראַנזאַקציע: אַז נאָר די ייִדן האָבן זיך געקענט באַנוצן מיט דעם גאַנצן קאָמפּלעקס פֿון דעם קבֿר. אַזוי האָט זיך געפֿירט מער ווי 170 יאָר.
אין יאָר 1996, נאָך די געשעענישן אַרום דעם הר־הבית, און די אונטערגרונט־טונעלן בײַם כּותל־המערבֿי, האָבן די אַראַבער אויפֿגעהערט זיך צו באַנוצן מיט דעם אַראַבישן נאָמען פֿון דעם קבֿר "קובת רחל", און עס אָנגעהויבן צו רופֿן מיט אַן אַנדערן אַראַבישן נאָמען "מסגד בילאַל איבן ראַבאַך". די רעליגיעזע אינסטאַנצן אויפֿן הר־הבית האָבן דערקלערט, אַז דאָס איז דער קבֿר פֿון דעם עטיאָפּיער, וועלכער האָט געדינט אין הויז פֿון מוכאַמאַד, ווי דער מואַזין, וועלכער רופֿט די מוסולמענער צו זייערע תּפֿילות. ווען מוכאַמאַד איז געשטאָרבן, איז דער דאָזיקער איבן ראַבאַך אַרויס אין דעם מוסולמענישן קריג קעגן סיריער. ער איז דאָרטן אומגעקומען אין יאָר 642 און איז מקבר געוואָרן אין חלב (כאַלעב) אָדער דמשׂק.
אינטערעסאַנט: די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט האָט אָנגעהויבן צו רופֿן קבֿר רחל אַ מעטשעט, אָבער אין זייערע אָפֿיציעלע פּובליקאַציעס איז ניטאָ פֿון דעם קיין זכר.
אין פּאַלעסטינער לעקסיקאָן, אַרויסגעגעבן אין יאָר 1996 דורך דער אַראַבישער ליגע און אַש״ף (די אָרגאַניזאַציע צו באַפֿרײַען פּאַלעסטינע, אָב״פּ) ווערט באַצייכנט, אַז "בײַם צפֿונדיקן אַרײַנגאַנג קיין בית־לחם, געפֿינט זיך קבֿר רחל, דער מוטער פֿון די מוטערס, וועלכע איז געשטאָרבן אין קימפּעט, ווען זי האָט געבוירן איר זון בנימין".
אויך אין דער בראָשור "דער מערבֿדיקער טייל פֿון פּאַלעסטין און עזה" ווערט דער קבֿר אָנגערופֿן "קבֿר רחל", און ניט דערמאָנט ווי אַ מוסולמענישער מעטשעט.
דער וואָרטזאָגער פֿון פּרעמיער־מיניסטער נתניהו האָט עס אויך באַצייכנט ווי אַן אַבסורד. "אויב די פּלעצער וווּ עס זענען געקומען צו קבֿורה די אָבֿות און די אימהות פֿון ייִדישן פֿאָלק: אַבֿרהם, יצחק, יעקבֿ, שׂרה, רבֿקה, לאה און רחל, מיט 4,000 יאָר צוריק איז ניט קיין טייל פֿון אונדזער נאַציאָנאַלער ירושה, וואָס איז עס דען?
... "עס איז צו באַדויערן וואָס 'אונעסקאָ’, דער אָרגאַן בײַ די 'פֿאַראייניקטע פֿעלקער’, באַמיט זיך צוליב פּאָליטישע סיבות אויסצוּוואָרצלען די פֿאַרבינדונג פֿון ייִדישן פֿאָלק מיט זײַן נאַציאָנאַלער ירושה.
... "מדינת־ישׂראל, אין קעגנזאַץ צו אַנדערע שכנים אַרום, וועט ווײַטער ממשיך זײַן און וועט ווײַטער באַשיצן די פֿרײַהייט פֿון רעליגיעזער דינסט פֿון פֿאַרשיידענע גלויבנס אין לאַנד", האָט דער וואָרטזאָגער פֿון פּרעמיער־מיניסטער נתניהו דערקלערט.
דרך־אַגבֿ: "אונעסקאָ" האָט אויך געהאַט אויסגעדריקט איר קעגנערשאַפֿט צו די אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען וואָס ישׂראל זאָל האָבן געמאַכט אַרום דעם מוסולמענישן מעטשעט "אַל־אַקצאַ" נעבן הר־הבית.
