די פֿאַרגאַנגענע וואָך, דעם 8טן נאָוועמבער, איז אין דער שטאָט אַריאל פֿײַערלעך דערעפֿנט געוואָרן דער טעאַטער־פֿעסטיוואַל בײַם פֿול־געפּאַקטן זאַל פֿונעם נײַעם קולטור־הויז. צווישן די געסט, ווי עס ווײַזט אָן די ישׂראל־פּרעסע, זײַנען בײַגעווען מיניסטאָרן, כּנסת־דעפּוטאַטן און געזעלשאַפֿטלעכע טוער. אָבער מיר וועלן הײַנט נישט רעדן וועגן דער דאָזיקער אונטערנעמונג, וואָס איז פֿאַר זיך אַליין אַ וויכטיקער בײַטראָג אינעם ישׂראלדיקן קולטור־לעבן בכלל און אינעם לעבן פֿון די אַריאלער אײַנוווינער בפֿרט. אונדזער הײַנטיקע טעמע איז דווקא דער פּאָליטישער זשום, וואָס איז לעצטנס אויפֿגעבלאָזן געוואָרן פֿון די ישׂראלדיקע קולטור־טוער אַרום דעם קולטור־הויז.
אָנגעהויבן האָט זיך עס סוף אויגוסט, ווען 36 אַקטיאָרן פֿון די ישׂראל־טעאַטערס האָבן אונטערגעשריבן אַ בריוו, אין וועלכן זיי האָבן זיך אָפּגעזאָגט אויפֿצוטרעטן אינעם נײַעם קולטור־הויז אין אַריאל, צוליב דעם וואָס די שטאָט געפֿינט זיך אויף די אָקופּירטע שטחים. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער דאָזיקער פּראָטעסט־בריוו האָט באַלד אַרויסגערופֿן אַ זשום, און אויף דעם זשום האָבן די טעאַטער־טוערס טאַקע אַרויסגעקוקט.
שוין גאָר אין גיכן האָבן פֿינף פֿון די פּראָטעסטירער אָפּגערופֿן זייערע חתימות; זיי האָבן עס דערקלערט דערמיט, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם בריוו האָבן זיי "נישט באַקאַנט געמאַכט וועגן די צילן און דעם אינהאַלט פֿון דעם קולטור־בויקאָט". נאָך צוויי טוערס, וואָס זייערע חתימות זײַנען געשטאַנען אונטערן אויפֿרוף־בריוו, האָבן געמאָלדן, אַז זיי האָבן בכלל קיין שום שײַכות נישט מיט דעם ענין, און מ'האָט פּשוט אויסגענוצט זייערע נעמען, אָן זייער וויסן.
אָנהייב חודש האָט זיך באַוויזן אַ נײַע פּראָטעסט־ווענדונג, וואָס רופֿט צו בויקאָטירן דאָס קולטור־הויז אין אַריאל, אונטערגעשריבן פֿון אַ בכּבֿודיקער גרופּע ישׂראל־אינטעלעקטואַלן. אין דער ווענדונג ווערט אַרויסגעבראַכט די זעלבע סיבה: "די שטאָט אַריאל איז בכּיוון אויפֿגעשטעלט געוואָרן אויף די אָקופּירטע שטחים, כּדי נישט צו דערמעגלעכן דאָס שאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מדינה, פֿון איין זײַט, און צו שטערן די ישׂראל־בירגער צו קומען צו אַ שלום מיטן שכן".
דאָ איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז דער ייִשובֿ אַריאל, איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1978, און דעם סטאַטוס פֿון אַ שטאָט האָט ער באַקומען אין יאָר 1998. בעת דער גרויסער עליה פֿון די נײַנציקער יאָרן האָבן זיך דאָרט באַזעצט צענדליקער טויזנטער נײַ־געקומענע בירגער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. ס'רובֿ פֿון זיי האָבן ווייניק פֿאַרשטאַנען, וווּ זיי גייען זיך באַזעצן, בפֿרט, אַז אָנגעפֿירט האָט דעמאָלט מיט זייער אַבסאָרבציע בפֿירוש די לינקע רעגירונג. הײַנט דערגרייכט די באַפֿעלקערונג פֿון אַריאל ביז 17 טויזנט אײַנוווינער. די שטאָט איז געוואָרן אַ קולטורעלער און אַקאַדעמישער צענטער.
שטעלט זיך טאַקע די פֿראַגע: וווּ זײַנען געווען דעמאָלט די ישׂראל־אינטעלעקטואַלן, ווען מ'האָט גענומען די "גרינע" עמיגראַנטן, וואָס זײַנען אַנטלאָפֿן פֿונעם געקראַכטן ראַטן־פֿאַרבאַנד, און זיי באַזעצט אויסער ישׂראל; אַנדערש געזאָגט: פֿון איין גלות אַרײַנגעטריבן אין אַן אַנדער גלות, דערצו נאָך פֿול מיט טעראָריסטישע סכּנות. נישט פּשוט באַזעצט, נאָר פֿאַרנאַרט זיי אַהין מיט פֿאַרשידענע לגאָטעס און פּריווילעגיעס?!
הײַנט געפֿינט זיך בײַ דער מאַכט אין ישׂראל אַ רעכטע רעגירונג. ווי דאַרף זי אין דעם פֿאַל רעאַגירן אויף די "אויסגעלינקטע" ישׂראל־אינטעלעקטואַלן? פֿאַרשטייט זיך, סטראַשען מיט רעפּרעסיעס — שנײַדן די מלוכישע שטיצע פֿאַר די טעאַטערס און קולטור־טוערס בפֿרט.
פֿון דער אַנדערער זײַט, רופֿנדיק צו בויקאָטירן די אָקופּירטע שטחים, שטעלן זיך די ישׂראל־אינטעלעקטואַלן, צי זיי ווילן עס יאָ, צי נישט, אויף איין ברעט מיט די פֿאַרברענטע בויקאָט־רופֿערס מכּל־העולם. אמת, די אָרטיקע בויקאָטיסטן מיינען, קודם־כּל, אַ בוצקע טאָן די רעכטע רעגירונג, און די אַלוועלטלעכע — גאַנץ מדינת־ישׂראל.
צי וועלן אַזעלכע מעשׂים אַראָפּרײַסן די פּלענער פֿון דער ישׂראל־רעגירונג? אַ גרויסער ספֿק! וואָס יאָ, די וואַקסנדיקע אַנטי־ישׂראל־באַוועגונג אין דער וועלט וועט שוין האָבן אויף וועמען זיך צו פֿאַררופֿן. ווער עס ווערט באמת באַשטראָפֿט צוליב די פּראָטעסט־בויקאָטן איז די שיינע שטאָט אַריאל מיט אירע אײַנוווינער, וואָס ווערן אַרויסגעשטעלט אויף אַ גײַסטיקער רויבערײַ מצד דער ישׂראלדיקער אינטעלעקטועלער עליטע.