‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ באַסקישער טאַנץ
אַ באַסקישער טאַנץ

כאָטש מערסטע ייִדן האָבן קיין באַסקן פֿאַר די אויגן אַפֿילו קיין איין מאָל ניט אָנגעקוקט, איז מיר שוין אויסגעקומען אַזש פֿיר מאָל צו זײַן צווישן זיי.

די ערשטע באַגעגעניש: זייער אַ טרויעריקע

דאָס ערשטע מאָל איז דאָס פֿאָרגעקומען טאַקע אין פֿילאַדעלפֿיע, "וווּ איך האָב מײַנע קינדערישע יאָרן פֿאַרבראַכט" (ביז איך בין אַריבערגעפֿאָרן קיין ניו־יאָרק, כּדי דאָרטן צו באַקומען דעם דאָקטאָראַט). אין פֿילאַדעלפֿיע האָב איך זיך קינדווײַז געלערנט אין די "אַרבעטער־רינג"־שולן, וווּ מיר האָבן איין מאָל אין וואָך זיך פֿאַרנומען מיט "נײַעס פֿון דער וועלט" און דער לערער, גדליה ברעסלער, האָט מיר איבערגעגעבן דעם שפּאַנישן בירגערקריג, ווי מײַן טעמע אויף וועלכער אָפּצוגעבן אַ וואָכיקן באַריכט. פֿאַר מיר איז אָט די טעמע געווען זייער צוגעפּאַסט, ווײַל איך האָב שוין ביז דעמאָלט געהאַט אָנגעהויבן זאַמלען מאַרקעס, כּדי זיך צו באַקענען מיט דער ברייטער וועלט פֿון "פֿעלקער און קלימאַטן". די טעמע "דער שפּאַנישער בירגערקריג" איז פֿאַר מיר געווען ווי אָנגעמאָסטן, ווײַל זי האָט מיך אַרויסגעפֿירט און אַרײַנגעפֿירט אין דער ברייטער וועלט אַרײַן.

מײַנע סימפּאַטיעס זענען געווען שטאַרק פֿאַרבונדן מיט די לאָיאַליסטן, די שטיצערס פֿון דער רעפּובליק, וועלכע האָבן געפֿירט אַ בלוטיקן און טרויעריקן קאַמף קעגן די פֿאַשיסטן, וואָס האָבן כּסדר באַקומען בערג מיט וואָפֿן פֿון היטלערן און מוסאָלינין. פאַר די לאָיאַליסטן, מיט וועלכע ס׳האָבן מיטגעקעמפֿט די סאָציאַליסטן און אויך אַנדערע פֿרײַוויליקע שטיצערס פֿון איבער דער גאָרער וועלט (אַרײַנגערעכנט די "לינקאָלן־בריגאַדע" פֿון אַמעריקע), איז אָבער דער קריג כּסדר געגאַנגען "מיט דער פּוטער אַראָפּ". די דעמאָקראַטישע שכנים פֿון שפּאַניע האָבן אײַנגעשטעלט אַ בלאָקאַדע כּלומרשט אויף אָפּצושטעלן די פֿאַשיסטישע געווער־שיקונגען. אָבער געשטערט האָט דאָס, דער עיקר, די שוואַכערע באַמיִונגען צו שיקן געווער צו די לאָיאַליסטן.

לסוף, אין דער סאַמע לעצטער פֿאַזע פֿונעם בירגערקריג, זענען איבערגעבליבן בײַ די לאָיאַליסטן אין די הענט בלויז צוויי צפֿון־מיזרחדיקע פּראָווינצן — ביידע בײַ די פּירענייער בערג — איינע באַוווינט פֿון די באַסקן און די אַנדערע — פֿון די קאַטאַלאָנער. ביידע פֿעלקער האָבן קלאָר פֿאַרשטאַנען, אַז אונטער אַ טאָטאַליטאַרישן רעזשים וועלן זיי פֿאַרלירן אַלע זייערע דעמאָקראַטישע רעכט און זיי האָבן געקעמפֿט ווי די לייבן זיך ניט אונטערצוגעבן צו די פֿאַשיסטישע חיילות. זייער פּאַטעטישער אויסרוף, דער פּאַראָל "נאָ פּאַסאַראַן", האָב איך מיט שטאָלץ געבראַכט אין מײַן קלאַס אַרײַן און מיר האָבן אַלע אָנגענומען יענע שבֿועה און זי אַרײַנגענומען מיט פֿעסטקייט צו זיך אין די אייגענע יונגע הערצער.

