- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
טײַערע חזנטע, מײַן מאַן וויל גאָר נישט טאָן. ער האָט זיך פּענסיאָנירט מיט דרײַ יאָר צוריק ווען ער איז געווען 70 יאָר אַלט. ער האָט געהאָרעוועט זײַן גאַנץ לעבן און איצט זיצט ער אויף דער סאָפֿע ווי אַ גולם. ווען איך בעט בײַ אים, ער זאָל אַרויסטראָגן דאָס מיסט, אָדער ער זאָל מיר העלפֿן מיט עפּעס, ענטפֿערט ער, "איך האָב 50 יאָר געאַרבעט יעדן טאָג. איצט בין איך שוין אַרויס אויף פּענסיע!". ער העלפֿט נאָר ווען איך בעט אים עטלעכע מאָל, אָבער ס׳איז מיר שוין נימאס געוואָרן. ער וויל נישט אַרויסגיין עסן, נישט גיין אין טעאַטער, נישט גיין אין שיל — גאָר נישט! קוקן טעלעוויזיע — איז אַלץ וואָס ער וויל. איך האַלט, אַז ער פּטרט סײַ זײַן לעבן, סײַ מײַן לעבן. איך קען שוין מער נישט בלײַבן מיט אים אין דער היים, אָבער ס׳איז מיר שווער אים איבערצולאָזן אַליין אין דער היים. ווי קען איך אים איבעררעדן, ער זאָל אויפֿשטיין און אַרויסגיין פֿון דער שטוב? פּענסיאָנירט פֿון לעבן טײַערע פּענסיאָנירט פֿון לעבן, ס׳איז טאַקע שווער, אויב נישט אוממעגלעך צו האָבן אַ השפּעה אויף מענטשן און זיי צו בײַטן. ס׳איז לײַכטער אָנהייבן פֿון זיך אַליין. קודם־כּל, דאַרפֿט איר נישט טאָן אַלץ וואָס אײַער מאַן וויל. איר האָט אַ היים געמאַכט צוזאַמען, און איר דאַרפֿט פֿאַרזאָרגן די היים צוזאַמען. אויב ער העלפֿט אײַך נישט, דאַרפֿט איר זיך נישט מקריבֿ זײַן צוליב אים. ווען ער וועט געפֿינען, אַז זײַנע העמדער זענען נישט געפּרעסט און, אַז זײַן וועטשערע איז נישט אָפּגעקאָכט, וועט ער שוין פֿאַרשטיין וואָס עס קומט דאָ פֿאָר. אָנשטאָט צו קאָכן זײַן וועטשערע, פֿאַרברענגט איין מאָל אַ וואָך מחוץ דער שטוב. גייט אין טעאַטער, גייט אין שיל, ווערט אַ מיטגליד אין דער שווערסטערשאַפֿט דאָרטן. מאַכט זיך אַ לעבן ווי איר ווילט זיך עס מאַכן. אויב אײַער מאַן בײַט זיך נאָך אַלץ נישט, וועט איר, פֿון דעסטוועגן, זײַן מער צופֿרידן מיטן לעבן. אָבער מיר דאַכט, אַז אײַער מאַן וועט זיך פֿילן אָפּגעפֿרעמדט פֿון אײַער נײַעם לעבן און וועט וועלן מיטקומען מיט דער צײַט. טײַערע חזנטע, וואָס באַטײַט עס, ווען מען איז אַ "בעסטער חבֿר"? איך האָב אַ וווּנדערלעכן חבֿר. מיר קענען זיך נישט מער ווי אַ יאָר, אָבער אין דער צײַט האָבן מיר ביידע איבערגעלעבט אַ סך צוזאַמען און פֿאַרברענגט אַ סך צײַט צוזאַמען און געוואָרן נאָענט. איך האָב אים געזאָגט, אַז ער איז איינער פֿון מײַנע נאָענטסטע חבֿרים, און ער האָט מיך גערופֿן זײַן בעסטן פֿרײַנד. מיט דרײַ וואָכן צוריק האָט ער זיך אַרויסגעצויגן און איך בין געוואָרן פֿאַרטרויערט. מיר רעדן יעדן טאָג, מסתּמא מער ווי ווען ער וואָלט דאָ געבליבן. אָבער ווען מיר רעדן, ווערט מיר אומעטיק און איך טראַכט, צי דאָס געפֿיל וועט זיך בײַטן. געוויינטלעך, בין איך נישט אַזוי, אָבער די דאָזיקע חבֿרשאַפֿט איז וויכטיק פֿאַר מיר. ווי קען איך זײַן זיכער, אַז דער גרויסער מהלך וועט נישט אַ תּל מאַכן אונדזער פֿרײַנדשאַפֿט? בעסטע חבֿרים טײַערע בעסטע חבֿרים, איך האַלט, אַז מע דאַרף נישט פֿירן קיין חשבון, וועלכע פֿון די חבֿרים זענען דער בעסטער אָדער נאָענטסטער, און אויסקלײַבן "דעם בעסטן". דער חבֿר וואָס איז אײַך טײַער, קען זיך בײַטן פֿון צײַט צו צײַט; עס ווענדט זיך, וואָס עס קומט פֿאָר אינעם לעבן. וועדליג אײַער באַשרײַבונג, קלינגט עס ווי די דאָזיקע פֿרײַנדשאַפֿט שפּילט אַ צענטראַלע ראָלע פֿאַר אײַער חבֿר. ער האַלט אָן מיט אײַך אַ קאָנטאַקט, כאָטש ער איז שוין גאַנץ ווײַט. איך וואָלט נאָר געעצהט, איר זאָלט געדענקען, אַז ער וווינט איצט ווײַט, און מע דאַרף נישט זײַן צו צוגעבונדן צו אים. ער וועט שאַפֿן נײַע פֿרײַנדשאַפֿטן אין זײַן נײַער היים און אײַער באַציִונג וועט זיך בײַטן. אָבער דאָס מיינט נישט, אַז די נאָענטשאַפֿט פֿון דער באַציִונג אָדער די ליבשאַפֿט וואָס איר האָט איינער פֿאַרן אַנדערן דאַרף זיך בײַטן. באַרויִקט זיך, און האָט הנאה פֿון דער פֿרײַנדשאַפֿט. טײַערע חזנטע, אויב איך עס אין אַ רעסטאָראַן מיט אַ פֿרײַנד, וועלכער באַשטעלט מאַכלים און געטראַנקען וואָס זענען טײַערער פֿון מײַנע, דאַרפֿן מיר נאָך אַלץ צעטיילן דעם חשבון? אַ קאַרגער טײַערער קאַרגער, ניין, איר דאַרפֿט נישט. אויב עס קאָסט כּמעט דאָס זעלבע, פּאַסט יאָ מע זאָל צעטיילן דעם חשבון. אויב אײַער פֿרײַנד האָט געטרונקען אַ גלעזל ווײַן און געגעסן אַ סטייק, בשעת איר האָט געטרונקען וואַסער און געגעסן אַ סענדוויטש, דאַרפֿט איר זיכער נישט באַצאָלן פֿאַר זײַן סעודה! טײַערע חזנטע, לעצטנס פֿויל איך זיך צו טראַכטן. איך בין 83 יאָר אַלט און איך האָב ביז אַהער נישט אויפֿגעהערט זיך צו לערנען; מיר געפֿעלן אַלע לימודים. מיט וואָסער טעמע זאָל איך זיך אָפּגעבן איצט? לערנער טײַערע לערנער, אפֿשר זאָלט איר מאַכן אַ פֿילם אָדער שטודירן די "עמקאַטס"?
* * *
|