דאָס מיניסטעריום פֿאַר אַלטערטימלעכקייטן און דאָס אויסערן־מיניסטעריום האָבן דערקלערט, אַז ישׂראל פֿירט ניט אויס קיינע אַזעלכע אויסגראָבונגען, און אַז די דאָזיקע באַשולדיקונגען האָבן ניט קיין גרונט, זיי זענען פּאָליטיש מאָטיווירט און ברענגען נאָר שאָדן און שפּאַנונג צווישן די ייִדן און אַראַבער אין ירושלים און אין דער וועלט בכלל.
הרבֿ שמואל ראַבינאָוויטש האָט שטאַרק געטאַדלט און קריטיקירט דעם דאָזיקן באַשלוס פֿון "אונעסקאָ". דערבײַ האָט ער אָנגעוויזן, אַז אין טאָג פֿון דעם יאָרצײַט פֿון דער מוטער רחל האָבן באַזוכט איר קבֿר נעבן בית־לחם 100,000 טויזנט ייִדן פֿון מדינת־ישׂראל און אַ גרויסע צאָל פֿון אויסלאַנד.
פּראָפֿ׳ אהוד נצר, באַרימטער אַרכעאָלאָג, טויט אין אויסגראָבונג־אומגליקפֿאַל
מאָנטיק, דעם 25סטן אָקטאָבער איז געשטאָרבן אין ירושלים פּראָפֿ׳ אהוד נצר (נעצער), לייטער פֿון די אויסגראָבונגען אין דעם באַרג הרודיון, נעבן בית־לחם. העכער 30 יאָר האָט ער אָנגעפֿירט מיט פֿאַרשיידענע אַנדערע וויכטיקע אויסגראָבונגען איבערן לאַנד.
מיט 3 יאָר צוריק, האָט ער אין דעם הרודיון אַנטדעקט דעם קבֿר פֿון הורדוס, אויף וועמענס נאָמען עס רופֿט זיך טאַקע דער דאָזיקער פּלאַץ. די אַנטדעקונג ווערט פֿאַררעכנט ווי די קרוין פֿון זײַן אַרכעאָלאָגישער קאַריערע.
דער דאָזיקער אומגליקפֿאַל איז געשען, ווען ער איז געשטאַנען אויף אַ לייטער נעבן אַ טיפֿער גרוב. ער איז אַראָפּגעפֿאַלן פֿון דעם לייטער און שטאַרק פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. מען האָט אים אָפּגעפֿירט אין "הדסה"־שפּיטאָל, וווּ נאָך עטלעכע טעג איז ער ניפֿטר געוואָרן.
זײַן משפּחה האָט באַוויליקט אָפּגעבן זײַנע וויטאַלע אבֿרים (טיילן פֿון קערפּער) צו דער וויסנשאַפֿט.
אין זײַן לוויה, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין קיבוץ קרית־ענבֿים, האָבן זיך באַטייליקט הונדערטער פֿון זײַנע תּלמידים־סטודענטן פֿון דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט און פֿאַרערערס.
אין יאָר 1968 האָט פּראָפֿ׳ נצר אָנגעפֿירט מיט די אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען אין יריחו, בעת וועלכע ער האָט אַנטדעקט דעם ווינטער־פּאַלאַץ פֿון דער חשמונאָים־דינאַסטיע, וועלכער איז געווען באַרימט מיט זײַנע שווים־באַסיינען און גערטנער.
אין די אויסגראָבונגען אין יריחו האָט ער אויך אַנטדעקט אַ בית־הכּנסת, איינעם פֿון די גרעסטע וואָס זענען אַנטדעקט געוואָרן אין ארץ־ישׂראל. פּראָפֿ׳ נצר האָט באַקומען זײַן דאָקטאָר־טיטל פֿאַר זײַנע אויספֿאָרשונגען פֿון די פּאַלאַצן פֿון הורדוס אויפֿן הרודיון און אין יריחו.
ער איז געווען איינער פֿון די פּאָפּולערסטע און באַליבטסטע פּראָפֿעסאָרן פֿון אַרכעאָלאָגיע אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים זינט 1981.
כּבֿוד זײַן אָנדענק!