ווען, נאָך וואָכן פֿון ביטערע און בלוטיקע קאַמפֿן, די פֿאַשיסטן האָבן פֿאָרט דורכגעבראָכן דעם פֿאַראייניקטן באַסקיש־קאַטאַלאָנישן פֿראָנט, האָט בײַ מיר און בײַם גאַנצן קלאַס אויסגעבראָכן אַ יאָמערלעך געוויין וואָס מען האָט אַפֿילו אויף דער גאַס געקענט דערהערן. דאָס איז געווען די ערשטע אומפֿאַרגעסלעכע באַגעגעניש מײַנע מיט די באַסקן! אַפֿילו מיט בלויז אָט דער ערשטער באַגעגעניש, זענען זיי שוין פֿאַרבליבן פֿאַר מיר אומפֿאַרגעסלעך.

די צווייטע באַגעגעניש איז שוין געווען אַ פֿריילעכערע

דער אַמאָליקער (און מיט רעכט, נאָך אַלץ באַרימטער) זומער־לאַגער פֿונעם "שלום־עליכם־פֿאָלק־אינסטיטוט", "בויבעריק", פֿלעגט פֿאַרענדיקן יעדן זומער־סעזאָן ניט מיטן סקאַבראָוון "קאָלירן־קריג", וואָס אייניקע (אין יענער צײַט: מערסטע) אַנדערע ייִדישע זומער־לאַגערן האָבן איבערגענומען בײַ זייערע ניט־ייִדישע קאָנקורענטן. בײַ זיי פֿלעגט מען אַלע קינדער אײַנטיילן אויף צדדים ("קאָלירן") און דורך פֿאַרשיידענע ספּאָרט־פֿאַרמעסטן באַשליסן וועלכע מאַנשאַפֿט צו קרוינען פֿאַרן טשעמפּיאָן איבער אַלעמען. דעם באַוווּסטן ייִדישן פּעדאַגאָג־פּסיכאָלאָג לייבוש לעהרער איז אָט דער גאַנצער נוסח זייער ניט געפֿעלן. וואָס הייסט עס אַז בלויז איינער געווינט און אַלע אַנדערע פֿאַלן דורך? דאָס, האָט לעהרער געהאַלטן, איז געווען אי ניט דערציִעריש, אי אויסגעליידיקט פֿון יעדן ייִדישן אינהאַלט. האָט ער, אַנשטאָט דעם "קאָלירן־קריג", אײַנגעפֿירט דעם "פֿעלקער־יום־טובֿ" בײַ וועלכן די עלטסטע גרופּעס ייִנגלעך און מיידלעך זענען געווען די ייִדן און די מכניסי־אורחים, וואָס האָבן אויפֿגענומען אין זייער שלום־לאַנד די פֿעלקער פֿון דער גאָרער וועלט (חוץ די דײַטשן און די איטאַליענער) צו פּראַווען אַ יום־טובֿ לכּבֿוד דעם אידעאַל פֿון צווישן־פֿעלקערלעכן שלום אויף דער וועלט.

יעדע גרופּע קעמפֿערס, פֿון די גאָר ייִנגסטע אין דער "קינדערהיים" ביז די כּמעט עלטסטע 15־16־יאָריקע בחורים און מיידלעך, האָבן יעדן זומער מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַן אַנדער פֿאָלק און געטראָגן אַ ספּעציעל אויפֿגענייטן קאָסטיום, געטאַנצט אַ ספּעציעל אויסגעלערנטן טאַנץ, און געזונגען אַ ספּעציעל אָנגעשריבן ליד (אַלץ אויף ייִדיש, פֿאַרשטייט זיך), לכּבֿוד דעם גרויסן שלום־יום־טובֿ פֿון די פֿעלקער. דער הויפּטמאָטיוו איז אויסגעדריקט געוואָרן דורך דעם רעפֿרען "פֿאַר יעדן פֿאָלק, איז דאָ גענוג, צו לעבן גוט, צו לעבן קלוג, צו עסן זאַט, צו גיין געקליידט, צו לעבן זײַנע טעג אין פֿרייד! טאָ ברידער הייבט די הענט און שווערט, צו ברענגען פֿרידן אויף דער ערד!", וואָס האָט זיך איבערגעחזרט עטלעכע מאָל אין משך פֿונעם גאַנצן טאָג. איין זומער (שוין נאָכן שפּאַנישן בירגערקריג) איז דער גרופּע, מיט וועלכער איך האָב אָנגעפֿירט ווי דער אויפֿפּאַסער, צוגעטיילט געוואָרן דער כּבֿוד מיט זיך פֿאָרצושטעלן די באַסקן בײַם גרויסן, שיינעם, רײַכן און פֿריידיקן פֿעלקער־יום־טובֿ! פֿאַר מיר איז דאָס געווען די צווייטע באַגעגעניש מיט די באַסקן. זי האָט געהאָלפֿן אָפּווישן די טרערן נאָך דער ערשטער, נאָר חלילה זיי ניט צו פֿאַרגעסן און אויך לייבוש לעהרערס בויבעריקאַנער חלום גייט מיר נאָך אַלץ נאָך אַ גאַנץ לעבן.

די דריטע באַגעגעניש: בײַ די באַסקן גופֿא

אין די מיטעלע 1980ער יאָרן האָט מיך די רעגירונג פֿון דער "אויטאָנאָמער באַסקישער געגנט" (אַגבֿ, אַ סאָציאַליסטישע) פֿאַרבעטן צו פֿאַרברענגען בײַ זיי עטלעכע מאָל, כּדי צו העלפֿן אײַנפֿעסטיקן דאָס באַסקישע לשון וואָס איז דורכן פֿראַנקאָ־רעזשים און דורכן גלאָבאַליזם גאָר שטאַרק אָפּגעשוואַכט געוואָרן. דאָס באַסקישע לשון איז באמת אַן אוניקום, אָן קיין שום ענלעכקייט אָדער קרובֿישאַפֿט צו קיין אַנדערס אויף דער גאָרער וועלט. פֿראַנקאָ פֿלעגט עס ניט נאָר פֿאַרפֿאָלגן, נאָר בייזוויליק אָפּלאַכן דערפֿון, ווי עפּעס אַ פֿאַרזעעניש, אַ חייִש געפּילדער און ניט קיין מענטשיש לשון בכלל. מיך האָבן זײַנע רייד דערמאָנט אין די אַמאָליקע בייזוויליקע און צעשטערערישע משׂכּילישע אָנפֿאַלן אויף ייִדיש, אַז עס איז כּלומרשט אַ מיאוסער און העסלעכער "זשאַרגאָן" און ניט קיין שפּראַך מיט שפּראַכן גלײַך.

די באַסקן האָבן מיך מיט געלען אויפֿגענומען מיט כּבֿוד־גדול. זיי האָבן קיין מאָל פֿריִער קיין לעבעדיקן ייִד מיט די אייגענע אויגן ניט געהאַט אָנגעקוקט, כאָטש זיי האָבן נאָך געהאַט אויפֿגעהיט פֿאַרשיידענע זכרונות וועגן דעם ווי אַזוי זיי האָבן געהאָלפֿן "זייערע" ייִדן זיך צו ראַטעווען פֿון דער אינקוויזיציע, אַריבער צו באַקומען זיך איבער די דערנעבנדיקע פּירענייער־בערג קיין ביאַריץ (וואָס איז דעמאָלט אויך געווען אַ באַסקישע שטאָט, נאָר אין פֿראַנקרײַך).

אונדזערע באַסקישע גאַסטגעבערס האָבן פֿאַר אונדז אײַנגעקויפֿט אַ קאָמפּלעטן גאַנג נײַע טעפּ, טעלער און לעפֿל־גאָפּל, כּדי מיר זאָלן פֿאַר זיך קענען צוגרייטן כּשר עסן אין משך פֿון אונדזער וויזיט. ווען מיר האָבן זיי פֿאַרבעטן צו זיך (אין דער רחבֿותדיקער זומער־דירה פֿונעם פּראָווינץ־פּרעזידענט, וואָס זיי האָבן אונדז דעמאָלט געהאַט אָפּגעגעבן אין סאַן־סעבאַסטיאַן), האָבן זיי באַטראַכט אונדזערע לשון־קודש־ייִדישע בענטשערלעך מיט אַזאַ פּיעטעט און דרך־ארץ, אַז מיר אַליין האָבן זיך ניט געקענט אָפּוווּנדערן. יענע כּשרע כּלים ליגן נאָך אַלץ פֿאַרפּאַקט בײַ זיי אין באַסקנלאַנד און וואַרטן ביז די פֿישמאַנס וועלן ווען עס איז ווידער צוריקקומען.

סאַן־סעבאַסטיאַן אַליין (וואָס אויף באַסקיש הייסט זי דאַנאַסטיאַ) איז אַ פֿאַרכאַפּנדיק־שיינע שטאָט, אײַנגעניורעט צווישן די בערג און בײַם סאַמע ביסקיינער אײַנגוס פֿונעם אַטלאַנטישן ים. וואָס שייך שיינקייט, שטייט בײַ מיר עד־היום סאַן־סעבאַסטיאַן אויפֿן ערשטן אָרט נאָך ירושלים. נאָך עטלעכע ווײַטערדיקע וויזיטן בײַ די באַסקן, קען איך מיט אַ רויִק געוויסן זאָגן "הלוואַי אויף ירושלים און אויף גאַנץ ישׂראל געזאָגט געוואָרן די שלום און שלווה פֿון דאַנאַסטיאַ און פֿונעם הײַנטיקן באַסקנלאַנד".

דער אָקאָרשט־פֿאָרגעקומענער פֿערטער וויזיט

ווי אין אונדזער צײַטונג איז שוין איבערגעגעבן געוואָרן, זענען דעם 3טן אָקטאָבער געקומען צו אונדז אַהיים, קיין ריווערדייל (בראָנקס), אַ דעלעגאַציע פֿון דער "קיניגלעכער אַקאַדעמיע פֿון דער באַסקישער שפּראַך", כּדי מיר אָנצוטאָן דעם כּבֿוד פֿון אַרײַננעמען מיך ווי אַ מיטגליד. ווי זיי שרײַבן אין דעם אײַנגעראַמטן סערטיפֿיקאַט וואָס זיי האָבן מיר איבערגעגעבן, איז דאָס אַלץ ווי אַן אָנערקענונג פֿון מײַן הילף צו זיי און צו מינאָריטעטן־לשונות אומעטום. אָט דער צונויפֿקום איז פֿאַר מיר געווען ווי אַ חלום אויף דער וואָר. ווידער בין איך צווישן באַסקן, גוטע, איבערגעגעבענע און צאַרטע פֿרײַנד, פֿאַראינטערעסירטע אין דער וועלט פֿון ייִדיש און פֿון אַלע מינאָריטעטן־לשונות. בײַם געזעגענען זיך מיט מיר האָט דער פֿירער פֿון זייער דעלעגאַציע, דער איידעלער און הויך־געבילדעטער פּראָפֿ׳ מיקעל זאַלווידע מיר געזאָגט, אַז פֿון די עטלעכע געציילטע אַנדערע זאַכן וואָס ער וויל אויפֿטאָן בעת זײַן איצטיקן וויזיט (זײַן ערשטער!) קיין אַמעריקע, איז פֿאַר זיך און פֿאַר דער אַקאַדעמיע אײַנצוקויפֿן ד״ר מאַקס ווײַנרײַכס "געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך!" אַז ווויל איז אונדז וואָס מיר פֿאַרמאָגן נאָך אַזעלכע גוטע פֿרײַנד אויף דער וועלט! כּן־ירבו! ס׳איז אַ מעשׂה ווי פֿון 1,001 נאַכט: ווי איין פֿאַריתומט לשונדל האָט געפֿונען אַן אַנדערס!